באקימען אין אישי
די געפלאפטע יום טוב ביי די זאוליס איז אסאך ערגער ווי דער עולם מיינט רוב עולם איז געווען אין קרית יואל אין האט אפילו נישט געקוקט אדער אינטערסירט אויף זאוליס יום טוב אבער פין די דערמאלעזאציע דארט זעהט מען אז די פלאפס איז געווען אסאך גרעסער ווי זיי האבען זיך געקענט פארשטעלן נאכדערצו ווען מען האט אראפגעפלאשט א האלב מיליאן דאללער אין גארביטש פאר א ספר תורה וואס קיינער וויל נישט אננעמען אז עס באלאנגט פארן דברי חיים זצל + די האלב מיליאן דאללער וואס זיי האבען אויסגעגבן פאר האטעלן טיקעטס אין טומעל פי אר
כדי צו שלעפן מענטשן האבען זיי באצירט די גאנצע בית המדרש מיט קלויסטער בלעטער אויף גרינע אין געלע באליס איך געדענק נישט די נאמען אבער די דיזיינער האט געזאגט אז דאס איז זייער פאפולער אין די לאקאל טשורטש עס האט זיך אנגעהויבן א באלאגאן מענדל מאיר יאקבאביטש האט פארפירט אז א שול קומט מיט רויזן נישט קיין קלויסטער דיזיינער עס האט נישט געזומען לאנג אין ער האט אראפגעריסן אלע געלע באליס פין די ארון קודש אין דארט געלזאט בלויז עטליכע גרינע באליס אין אנשטאט דעם געכאפט פין באזאר אפאר וואזען מיט רויזען אין ארויפגעלייגט בייגעלייגט איז א בילד ווי מענדל מאיר פארעט זיך
אנפאנג האבען די ציקוקער נישט געכאפט וואס דארט גייט פאר אבער נאך א לאנגע צייט האט מען זיך געכאפט אין מען האט אים אפגעהאלטן פין ענדיגן זיין ארבעט די רעזולטאטען דארף איך נישט פארציילן אזוי האט זיך אנגעהויבן די יום טוב
די טיש תיקון ליל שבועות איז נישט דא די ווערטער צו באשרייבן די בישות
ציפרוה ביי אקדמות איז געלונגען צו ברענגן א גרעסערע עולם ווי פאריאר אבער זייער שוואך אז עס זאל זיך האבען אויסגעצאלט די אלע געלטער וואס מען האט געפלאשט זיי האבען אין די לעצטע מיניט געקענסלט די ברענטשעס וואס האבען געדארפט זיין אין די גאס זיי האבען נאר געלאזט 1 ברענטש פאר קינדער קעגן די שול אין די ברענטשעס אויף ביידע זייטן פין די גאס האט מען נישט געמאכט אזוי איז אלעס געגאנען מיט א שלעכטע טעם אין מויל ביז די נעילות החג וואס האט זיך איבערגעחזרט היסטארישע בזיונות די האלבע בית שני איז געווען פארמאכט אין די פאליש איז געווען פארמאכט די בחורים זענען געשטאנען אויף ליידיגע סטעיזשעס נאר אויף מזרח איז געווען ברענטשעס שטריימליך איז געווען צו פארמעסטן מיט פאפא אין די באגלייטן האט זיך גענדיגט מיט מער פרויען ווי מענער באגלייט מיט שווערע דעפרעסיע
מי שלא ראה פלאפ זו לא ראה פלאפ מימיו