וואס איז די פלאן מיטן קרית יואל'ער ביהמ"ד
ווער ס'איז געווען שבועות אין קרית יואל פארשטייט אין איז משיג די הייליגע רוח הקודש פינעם רבי'ן ז"ל
אז מען זאל בויען דעם קרית יואל'ער שול גרעסער ווי אין וויליאמסבורג
למעשה איז געווען סכנת נפשות אלע תפילות טראץ וואס מען האט היי יאר ציגעלייגט אסאך זיצן
איז נישט געווען קיין פלאץ די צענדליגער טויזנטער יודען האבן זיך באטייליגעט ביי אלע תפילות אין ביי די הייליגע טישן
די הצלה האט געארבעט איבערמידלעך מען האט כסדר געמיזט ארויס פירן מענטשן
די געדרענג אין די היצן איז געווען למעלה מהשגת אנושי
ס'ווינדער מיך ואס איז די פלאן אויף להבא וואס קהל האט אין חשבון צי טיען מיטן שול אין ווי אוזי מען גייט עס פארגערעסן
צי פלאנען זיי ארויס צי בויען דעם לינקן פליגעל אויכט
ווייל ס'מיז געטאן ווערן שריט דראסטישע שריט צי קענען אקמעדירין דעם געוואלדיגען ציבור
מען קען אזוי נישט אנגיין אז ביי אלע תפילות זאל זיין סכנת נפשות
|