בית פורומים כל העולם כולו

אוי! עד הנה עזרונו רחמיך וכו' ואל תטשינו ה"א לנצח - שבועות תשע"א קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2011 17:31 לינק ישיר 
אוי! עד הנה עזרונו רחמיך וכו' ואל תטשינו ה"א לנצח - שבועות תשע"א קרית יואל

אט די ווערטער וואס טויזענטער אידן האבן נעכטן געזינגען אין די גאסן פון קרית יואל מיט טרערן אין די אויגן, שפיגלט אביסל אפ וואס טוט זיך אין די הערצער פון די טויזנטער אידן וואס האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם פארגאנגענעם יו"ט שבועות אין קרית יואל בצלא דמהימנותא פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.


דיו אילו ימי וכל מי כנישותא דיירי ארעא ספרי ורשמי רשותא, קען מען נישט באשרייבן די שיינקייט און די לעכטיגקייט פון דעם הייליגן יו"ט בצל הקודש




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 02:06 לינק ישיר 

פיוו בארא
אז די קענסט נאך אמאל שטול מאכען דעם נערישען שפילער
עס האט גאנץ פיין געהאלפן לעצטע מאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2011 19:03 לינק ישיר 


קהל האט געמאלדען און א מודעה, אז עס איז דא פלענער צוצילייגען ביז 1000 נייע זיצען און ביהמ"'ד, און זיי ארבייטען שוין פעסט אויף די פלענער עס אויסצופירען, חפץ השם בידיהם יצליח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2011 02:31 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2011 02:31 לינק ישיר 

* width="425" height="349"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2011 01:54 לינק ישיר 

תוכן דברות קודש פון חג השבועות העעל"ט

די ערשטע נאכט שבועות האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די פסוקי מתן תורה, און אויסגעטייטשט בענין תפלה, וויפיל א איד דארף מתפלל זיין אויף לימוד התורה, און דער רבי האט מאריך געווען אויף די מדרש אז יעקב אבינו איז געווען ביי מתן תורה, ווייל געווענליך טראגן די מלאכים ארויף די תפלות צו השי"ת, אבער דא ביי מתן תורה אז די מלאכים האבן געהאט א טענה תנה הודך על השמים האט מען געדארפט האבן יעקב אבינו ער זאל ארויפטראגן די תפלות, און דער רבי האט דערמאנט דעם ייטב לב פ' וישלח וואס ברענגט אז יעקב אבינו איז גרעסער פון די מלאכים און זיי דארפן אנקומען צו יעקב אבינו.

 

דעם ערשטן טאג יו"ט בייטאג ביים קרעפל טיש האט דער רבי שליט"א געזאגט א פלפול אין די סוגיא פון חזקי' ורבי אבהו אין מס' פסחים וואס מען האט געלערנט אין ישיבה לכבוד יו"ט, און נאך א לענגערן פלפול האט עס דער רבי זייער שיין משלב געווען מיט עניני מתן תורה, מיט די באקאנטע מאמר פון חזקי' אין די גמרא אין שבת ארץ יראה ושקטה.

 

ביי די תורה ביים תנאים טיש נאך מנחה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די פסוקי מתן תורה, און אויסגעטיישט מיט א הקדמה פון מלא העומר אז יעקב אבינו מיט די י"ב שבטים זענען מכוון קעגן די י"ג מדות של רחמים, און דורך תושבע"פ איז מען מעורר די י"ג מדות של רחמים, און דער כח איז נאר שייך ביי אידישע קינדער, און מיט דעם זענען אידן סגולה מכל העמים.

 

די צווייטע נאכט יו"ט ביים טיש האט דער רבי שליט"א געטייטשט די חרוז ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד ופתחו וענו ה' אחד, מיט די באקאנטע ישמח משה אז תשובה העלפט אפילו סתם אזוי איז מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, ווייל דער אייבערשטער איז א מלך יחיד און די מלכות איז זיינס קען ער מוחל זיין, און ביי מתן תורה איז געווען א קטרוג אז אידן וועלן זינדיגן, דער תי' איז אבער אז אידן קענען תשובה טון ווער זאגט אז ס'העלפט תשובה פארדעם ופתחו וענו ה' אחד און דער אייבערשטער וואס איז א מלך יחיד קען מוחל זיין אויף זיין כבוד.

 

ביי די דברות קודש ביים נעילת החג טיש, האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די מדרש מהיכן זכו ישראל לברכת כהנים ממ"ת, נאכברענגדיג א הפלא'דיג חתם סופר ווי אזוי האט משה רבינו מוסיף געווען יום א' מדעתו, ס'איז דאך געווען א תנאי אויב מען נעמט נישט די תורה די זעקסטע טאג פאלט די וועלט צוזאם, נאר ווען אידן האבן גענומען די תורה די זיבעטע טאג איז נאך געווען פלעצער בארצות המערב ווי למשל אין אמעריקא וואס איז נאך דעמאלטס געווען די זעקסטע טאג. און דער רבי האט מסביר געווען די ווערטער פון חתם סופר, אז די מחשבה פון יוצר בראשית איז ספעציעל געווען אזוי ווייל דאס האט געגעבן א כח פאר אידן אז ווי מען וועט נאר נישט אנקומען במשך דעם גלות וועט מען האבן א כח צו האלטן די תורה און עוסק זיין בתורה מכח דעם וואס ביי נתינת התורה האט מען זיך גערעכנט מיט די מקומות.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2011 01:46 לינק ישיר 

באריכט פין בחצרות סאטמאר

חג השבועות העעל"ט בצל הקודש אין קרית יואל

 

אומבאשרייבליך איז אדורך דאס הייליגע יו"ט – חג מתן תורה בצל הקודש אין קרית יואל, ווי אלפי חסידי סאטמאר זקנים ונערים, בעלי בתים חשובים, אברכים, בחורי חמד, אנשים נשים וטף זענען זיך געקומען מסתופף זיין אויף אזא הייליגע יו"ט בצילא דמהימנותא בקרית מלך רב.

 

פאלגענד איז א כראנאלאגישע'ר סדר פונען געהויבענעם יו"ט וויפיל עס איז מעגליך צו באשרייבן:

 

ליל א' דיו"ט

בערך א שעה נאכ'ן זמן הדה"נ איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און געדאווענט פאר'ן עמוד תפילת מנחה.

 

בעפאר מעריב איז פאהרגעקומען דער יערליכער אפיעל לטובת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג ווי עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א ר"מ בישיבת היכל התורה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג. מעריב האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א ר"מ בישיבת קרן התורה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.

 

א מייעסטעטישער סדר האט געהערשט א דאנק די געטרייע ארבעט פון די איבערגעגעבענע עסקנים, ביים דוירכגיין זאגן גוט יו"ט פאר מרן רבינו שליט"א, ווען די טויזענטער אנשי שלומינו גייען אדורך כבני מרון לברך ולהתברך בברכת הקודש וועלכע'ס האט גענומען קרוב צו צוויי שעה.

 

בערך בשעה 1:45 אז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד הגדול. מיט'ן פיוט פון מערבית האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם זאב שנעעבאלג שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג, און מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סט. אכט סט. אין וויליאמסבורג.

 

די תוכן דברות קודש פון די דברי תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.

 

דער טיש האט זיך געענדיגט בערך 3:30 פארטאגס. נאכ'ן טיש איז דער רבי שליט"א אראפגעגאנגען אונטן אין היכל ראזענבערג ווי דער רבי שליט"א האט זיך דער רבי שליט"א איינגעשפארט בלימוד התורה פאר א שטיק צייט ביז דער רבי שליט"א איז געגאנגען אין מקוה.

 

יום א' דיו"ט

ארום 10:50 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ד'קהלתינו ירושלים עיה"ק, און שחרית און הלל האט דער רבי שליט"א פאהרגעדאווענט כנהוג.

 

מיט די פתיחות ארון הקודש דעם ערשטן טאג זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ד'קרית וביהמ"ד ויואל משה, און הרבני הנגיד מוה"ר שמואל בערגער הי"ו פון לאנדאן.

 

כהן האט עולה געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מ'בארדיוב. א בחינה פון שבח רבון עלמין אמירא דכותא – האט זיך געשפירט אין די לופטן בשעת דער רבי שליט"א האט מיט גרויס השתפכות הנפש אנגעהויבן שטיקל ביי שטיקל דעם געהויבענעם אקדמות מיט גרויס התרגשות און בכיות, בשעת ווען דער ציבור זאגט נאך מיט א קול רעש גדול. דערנאך איז דער רבי שליט"א געווען בעל קורא כמנהג רבותיה"ק.

 

לוי האט עולה געווען הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנסי שליט"א, שלישי האט עולה געווען הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, רביעי האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר יצחק מארקאוויטש שליט"א, חמישי – עשרת הדברות האט דער רבי שליט"א עולה געווען, מיט הגבה צום ערשטן ספר איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר יעקב עסטרייכער הי"ו פון לאנדאן, און מיט גלילה הרבני החסיד מוה"ר שלום ברוך ראטבארד הי"ו פון מאנטשעסטער.

 

מפטיר האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר שמואל חיים בראך הי"ו פון בארא פארק, מיט הגבה צום צוויטן ספר איז מכובד געווארן הרבני מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו מהנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, און מיט גלילה הרבני מוה"ר ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' אין בארא פארק.

 

מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א.

 

עטליכע מינוט נאך מוסף איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די קרעפיל טיש ווי דער רבי שליט"א האט קידוש געמאכט און נאך עטליכע ניגונים געזאגט די קרעפיל פשעטיל אין די סוגיא פון חזקי' ור' אבוהו וואס דער רבי שליט"א האט פאהרגעלערנט אין ישיבה בעפאר יו"ט.

 

דעם סעודות יו"ט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן בביתו נאוה קודש, מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר זושא מייזליש שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א, און מיט'ן בענשטען האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יוסף מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו בארא פארק שליט"א.

 

בערך אום 8:35 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה ווי עס האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' אין מאנטריאל.

 

נאך מנחה איז פאהרגעקנומען דער "תנאים טיש" ווי דער רבי שליט"א האט מכבד געווען הר"ר אהרן שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א מיט אהבה רבה, און נאכ'ן ליינען דעם תנאים האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי תורה (תוכן ד"ק וועט אי"ה נאכפאלגן).

 

ליל ב' דיו"ט

תפילת מעריב דעם צווייטן נאכט האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנסי שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדורכגעגאנגען זאגן גוט יו"ט פאר'ן רבי'ן שליט"א.

 

אום 12:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין היכל השלחנות. מיט'ן פיוט האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיתיה"ק, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ תו"י וויליאמסבורג.

 

דער תוכן דברות קודש וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

יום ב' דיו"ט

ארום 10:15 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען דעם צווייטן טאג יו"ט, פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' יקותיאל יודא מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אין בארא פארק, און צו שחרית און הלל האט  דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה. צו די הויכע שמו"ע פון שחרית האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א.

 

מיט די פתיחות ארון הקודש פאר'ן ליינען זענען מכובד געווארן הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א פון לאנדאן און הר"ר מיכל ניימאן שליט"א ר"מ בישיבת היכל התורה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.

 

כהן האט עולה געווען מוה"ר משה גלאנצער הי"ו, לוי הרבני החסיד מוה"ר חיים לעווי פון וויען, שלישי האט עולה געווען הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, רביעי הרבני הנגיד מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו פון וויליאמסבורג, חמישי האט רבינו שליט''א עולה געווען.

 

מיט הגבה אויפן ערשטן ספר תורה איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר בערל יאקאבאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, און גלילה הרבני מוה"ר יושע נחמן שרייבער הי"ו פון לאנדאן, מפטיר האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל, מיט הגבה אויפ'ן צווייטן ספר איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו פון וויליאמסבורג, און גלילה הרבני מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו מהנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג.

 

מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.

 

דעם סעודת יו"ט דעם צווייטן טאג האט דער רבי שליט"א געפראוועט בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט טייל פון די אויסלענדישע געסט, מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד מוה"ר שמואל בערגער הי"ו פון לאנדאן, און דער רבי שליט"א האט געבענטשט ביי דעם טיש, און דערנאך פארטיילט כוס של ברכה פאר די באטייליגטע.

 

די תוכן דברות קודש פון די תורה פון דעם טיש וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

צו נעילת החג איז דער היכל ביהמ"ד געווארן אויסגעשטעלט אויפ א מייסערהאפטיגע אופן צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור בלעיה"ר דאס מערסטע וואס מעגליך.

 

אום 8:35 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה ווי עס האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר שלום מאיר עקשטיין הי"ו שו"ב בקהלתינו הק', און נאך מנחה האט דער רבי שליט"א געפראוועט שלחנו הטהור לרגל נעילת החג.

 

צום ערשט האט הרה"ח ר' אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו משמש אנגעגאסן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און דערנאך זענען אלע חברי חברא קדישא דקהלתינו הק' אדורכגעגאנגען להתברך בברכת לחיים פון רבי'ן שליט"א כמנהג.

 

מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' דוד לייב צענווירטה שליט"א פון ירושלים עיה"ק, נאך א לענגערע תורה האט דער רבי שליט"א פאהרגעליינט די כתובה שבין בני ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה לכבוד יו"ט און לכבדו נעילת החג.

 

עטוואס מער ווי א האלבע שעה נאכ'ן זמן האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען מעריב און נאך מעריב געמאכט הבדלה.

 

ביני  לביני האט דער ציבור פארלאזט דאס ביהמ"ד הגדול דורך די זייטיגע טירן צום חצר פארנט פון ביהמ"ד ווי עס איז געווען צוגעגרייט צום מעמד ברכת הקודש.

 

עטליכע מינוט נאך הבדלה איז דער רבי שליט"א ערשינען אויפן ספעציעלן פלאטפארמע פארנט פונעם פארטש פון ביהמ"ד הגדול, ווי עס האט שוין דאן אפגעווארט דער ציבור פון אלפים תלמידים וחסידים זקנים ונערים וועלכע האבן געווארט מקבל צו זיין ברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, און ווי נאר דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען האבן די טויזענטער פארזאמעלטע ספאנטאן אויסגעבראכן אין לעבעדעג טענץ מיט געזאנג פון "אשרי העם שככה לו".

 

נאכ'ן ברכת הקודש איז דער רבי שליט"א אריין אין קהל'ס שטובל אין ביהמ"ד ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש – דברי הדרכה פאר תלמידי ישיבת אור תורה פון מאנסי, בשעת ווען אינדרויסן גייען אהן פייערליכע ריקודין וואס איז נמשך געווארן אויף א לענגערע צייט.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

 

-אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו-





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2011 01:35 לינק ישיר 

כ'זעה ס'שוין דא אשכול פאר בילדער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2011 01:25 לינק ישיר 

הדרה דלא אפשר כו' איז נישט קיין היידפארק מליצה (א שטייגער ווי זיבן שטערןס)
עס איז ווירקליך נישטו די שפראך מסביר צו זיין אזא יום טוב פאר איינעם וואס האט דאס נישט מיטגעהאלטן

אן קיין שום איבריגע פראפאגאנדע
מ'שטעלט נישט צו קיין ביליגע האטלען מיט קיין פעקעלך אין פענער פאר די קינדער
מ'מאכט נישט קיין שום צירקוס, מיט אלע אנדערע נידריגע ביישפיילן צו שלעפן מענטשן



שווערע טויזענטער סאטמאר חסידים ואנשי מעשה קומען שוין צענדליגע יארען אויפן הייליגען יום טוב שבועות מיטצולעבן אזא געהויבענע יום טוב
א הויז אין קרית יואל ווי עס זענען נישט פאראן קיין געסט אין ממש א אויסנאם חוץ אויב דארט וואינט אייןס פין די צרי עין
עס איז נישט קיין ווינדער אז פין יאר צו יאר וואקסט דער ציבור אין אזעלכע גרויסע ציפערן
מ'האט היי יאר געפנט א פרישע גאלערי אין פאליש וואס האט נישט פארמינערט א שטערקערע געדרענג פין פאריאר
אפי' די ציגעלייגטע עיר קאנדישאן האט נישט געקענט אפקילן אזא ציבור בליעה''ר
איך האב נישט די ריכטיגע אויסדריק אויף אזעלכע געהויבענע תפילות, טישן, אין אזוי ווייטער

אשרי עין ראתה כל אלה,


אט איז א גשמיות'דיג בילד פון די גרעסטן חלק פונעם ציבור ביי די ברכות הקודש
(ב''ה ביי אינז כאפט מען נישט קיין בילדער אום יום טוב, ברענג איך נאר בילדער פין נאכדען זמן)












דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2011 19:55 לינק ישיר 


עס איז באמת שווער אפצושרייבען אזא יו"ט מיט אזויפיל שמחה דקדושה, און גוגעין צו השי"ת בצילו פון רבינו שליט"א

איך וועל נאר ארויסברענגן צויי דריי פונקטען:

1} דער עולם.
אזא עולם איז נאך און סאטמער קיינמאל נישט געווען, און די געדרענג איז געווען אין לשער, ביי אקדמות איז מען
געשטאנען צענדליגער פיס ארויס ביי אלע טירען, א נאדעל איז נישט מעגליך געווען אריינצושטיפען און ביהמ"ד,
מיין רעקעמאנדאציע, פאר נעקסטע יאר, משיח זאל זיכער ווי פריער קימען, 1} מען זאל עפענענן פענסטער פון ביידע אויבערשטע שטיבליך צום ביהמ"ד אינטערן ווייבער שול, און אנפילען דארט מיט זיצען, 2} ביי צפון זייט ביהמ"ד, זאל מען טיען די זעלבע ווי ביי דרום זייט, און לויט ווי איך טראכט, קען מען עס טיען דורוץ ניצען די ביעמס וואס עס איז יעצט דא דארט, צולייגען נאך אפאר בימעס, און אויף דעם בויען א צייטווייליגע פלאטפארם אויף שבועת יעדעס יאר, אזוי וועט מען נישט פארלירען די סוכה אינטען, וואס איז אגב אויך זייער א געשמאקע זאך, און עס וועט נישט קאסטן צופיל צי בויען

2}תיקון ליל שבועות
פון די שענסטע און געהויבענסטע זאכען וואס עס איז געווען אינעם יו"ט, איז בלי שום ספק די טיש די ערשטע נאכט,
דערמיט האט רבינו שליט"א ממש געראטוועט דעם ציבור, ווייל ווי נישט ווי, האט דאך נישט יעדער די זעלבע ערענסקייט, און בעפאר מען האט איינגעפירט דעם טיש אויף א גרויסע פארנעם, פלעגט א ריזיגער עולם פיסטווען און ארום גייען ליידיג די ערשטע נאכט, דער טיש איז איין שטיק קדושה און אהבה צו השי"ת מיט א זעלטענע געהויבענע ערענסקייט, און דאס גיט דעם טאן אויפן גאנצן יו"ט, אשרי העם שככה לו

3}דאווענענן - אקדמות
איז נישט מעגליך אפצושרייבען, יעדער האט זיך געפילט נענטער צו השי"ת ביי אזא אקדמות, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2011 21:06 לינק ישיר 

זייער שווער זיך צו געזעגענן פין אזא געהויבענע יום טוב, איך געדענק נישט אזא שיינע שבועות, נישט נאר בכמות נאר אויך באיכות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2011 18:59 לינק ישיר 

עקספּערטן זאָגן דאס יאָר איז געווען דער גרעסטער עולם קע"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2011 17:50 לינק ישיר 

ולא ראינו שינה בעינינו אין פילן זין פון ווארט

4:30 האט זיך דער עולם אהיימגעיאגט פון ביהמ"ד צו די סעודת היום, און 7 האט מען שוין שווערליך געקענט טרעפן א גוטן פלאץ צום תנאים טיש, און מען האט די זכיה געהאט צו הערן דברי אלקים חיים לכבוד היום.

(אויפן וועג ארויס אנצוטון די רעזשוואלקע זאגט מיר א אינגערמאן וואס זיין קאפ איז הפנים - מאיזה סיבה - געליגן אין וומס"ג, רופט ער זיך אן, אן וומסב"ג האט מען אפשר דעם דברי חיים? דא האבן מיר אבער "דברי אלקים חיים")

דער זייגער קלאפט שוין 12:30 ביינאכט, אבער גארנישט האלט נישט אפ דעם עולם צו קומען צו מיטל נאכט טיש.

וכמעשהו ביום א' כך מעשהו ביום ב', דער שחרית און אהבה רבה

און דערנאך פארנאכטס דער נעילת החג, ווי דער יו"ט האט זיך געענדיגט מיט געוואלדיגע דברי חיזוק והתחזקות אהיימצונעמען, דער רבי האט בתוך הדברים ארויסגעברענגט אז דער אייבערשטער האט אונז שוין אינזין געהאט ביי מתן תורה אז די תורה וועט אמאל אנקומען קיין אמעריקא, און מען וועט האבן די כוחות צו קענען מגדל זיין ערליכע אידישע דורות.

און נאך מעריב ווען דער גאנצער ציבור איז זיך צונויפגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול ווי מען האט געהאט די זכיה צו הערן דעם ברכת הקודש פון רבינו שליט"א, האט זיך ביי יעדן ארויסגעריסן פון הארץ א געבעט...

 

אוי עד הנה עד הנה, עזרונו רחמיך, עזרוני רחמיך, ולא ולא עזבונו, עזבונו חסדיך ה' אלקינו

אוי ואל תטשנו, ה' אלקינו, איי איי איי, ואל תטשינו ה' אלקינו לנצח

 

ונזכה עוד רבות בשנים לחסות בצל הקודש ולהנות מזיו תורתו וקדושתו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2011 17:41 לינק ישיר 

אנגעהויבן שבועות ביינאכט ביים טיש ווען טויזנטער אידן זענען זיך צוזאמען געקומען - און ווי איד האט מיר געזאגט דעם יו"ט אז אנקוקנדיג דעם ציבור האט אים אויפגעבליצט אין מח א געדאנק אביסל צו פארשטיין דעם דך פון תלמידי בעש"ט צו פירן טיש שבועות ביינאכט, דאס טיש האט אפגעשפיגלט א ריכטיגע עצרת תפלה, ווי טויזנטער אידן האבן זיך אויסגעוויינט "והאר עינינו בתורתיך" "שבתי בבית ה' כל ימי חיי", נעבן מיר שטייט א אינגערמאן און האלט זיין קליין אינגעלע אין די הייך און ווייזט אים צו קוקן אויפן רבין און זאגט אים: "זעסט! אזוי דארף מען מתפלל זיין אויפצווואקסן א תלמיד חכם", ווער ס'האט געזען דעם רבין ביי די ניגונים פארשטייט וואס איך מיין.

דערנאך די דברי אלקים חיים ווי די רבי האט אויסגעשמועסט ווי אידן האבן מתפלל געווען פאר מתן תורה, און דער רבי האט אויפגעטון די גוואלדיגע בחינה אז די מלאכים זענען נישט געווען גרייט ארויפצוטראגן די תפלות פון אידישע קינדער, ווייל זיי האבן אויך געדארפט די תורה, ממילא האט דער אייבערשטער אראפגעשיקט יעקב אבינו ער זאל ארויפטראגן די תפלות פון אידישע קינדער.

מיין ווערטער בוך איז צו ארים ארויסצושרייבן דאס דאווענען די אהבה רבה די אקדמות דאס ליינען, און אז מען קומט אן צום קרעפל טיש איז דאך שוין ממש אוממעגליך עס מסביר צו זיין ווי אזוי דאס האט אויסגעקוקט, די שמחת התורה, די געוואלדיגע פלפול וואס די רבי האט געזאגט אין די סוגיא אין פסחים, און עס אזוי שיין משלב געווען צו מתן תורה אז דער גאנצער עולם האט ממש מיטגעשפרינגען, אויפן וועג אהיים האט מען אויף די גאסן נאר געהערט די שמועסן פון צו ס'העלפט יא ביטול פאר חמץ ידוע צו נישט, צו בל יראה איז א סיג, צו חצי שיעור ביי חמץ איז א סיג לסיג, אשרי עין ראתה אלה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אוי! עד הנה עזרונו רחמיך וכו' ואל תטשינו ה"א לנצח - שבועות תשע"א קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext