געשפעטיגט דעם דאטום, און פון וואלד ארויסגעווארפן...
קלאנגען גייען ארום, אז די טרעילארס וועלכע ליגען סטאנציאנירט אויף די לאט פון די מאונראו ישיבה הארט נעבן די לאט פון ר' יחזקאל בראך, וועלכע דינען אצינד אלס א שולע פאר די מהרז"ל מוסדות אין קרית יואל, גייען איצטערט דארפן זוכן א נייער סטאנציע אוואו זיך צו פלאצירן.
דאס קומט נאכדעם וואס צד מהרז"ל האט געהאט א דאטום ביז ווען זיי קענען אריינגעבן פאפירן און קעמפפן פאר דער לאט, נאכדעם וואס ווי באקאנט באלאנגט דער שטח פאר די ישיבה גדולה אין קרית יואל, אבער נאך לענגערע בארוטענגען האבן זיי מחליט געווען אז עס לוינט זיך נישט אריינצוגיין אין געריכט, צוליב דער גרויסער שאנס אז דער ריכטער וועט עפענען ס'גאנצע סאטמאר'ע קעיס, און מען קען נישט וויסן מיט וואס מען קען זיך אליינס שאדן מאכן.
אבער קיינער ווייסט נישט וואס מיט זיי האט פאסירט, זיי האבן פשוט און פראסט פארגעסן אז דער דאטום דערנענטערט זיך, און אצינד האבן זיי פארשפעטיגט, דער דאטום איז אפגעלאפן, און די טרעלארס וועלן לכאורה מוזן גאר בקרוב זיך צוטשעפענען צו איר קאפ-טרעילאר און גיין גלות ליידן.
אומזיסט איז בלי ספק פון די "אנדערע".. יעדעס ווארט זיינע שפריצט מיט ארוניזם, נישט נאר יעצט נאר אייביג.
מיר זענען נישט אריין אין בג"ץ! ווער געוואר פאקטן פאר דו בלאבעלסט נאך וואס דיין "בלאט" באקט דיר אפ..
דו זעסט ווי דו האסט אנטדעקט דעם אהרוני'שן מייסטער פלאן לערבב את השטן? דו האסט מיט דיין שארף אויג תיכף אויפגעכאפט אין וואס דא האנדלט זיך, און מיר פארלאפן דעם וועג פאר מיין אקציע! איך האב מורא איך וועל מוזן טוישן ניק...
נשלח ב-13/6/2011 21:04
עםהארץל כתב:
אין ב"פ איז געווען א היתר בי"ד ? יא! בי"ד אבן המשפט פארן בית החיים איז געווען א היתר בי"ד ?יא! דייני קהל יטב לב אין בני ברק איז געווען א היתר בי"ד ? דאס פרעג די ארונים, זיי זענען אריין אין געריכט
לויט ווי די ענפערסט מיר האט עטץ נאך ביז 24 שעה א היתר
איך זעה נישט פארוואס ענקער בי"ד זאל ענק נישט געבן קיין היתר עטץ האטס אייביג באקומען
אין טאמיר עטץ וועט נישט באקומען וועט עטץ סיי ווי אריין גיין אין זאגן אז די אהרונים זענען אריין
נשלח ב-13/6/2011 20:41
לאגיש כתב:
אין ב"פ איז געווען א היתר בי"ד ? געדענקסט נאך שמואל ווידער'ס איסור? פארן בית החיים איז געווען א היתר בי"ד ? ווען איינער רופט מיך אין געריכט דארף איך זיך פארטיידיגן אין געריכט! ניין ?! אין בני ברק איז געווען א היתר בי"ד ? פרעג דעם דזשיגאן ער האט געסיינט די פעיפערס צי מסר'ן די רעבעצין ע"ה איז געווען א היתר בי"ד ( היינט איז איר יארצייט ) ווער האט איר געמסרט?
אין אויב יא ?
פארוואס געט זיי נישט דער בי"ד יעצט א היתר ?
נשלח ב-13/6/2011 20:38
דריי נישט קיין קאפ איך האב עס געזעהן
ווער עס האט ביי זיך דעם בריוו אינטערגעשריבן פון גדולי ארץ ישראל ובתוכם ירושליומער רב וועגען א זמן אויף אריס גיין פון בג"ץ זאל עס מוחל זיין אהערברענגען.
נשלח ב-13/6/2011 20:34
מיר ווארטן אויף ר' יונה אפאר יאר ער זאל שוין ארויסקומען מיט די בריוון
נשלח ב-13/6/2011 20:28
עם הארצ'ל גיי ווייטער: און וואס האט הגאון גאב"ד ירושלים שליט"אזיך געבעטן און געווארנט צו צד המרז"ל
[ווער עס קען זאל ברענגען די פאפירן איך האב עס נישט]
נשלח ב-13/6/2011 20:16
לאגיש כתב:
אין ב"פ איז געווען א היתר בי"ד ? יא! בי"ד אבן המשפט פארן בית החיים איז געווען א היתר בי"ד ?יא! דייני קהל יטב לב אין בני ברק איז געווען א היתר בי"ד ? דאס פרעג די ארונים, זיי זענען אריין אין געריכט
אין ב"פ איז געווען א היתר בי"ד ? פארן בית החיים איז געווען א היתר בי"ד ? אין בני ברק איז געווען א היתר בי"ד ? צי מסר'ן די רעבעצין ע"ה איז געווען א היתר בי"ד ( היינט איז איר יארצייט )
אין אויב יא ?
פארוואס געט זיי נישט דער בי"ד יעצט א היתר ?
נשלח ב-13/6/2011 19:42
מיט רשות ...אן רשות ... קען מען זאגן אז עס איז נישט עבידי לגלויי, אבער דאס איז אמאל זיכער, אז אין וויליאמסבורג איז צד מהר"א אריין אין געריכט, ווידעראום אין בני ברק האט צד מרז"ל אריינגעגעבן די קלאגע אין געריכט. און עס איז נאריש צו פארדרייען א קאפ אהין און צירוק.
נשלח ב-13/6/2011 17:05
אומזיסט איז בלי ספק פון די "אנדערע".. יעדעס ווארט זיינע שפריצט מיט ארוניזם, נישט נאר יעצט נאר אייביג.
מיר זענען נישט אריין אין בג"ץ! ווער געוואר פאקטן פאר דו בלאבעלסט נאך וואס דיין "בלאט" באקט דיר אפ..
נשלח ב-13/6/2011 05:29
נו, נעמט מען א היתר בי"ד. מאי שנא בני ברק?
און אגב, יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז ביי אזא זאך ברויך מען נישט קיין היתר בי"ד. ספעציעל אויב דער דאטום לויפט אפ.
תוקן על ידי אומזיסט ב- 13/06/2011 05:33:42
נשלח ב-13/6/2011 03:52
אומזיסט,
עס איז דא א דעת בעל הבית און א דעת תורה, דער דעת תורה זאגט מען טאר נישט גיין אין געריכט אן קיין היתר בית דין נישט קיין חילוק ווי שטארק מען דארף עס
נשלח ב-13/6/2011 03:26
פארוואס זענען קאמענטארן איבעריג, חזקה?
נשלח ב-13/6/2011 03:08
אומזיסט איז געווארן אן ארוני לעצטענס??? ווער איז אריין אין איזראעלישן געריכט גיי קודם נאך די פאקטן אין נאכדעם האב טענות מנהל ער שפילט פארטיי