| נשלח ב-12/6/2011 23:06 |
|
| |
פארשפעטיגט דעם דאטום, און פון וואלד ארויסגעווארפן...
קלאנגען גייען ארום, אז די טרעילארס וועלכע ליגען סטאנציאנירט אויף די לאט פון די מאונראו ישיבה הארט נעבן די לאט פון ר' יחזקאל בראך, וועלכע דינען אצינד אלס א שולע פאר די מהרז"ל מוסדות אין קרית יואל, גייען איצטערט דארפן זוכן א נייער סטאנציע אוואו זיך צו פלאצירן.
דאס קומט נאכדעם וואס צד מהרז"ל האט געהאט א דאטום ביז ווען זיי קענען אריינגעבן פאפירן און קעמפפן פאר דער לאט, נאכדעם וואס ווי באקאנט באלאנגט דער שטח פאר די ישיבה גדולה אין קרית יואל, אבער נאך לענגערע בארוטענגען האבן זיי מחליט געווען אז עס לוינט זיך נישט אריינצוגיין אין געריכט, צוליב דער גרויסער שאנס אז דער ריכטער וועט עפענען ס'גאנצע סאטמאר'ע קעיס, און מען קען נישט וויסן מיט וואס מען קען זיך אליינס שאדן מאכן.
אבער קיינער ווייסט נישט וואס מיט זיי האט פאסירט, זיי האבן פשוט און פראסט פארגעסן אז דער דאטום דערנענטערט זיך, און אצינד האבן זיי פארשפעטיגט, דער דאטום איז אפגעלאפן, און די טרעלארס וועלן לכאורה מוזן גאר בקרוב זיך צוטשעפענען צו איר קאפ-טרעילאר און גיין גלות ליידן.
דאס איז א באריכט וועלכע האט דערגרייכט מיינע אויערן, אויב איינער ווייסט עפעס מער קלארע דעטאלן זאל ביטע אינפארמירן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2011 07:15 |
|
| |
וויפל איך האב געסוירטש איז דאס פוסטע חזיונות.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2011 21:08 |
|
| |
ווייסט עמעצער מער פרטים וועגן דעם מעשה
תוקן על ידי upstate1 ב- 15/06/2011 21:10:00
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 01:18 |
|
| |
די ווייסט נישט פארוואס????? זיי גייען נישט אין קארט........
זיי גייען נאר אין קארט ווען זיי האבען א הו''א אז זיי קענען עפעס געווינען, וואס דאן גייען זיי אפי' אן א הזמנה לדי''ת אדער סיי וועלכע היתר בי''ד (א שטייגער ווי: בג''ץ הציוני, 26 בחורים ארעסטירן אום יום טוב, מקוה טהרה מסירות, בית החיים, בארא פארק, קהל יטב לב קעלרפיקעישאן, מאנטריאל, וכו' אלע אנדערע מסירות אין ערכעות)
זייער רעב''ע לאזט נאר גיין אין קארט ווען זיינע 2 קינדער חיים הערש (בג''ץ) אדער יעקב בער (וומ''ס, ב''פ וכו') געבן די אקעי
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|