שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.
1) זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...
1.א) דער צד השני של המטבע: עס איז קיין שום עוולה, ביי א מחלוקת – און נישט קיין נפקא מינה וואסארא מחלוקת, זיך צי האלטן פאסיוו, תולדות אהן מיטן נישט אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, האט זיך געפירט "בשב ואל תעשה עדיף" – עס בפירוש נישט פון די אויפגאבעס פון תו"א צו גיין נאכקוקן די חתימה פונעם ברך משה זי"ע, וואלט דער בלאט גהעאט אביסל שכל – און נישט זיך געיאגט, וואלטן געהאט אביסל געדולד, נישט גלייך נאכן ערשטן – צווייטן וואך געפנט א פראנט קעגן תו"א, מיט די צייט וואלט זיך תו"א נישט געקענט מתעלם זיין פונעם בלאט – נישט געקענט מתעלם זיין פון אזא גרויסן ערליכן ציבור, נישט געקענט זיך שטעלן איינזייטיג.
נאר "פחז כמים" – וויא נאר דער בלאט איז ערשינען, האט תו"א געדארפט תיכף ומיד, אנהויבן צו אדווערטייזן, נישט זיי לאזן בכלל זיך איבער טראכטן, א מינוט – עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, לאז א אטעם כאפן – וויא לויפט איר – פאוואליע, ניין – וועט אירש וין יעצט אריין געבן עד'ס איז אוקיי, אז נישט ביזטו מיין שונא – אין מיר וועלן עפענען שוין א מלחמה קעגן ענק – וכך הווה
חברים טייערע, פון יעדן אספעקט וואס מיר וועלן דאס קוקן, וועלן מיר שטענדיג ווערן או געקלאפט פירסט "תו"א לייגט נישט קיין עד'ס אין בלאט" – מיט דעם הייבט זיך דאס אהן, און מיט דעם וועט זיך דאס ענדיגן, ווען תו"א וועט בעז"ה אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, וועלן זיי ווערן אונזערע בעסטע פריינד.
בכל אופן האבן מיר אהרוינים מיט די אייגענע הענט האפ געסטעמפלט תו"א אלס אונזערע שונאים, אין יעדן געלגנהייט האט דער בלאט געזוכט וויאזוי צו מאכן חויזיק פון תו"א, געזוכט שטענדיג פון אונטער דער ערד, חסרונות – און מער וויא איינמאהל געשריבן גרויליגע שקרים, ו "שמחת בית התועבה" יוכיח.
2) אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...
2.א) ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.
(בכל אויפ וואלט איך געוואלט זעהן א קאפי פון דעם, איך געדענק נישט נישט אזא מודעה, אין די קומענדיגע פארגארפן דיינע, זענען דא פיל מיט שקרים, אזוי – אז איך וואלט געמעגט טראכטן אז אויך דער פארגראף פון די בני יואל איז שקר, ביב דו וועסט ברענגען א קאפי)
3) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.
3.א) דער תו"א רבי, איז געוועהן דער הערשטער וואס האט מציע געוועהן צי ברענגען הגאון הגדול ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א, צי די העדה החרדית, ווען דאס האט זיך לכתחילה נישט אויס געארבעט, איז דער נאמען פון ר' יחמ"פ, ארויף אויפן טיש – יא און תו"א האט געפאשט און איז געוועהן דערפאר, איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.
4) תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.
4.א) איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.
5) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.
5.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, עס איז פשוט נישטא אזא מציאות, ארויס ווארפן א חבר הנהלה, על לא עוול בכפו, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל אים ארויס ווארפן
6) תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.
6.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, ר' נחמן יאקאב שליט"א, אלס איינער וואס גייט מיט אונז, האט וויא פארשטענדליך נישט געקענט מער גיין נאך געלט ביי די זאליס, האט די העדה החרדית געשיקט עקשטיין, וואס האט דאס מיט תו"א? זעראו – אבי געזוכט צו שיסן.
7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.
7.א) תו"א האט געפירט א שבת אין קרית יואל, מען האט געבעטן רשות פון די קהילה – און פון רבינו שליט"א, און תשובה איז נישט געקומען, נישט אויף יא – און נישט אויף ניין, מען האט זיי ארום געשלעפט א גאנצע וואך מיט תשובה, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן
8) תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.
8.א) יחזקאל בראך איז היינט צו טאג שטיצער נומבער 1 פאר תו"א, יחזקאל בראך האט פארן נייעם בנין פון תו"א אין ירושלים, שוין אוועק געלייגט איבער 3.5 מיליאן דולר, רוף דאס 'ראש' אפילו זנב, מיר זענען נישט בעסער פון תו"א, לאמיר זעהן וויא מיר וועלן זיך פירן מיט אזא ספונסער.
9) תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.
9.א) שקר וכזב, דער בלאף ווערט אלס איבער געחזר'ט, אויך און דעם אשכול ווערט דאס דערמאנט, איך האב זיך נישט געפוילט, און מברר געוועהן, וואס עס איז פארגעגאנגען יענעם פרייטאג, באלד וויא דער תו"א רבי איז געקומען קיין קרית יואל דאנערשטיג נאכט, האט האט מען אנגערופען בבית רבינו שליט"א, ווען דער תו"א קען אריבער קומען צו רבינו, וויא עס פאסט צו באזוכן צום הערשט דעם מרא דאתרא, פון רבינו שטוב האט מען אלס געזאגט אז מען קען נישט יעצט, מעיבי שפעטער, אזוי האט מען זיי אלס געשלעפט.
די מטרה פונעם שלעפן איז געוועהן אז מען זאל נישט דארפן ענפערן תשובה וועגן דעם שבת, וואס תו"א האט געוואלט צו פירן אין ק"י.
אזוי איז געוועהן א 'פינג פאנג' א גאנץ פרייטאג, באלד נאכן דאוונען פרייטאג אינדערפרי, האט מען געקאהלט לבית רבינו, ווען דער תו"א רבי קען אריבער קומען, און אלס איז געוועהן די זעלבע תשובה, נאכנישט – נאכנישט, ביז ממש פארן זמן, האט מען שוין נישט געקענט זיך מער ארום שפילן, האט מען סוף סוף מאשר געוועהן אז מען קען אריבער קומען, ווען דער תו"א רבי איז געקומען, איז ער אויך נישט גלייך אריין געלאזט געווארן, ווייל עז איז 'פונקט' געוועהן דעמלטס ביי רבינו שליט"א עפעס א יונגערמאן מיט זין בר מצווה בחור, נאך 10 מינוט ווארטן, איז דער תו"א רבי אריין געלאזט געוורן צו רבינו שליט"א, מאכן מיר זיך נישט קיין שונאים מיט די אייגענע הענט?
10) תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.
10.א) דער תו"א רבי שליט"א, וויא זיין פאטער בעל דברי אמונה זי"ע, דאווענט אלע יארן אין ראדני ביהמ"ד, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט גיין דארט מער, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן
11) ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.
11.א) זאג מיר נאר וואסאר פנים האט דאס צו גיין בעטן געלט, אויף דעם סארט אויפן, איך פארשטיי אז די וואלסט געוואלט שרייען 'א באנדע חזירים תו"א – ווען עס קומט צו געלט זענען זיי שוין דא' – אוקעי, זיי האבן דיר נישט געוואלט מהנה זיין מיט דעם – טו וואט?
12) פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.
12.א) טיפשות – רשעות – שקר וכזב, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס האט ער געדארפט צו לאכן? ביזטו אינגאנצן פון קאפ געפאלן, מיינסטו אז איינער וועט דיר גלייבן דיינע טיפשות'דיגע בלאף? נישט מער און נישט ווייניגער, וויא ר' דוד – האט זיך ממש געפריידט, ווען מען האט צו מקל'ט דוד עקשטיין די ביינער?
יעצט פאר איאהר צוריק בערך, איז ר' דוד עקשטיין געועהן אין ירושלים עיה"ק, פרייטאג צו נאכט איז ער געועהן אין תו"א, מען האט אים שיין אויף גענומען, עס שטימט ממש מיט דיין שיינע געבאקענע מעשה.
13) תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.
13.א) נישט אמאהל ווערד א תגובה, יצחק ווייס? ווער איז דאס בכלל, עפעס א גרויליגער ראצער, איך וואלט געוואלט מיינען, אז דער תו"א רבי פלעגט זיצן ביי יוסף90, און געשריבן מיט אים פאשקעווילן – אוח אוח..
אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.
איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.
סאטמאר דארף נישט תו"א? – פיין, משכנות הרועים דארפן זיי? אפשר קרעטשניף? מאך זיך נישט צו נער, תו"א איז היינט צו טאג די גרעסטע היימישע קהילה אין ארץ ישראל, מיר וואלט זיך זייער געפריידט ווען זיי וואלטן געוועהן מיט אונז.
קוק נאר וויא דו ביזט זיך סותר, ווען רבינו שליט"א איז געוועהן און ארץ ישראל, שרייבסטו אז "אב"ד קהילותינו וויליאמסבורג, האט געטיילט געלט, קענסטו מיר אפשר זאגן וואס עפעס פלוצלונג האט מען געטיילט געלט? ודוק'
תו"א דארף טאקע צו האבן געלט, זיי דארפן אסאך געלט, ווער דארף נישט? מיר דארפן נישט קיין געלט, זענען מיר שוין מסודר מיט אונזערע אלע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג? – יא אלע דארפן געלט – אויך תו"א – און אויך סאטמאר, נעם נאר אין באטראכט, אז תו"א גייט שוין אן באלד 15 יאהר – אן אונז – אן סאטמאר, זיי געבן זיך אן עצה, זיי האבן אוועק גשטעלט א פראכטדיגן בנין – פון קרוב צו 20 מיליאן דאלאר, אן סאטמאר.
.................