דאס ערשטע מאל וואס די אהרוינים האבן געטהון א געלונגענע שריט, כאטש ס'איז ניט געטהון געווארן אויף א ערליכע שיינע נאר אויף זייער א געמיינע מיאוסע אופן. די אהרוינים האבן געוואוסט אז די איינציגע קהילה וואס וועלן ווערן דערציטערט הערנדיג אז א ערליכער איד גייט צו ערכאות, בפרט אז יענער האט מרמז געווען די הייליגע נאמען תולדות אהרן, דעראיבער זענען די אהרוינים געגאנגען און מפרסם געווען אין די גאנצע וועלט: "היתכן תולדות אהרן גייט צו ערכאות" כאטש זיי האבן קלאר און דייטלאך געוואוסט אז נישט נאר דאס האט גאר נישט מיט תולדות אהרן נאר ס'איז א פרייוועט סכסוך פון ש צ א מיט די שטאט, נאר זיי האבן אויך קלאר געוואוסט אז די ראשי הקהילה פון תולדות אהרן האבן ניט אמאל געוואוסט פון דעם. אבער וואס - כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, די אהרוינים האבן געכאפט צוויי פייגעלעך אין איין שאס פון איין זייט וועט מען אריין שמייסן אונזער שונא תו"א, פון די צווייטע זייט ווייסן מיר דאך אז תולדות אהרן וועט נישאט רוען ביז מ'וועט מבטל זיין די תביעה אין ערכאות, ווייל פארט ווייסן מיר (אהרוינים) דאך אז זיי זענען די הערליכע אידן וואס עס טהוט זיי נאך וויי די כבוד שמים, און בא זיי איז די הייליגע ווערטער פון "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם" איז נישט נאר אויף צו הערן פון א שיינעם בעל קורא, נאר מען דארף דאס מקיים זיין אויכעט. די מיאוס'קייט פון דעם, איז זייער פשוט, אנשטאט צו אויפהייבן איין טלפון צו די הנהלה פון תו"א אין ירושלים, און זיי לאזן וואוסן אז מיט זייער נאמען איז געטהון געווארן אזא חילול השם, ניין חלילה, מיר וועלן לאזן זיי וואוסן? אויב מיר וועלן דאס טהון וועלן מיר דאך זיי ניישט קענען שמייסן. און לשבחו פון ר' ש,צ,א, מוזן צוגעבן אז מ'זהעט קלאר אז פארט איז ער נאנט צו תולדות אהרן רבי'ן, ווייל גלייך ווען מ'האט אים אויפמערקזאם געמאכט האט ער נישט געטראכט אסאך נאר פארארבעט מעשים אראפ צונעמען זיין תביעה, כאטש ס'האט אים געקאסט אסאך געלט און טראץ די אלע שוועריקייטן האט ער דאס אויפן שנעלסטן אופן מבטל געווען. אזא מין פנים האט איר.
 |
|
|