כדי די קליינע קטני מח זאלן נישט איישלאפן, האט זלמן לייב וואלדמאן געמאלדן יעצט ביי א חתונה און וואודבערי אז מגיט זיך בקרוב אריינציען צוריק און קרעטשמע ווייל...
"מעהאט געפיילט פעיפערס"
זייענדיק פארשיכור'ט פון "די פעיפערס", זאגט ער ווייטער (קראנט) "לעצטע מאל האמער נישט געפייט אים" (רבינו שליט"א) "נאר מיט זיין טאטן, האמער געמוזט סעטלען"
די ווילידש אוו קרית יואל האט אן א שיער געלט פון די טעקס קאללעקטעד פון די בני יואל און אנדערע איינוואינער.
אבער סאסמאן ארבעט נישט אומזיסט, לפי השמועה פארלאנגט ער א מיליאן דאלאר.
---
וויאזוי איך קוק עס אן.
די בני יואל שווערן זיך אז זיי גייען מער נישט סעטלען.
אבער זיי דארפן שוין נישט, וויבאלד זיי האבן שוין איינמאל געסעטעלט.
אום 2000 האט יאסל וו"מ פראבירט אריינצוגעיבן א נייע קעיס אנקעגן די ווילידזש, דער קעיס איז ארויסגעווארפן געווארן דורכן פעדעראל קאורט, אנרופנדיק זיין קעיס מיטן שפעט נאמען "וואלדמאן-צוויי" איך גלייב אז די קעיס גייט קיינמאל נישט זען א דשורי, און וועט ווערן דיסמיסד אלץ "וואלדמאן-דריי" א קעיס וואס איז שוין לאנג געסעטלט געווארן.
ליין
סאיז שוין נישט די ניינציגער יארן, אין די לעצטע יארן צאלט די ווילידזש שווערע געלטער צו מאכן אלעס לעגאל, און וי באקאנט האט די ווילידזש נישט צוגעפארט די קעטשמע, נאר די קאורט וואס די קרעטמע האט זיך אליין געברנגט, רופנדיג קהל אין קאורט וועגן א נארישע סוער פייפ דיספיוט, בור כרה ויחרפהו. פארשטייט זיך ז י ווילידזש האט צוגעשטעלט סעקיוריטי צו פאלגן דעם קאורט'ס פסק.
אבער אויב נאך יארן אפיעלס גיט עס צום סוף יא אנקמען צו א דזשורי, און זיי וועלן אנולירן די ווילידזש, קען א טאג נאכדעם זיך צוריק עפענען א ווילידזש נאך גרעסער און שטערקער ווי פריער נוצנדיג נ"י סטעיטס גרינגע ווילידש לאוס.
און אלענספאל די קרעטשמע בלייבט צוגעשפארט, קיינער טראכט נישט אז די טאון אוו מאנראו וועט זיי געבן א פערמיט פון א שול אין א רעזידענשאל זאונינג אן קיין וואסער, לעקטער, פארקינג און סוער, און די קאורטס האבן שוין געפסקנט, אז דאס הויז קען נאר זיין איין רעזידענץ.
איך גלייב נישט אז סוועט אמאל קומען דערצו, אבער א פיוטשור ווילידזש אוו ברך משה ואהרן (אדער אן אנדערן שטעכעדיגן נאמען) וועט נאכגעבן די בני יואל זייער וואונטש, און בויערס לאט, בראכס לאט וכו. וועלן אי"ה בלייבן אינדרויסען פון ווילידזש, אזוי וועלן זיי קענען בויען א דירה אויף אן עיקער (אפשר) איך קען קוים ווארטן.
און אלענספאלס, איך זעה נישט קיין פעטה פאר די קרעטשמע'ס ריאפענונג.
די איינצוגסטע זאך וואס איך קען טראכטן איז אז ז"ל וו"מ פרובירט אויסצוזויגן די חברה פון זייער ביסן, אויב סאיז זיי נאך עפעס געבליבן נאכן באצאלן די ווילידזש, סקול דיסטריקט, סוער, וועד הקרי' טעקסעס.
Anyone correct me if I'm wrong