מיט די לינקע פיס: ערשטע טיפע דורכפאל פאר פעדעראלן קלאגע
נאך וואס דער ילד קטן מנהיג עדת הזאלונים בקרית יואל, יוסל וואלדמאן שר"י, האט באוויזן אויפצו-ווייזן פאר תולדות אהרן שווארץ אויף ווייס אז ער עפנט דא א "מעכטיגע" קלאגע קעגן דעם קר"י ווילידש, און ס'איז ממש א שאד זיך נישט אנצושליסן... און שמואל צבי אייזנבערג האט טאקע געשאנקען זיין חתימה, איז אבער אדורך עטליכע טעג, און תולדות אהרן איז געוואויר געווארן פון וואסערע ליצנות'דיגע קלאגע עס רעדט זיך דא, און דער יוסל וואלדמאן האט זיי דא ווידער אריינגעדרייט אין שמוץ פאר גארנישט, און זיי גייען דערפון גארנישט פארדינען, בלויז זיך פארטשעפענען מיט די פירער פונעם שטעטל.
האט זיך אנגהויבן א געפערליכע הסתה אינערהאלב זייער עולם קעגן יוסל, און דער דארטיגער ציבור וויל ממש צורייסן דעם ילד קטן פארן זיי ארייננארן און אריינשלעפן אין זיינע וויסטע דמיונות.
אצינד קומט די נייעס, אז שמואל צבי אייזנבערג האט אפיציעל געמאלדן אז ער ציהט זיך גענצליך ארויס פון די גאנצע קעיס, און ציהט צוריק פון זיין קלאגע.
ווער עס פארשטייט וואס דאס מיינט פאר א קעיס, ועלכע איז שוין אזוי אויך הוילע לופט, פארשטייט וואס דאס מיינט פאר יוסל\סאסמאן.
בלייבט איבער צו וואונטשן פאר די אלע קינדערלעך וועלכע פרייען זיך מיט יוסל'ס פעולות, א רפואה און א נחמה ביחד במהרה.
 |
|
|