בית פורומים אידישע געדאנק

שששש.. סוד גדול: דריי חתונות די וואך אין עטרת מאיר צבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2011 08:07 לינק ישיר 
שששש.. סוד גדול: דריי חתונות די וואך אין עטרת מאיר צבי

עס הערשט א שטיל-שווייגעניש. נישטא קיין מחאות אין בלאט, קיין פאשקעווילן אין קרית יואל, קיין פאני-קאל'ס אינמיטן נאכט, מ'שרייט נישט נאך קיין קאפל'ס אויף די גאס. אבער טראץ דעם שמייסט די אהרונים, ובראשם דעם דזשיגאן עם הארץ, דעם פאקט אין פנים אז די וואך איז פארגעקומען אין דעם קרעציגן/פארשאלטענעם/אין חרם געלייגטער זאל דריי חתונות! ‎​
 
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז ווייניגער ווי א יאר נאך וואס לאוב מיט ר' געציל האבן ארויסגעגעבן זייער שטורעמישער דעת תורה און גע'אסר'ט סידור קידושין אין עטרת מאיר צבי, האלט שוין היינט דער צאל חתונות ביי קרוב צו דרייסיג אדער שוין אפשר איבער דרייסיג, און אין די וואך אליינס איז געווען דריי חתונות. אבער כדי נישט צו צוברעכן די מוחות קטנים פארציילט מען זיי דאס נישט, און מ'שפילט בת היענה כאילו דער זאל איז שוין אפגעשפארט. ‎​
 
זעהט אויס אז דער פעדעראלער קאורט האט זיי יא אפגעשראקן...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 19:24 לינק ישיר 

שמואליונה כתב:
יא דער נצחון איז געוואלדיג גרויס. איך רעד שוין נישט פון דעם אז דער זאל איז קאי וקיים, און עס זענען שוין דארט פארגעקומען צענדליגער חתונות אינעם עבר. נאר עס איז אונז א נצחון צו זען וויאזוי נישטא מער קיין פאשקעווילן/פאני קאל'ס/נעמען אין בלאט/טעראר אויף די אינגע פאר פעלקער וכו'.


איר גוט רשות צו נוצן אייער סטעיטמענט אין פעדעראל קארט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 18:08 לינק ישיר 

יא דער נצחון איז געוואלדיג גרויס. איך רעד שוין נישט פון דעם אז דער זאל איז קאי וקיים, און עס זענען שוין דארט פארגעקומען צענדליגער חתונות אינעם עבר. נאר עס איז אונז א נצחון צו זען וויאזוי דער אלמעכטיגער סידור קידושין מערכה האט אנגעזעצט מיט א פראכט. נישטא מער קיין פאשקעווילן/פאני קאל'ס/נעמען אין בלאט/טעראר אויף די אינגע פאר פעלקער וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 17:00 לינק ישיר 

חחחח.. א פרישע געוואונס פאר די פורצי גדר, היינט איז "יא דא" דארט א חתונה. חסדי ה' אז מיר האלטן שוין ביי אזאכע געוואונסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 16:44 לינק ישיר 

משהלע כתב:
שששש.. סוד גדול: היינט נאכט גייט זיין דער טריפה'נער האל ליידיג און טינקל,
‎​
 
דזשאסט פאר יור אינפארמעישאן: ליידער גייט היינט דער זאל עטרת מאיר צבי ווידעראמאל זיין פול און ליכטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 00:50 לינק ישיר 

העכסטנס קוקט מען אויף די ״כלי״, קען מען זעהן די וועטער אויך אויף א לאנגע צייט צוריק, און מען קען זיך אליין איבערצייגן........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2011 22:33 לינק ישיר 

שמואליונה גוט געזאגט, די געוואונסן טוישן זיך לויט די וועטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:28 לינק ישיר 

חחחח.. א פרישע געוואונס פאר די אהרונים, היינט איז "נישט דא" קיין חתונה. חסדי ה' אז מיר האלטן שוין ביי אזאכע געוואונסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:23 לינק ישיר 

דו ווייסט וויפיל זיי צאלן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 21:57 לינק ישיר 

די האל אין מאנסי ביליגערהייט איז טאפעלט אזוי טייער ווי ענקער טריפה'נער האל, סא, דיין תירוץ איז "מלוחים מאוד..."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 21:52 לינק ישיר 

יא יא, ער האט ״ליידער״ מורא אז משהלע וועט איהם טעראזירן!

ב.ד.וו. די סיבה איז ווייל די כלה ארבעט ביי יענע זאל, און זי באקומט עס ביליגער. (עם עקש תתפתל).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2011 20:00 לינק ישיר 

שששש.. סוד גדול: היינט נאכט גייט זיין דער טריפה'נער האל ליידיג און טינקל, און א גרויסער הייסער בני יואל מאכט חתונה אין מאנסי, ווייסט איינער פארוואס?  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 18:40 לינק ישיר 

ווער זענען געווען די מסדרי קידושין די לעצטע וואך דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 03:47 לינק ישיר 

נעבעך... איך הייב אן טראכטן אז דעם דזשיגאן'ס אייניקל (וואלאווע) איז נישט ארויסגעווארן געווארן אויך פאר דעם סיבה......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 03:15 לינק ישיר 

אהרונים בלייבן אהרונים. פארפאלן. זעענדיג זייער דורכפאל פאריגע וואך ווען עס איז פארגעקומען דריי חתונות אינעם עטרת מאיר צבי זאל, האבן די אהרונים צוריק ארויסגענומען פון שאפע זייער אלטער מיטל וואס רופט זיך טעראר. ‎​
 
היינט קומט די נייעס אז זיי האבן אפגעזאגט א מלמד הרב ה.ט. פון זיין פאסטן, פארן חטא פון גיין צו א משפחה חתונה אין עטרת מאיר צבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2011 21:05 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט א ארוני חלה דעקל וואס ער זאגט צו דעם אז די זאל איז ב"ה געווארן א פאקט און רוב מענטשן דערשרעקן זיך נישט פון די ארונישע טעראר וואס פלעגט אמאל ווארפן א פחד אויף יעדן וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיי, ער שלעפט ארויס א בלאט פון זיין טאש און ווייזט מיר די דריי בילדער פון די פראנט פעידזש און זאגט מיר קוק קוק....! הערשט יעצט האב איך שוין פארשטאנען די פשט פון דעם פיקטשער אויפרייס פון צייט צו צייט.
 
זעהט אויס אז די וואך האט אויסגעפעלט דריי בילדער קעגן די דריי חתונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שששש.. סוד גדול: דריי חתונות די וואך אין עטרת מאיר צבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext