בית פורומים אידישע געדאנק

ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2011 19:34 לינק ישיר 
ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני

דעם שבת קודש האט ר' מאיר הירש געדאווענט אין ביהמ"ד דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג, לרגל א שמחה אין זיין משפחה זיין ברודער העסקן הנגיד ר' יענקי הירש האט באווארפן זיין זיהן וואס גייט אי"ה בשעטומ"צ גיין אונטערן חופה די וואך.
 
ר' מאיר איז אויפגענימען געווארן מיט כבוד און עהרע ער האט באקומען א עלי' לתורה און האט אפילו געשנדר'ט א שיינע סכום פארן ביהמ"ד הגדול דערנאך האט ער זיך פריינדליך באגריסט מיט רבינו שליט"א און געגעבן די האנט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 19:19 לינק ישיר 

משהלע כתב:
חמץ, אויף אידיש הייסט דאס א אקס, אויף ענגליש הייסט דאס א טשיקן, און אויף לשון קודש סתם א טיפש.

משהלע,
גאנץ א גוט סלאגאן.
ס׳ אייגנס?? ......

אבער בלשון התורה וחז״ל הייסט דאס וואס ענק טוען ״רשעות און רציחה״! (לויט אלע שבעים לשונות) ........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 18:15 לינק ישיר 
הייסט דאס די תפולה און מצה גזולה קאמפיין האט נאר געמיינט די זאליס?

משהלע כתב:
אמת, פאר די גנבים איז עס תפילה במקום גזול, אבער ר' מאיר מעג דאך דארט דאווענען, ער איז דאך פון די נגזלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 17:03 לינק ישיר 

אמת, פאר די גנבים איז עס תפילה במקום גזול, אבער ר' מאיר מעג דאך דארט דאווענען, ער איז דאך פון די נגזלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 05:11 לינק ישיר 
איינער געדענקט די איסור פון בלאט אז וועגן תפילה גזולה?

מאטעלע כתב:
סאו וואס איז די קשיא אויף מאיר הירש, אויף ראדני איז דאך אויך נישטא קיין איסור פונעם רבין זצ"ל, און אפילו פון ר' געציל שליט"א, אריינצוגיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 04:05 לינק ישיר 

סאו וואס איז די קשיא אויף מאיר הירש, אויף ראדני איז דאך אויך נישטא קיין איסור פונעם רבין זצ"ל, און אפילו פון ר' געציל שליט"א, אריינצוגיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 03:44 לינק ישיר 

חמץ, אויף אידיש הייסט דאס א אקס, אויף ענגליש הייסט דאס א טשיקן, און אויף לשון קודש סתם א טיפש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 01:51 לינק ישיר 

משהלע,
חוץ מזה, וואס ר׳ מעכל האט באקומען פאר יענעם שבת אן אנאנימע ווארענונג נישט צו וואגען אריינצוטרעטן אין הופפער.  

און דאס זעלבע ווארענונג האט שמעי׳ באקומען, נאר ער איז נישט אזא פחדן, ער קען זיך אליין פארטיידיגן. עע״ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 01:37 לינק ישיר 

משהלע,
מעכל איז מער א געבויגענער ווי שמעי׳,
און אין הכי נמי ער ציטערט צו גיין אויף די גאס אזוי ווי הונדערטער אנדערע ציטערן פון ענק, נאר מען האט נישט קיין ברירה,
אבער אריינגיין אין לייבן גרוב, דאס פעהלט איהם זיכער נישט אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 01:28 לינק ישיר 

ערגער פון ישראל שמעי' ראזנער? וואס האט געקלאגט די אהרונים אין קארט, איז מעכל ערגער פון עם? בכלל, האט שוין עמעצער אמאל געכאפט שלעק אין הופפער? און פארוואס דווקא אין הופפער האט ער מורא? קען מען עם נישט כאפן אויף די גאס און אן בא-מקל'ן? אויב פילט ער אז ער דעזערווט שלעק, דארף ער זיך באהאלטן און זיך בכלל נישט דרייען אויף די גאס, עפעס שטומט עס נישט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 01:07 לינק ישיר 

משהלע נאכאמאל, מעכיל האט מורא געהאט אז דו וועסט איהם טעריזירן, כדרככם בקודש ...
סוף כל סוף איז ער מער עקטיוו אין די זאלי פארטיי, ווי דעי אנדערע, האט ער ״ליידער״ גענוג וואס מורא צו האבן פון די רוצחים אין הופפער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 00:41 לינק ישיר 

שמואל יונה'לע מיר האבן דאך שוין מסכים געווען אז לויט די אהרונים איז דא א קלארער פסק פון הייליגן דברי יואל וואס אסר'ט דעם זאל און זיך דארט משתתף זיין ביי שמחות, דו האלסט אז ס'איז נישט אסור מאיזה תירוץ שיהי', און די אהרונים האלטן אז יא, נו, איז דאך נאר רעכט אז ר' אפרים שמואל פעלדמאן און ר' חיים שטערן וואס האבן יא אנגענומען דעם איסור, האבן זיך טאקע וועגן דעם נישט משתתף געווען ווייל לויט זיי איז עס אסור בתכלית האיסור, אבער אין הופפער איז לויט קיינעם נישטא קיין איסור, נישט פון דעם דיין פריעדמאן, נישט פון שארמאשער, נישט פון גאלד, נישט פון די לישקע, און נישט פונעם גז''ל, נו, פארוואס איז מעכל שלעזינגער נישט געקומען צו זיין אייניקלס שמחה, איז ער א גרעסערער מהדר און מחמיר פון ר' יושע לעפקאוויטש, צו ר' שמעי' ראזנער?, אדער איז ער סתם אזוי קלוגער פון זיי?, וואס איז דער טעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 00:18 לינק ישיר 

אה יעצט הייבסטו אן רעדן ווי א מענטש. מיר זענען שוין צוגעקומען צו די מסקנא אז נישט אויף עטרת מאיר צבי און נישט אויף הופפער שול איז דא א איסור אריינצוגיין, נאר פארוואס דען האבן די זיידע'ס ווי ר' מיכל שלעזינגער, אפרים שמואל פעלדמאן און חיים שטערן באשלאסן נישט אריינצוגיין אהין? איז דער תירוץ ווייל זייער געפיל לאזט זיי נישט. נו, אויף געפילן קענסטו נישט פרעגן קיין קשיות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 00:03 לינק ישיר 

אבער בלייבט נאך אלץ שווער די קשיא, פארוואס איז מעכיל שלעזינגער נישט געגאנגען צו די שמחה פון זיין אייניקל? ווען אפילו די לישקע רבנים האבן דאס נישט געאסרט?,   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:22 לינק ישיר 

משהלע מיש נישט אריין קיין עירוב, ווי שטייט דא אז בני יואל מוסדות זענען אסור?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:19 לינק ישיר 

ר' געציל איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, (האב איך אבער נאך אויך נישט געזען קיין בריוו פון ר' געציל מיט א איסור השתתפות אין דעם זאל), און דער בי"ד פון קהל יטב לב ד'סאטמאר איז בארעכטיגט אנצונעמען דעם פסק פון מרן בעל ברך משה ז"ל אז ר' זלמן לייב האט די פולע רעכטן צו מסדר קידושין זיין. זע איך נאך אלץ נישט דעם איסור פון רבי'ן ז"ל צו גיין צו א שמחה אין דעם זאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext