| נשלח ב-19/6/2011 20:03 |
|
| |
דזשיגאן באגריסט זיך מיט דעם מסוך והלך בג"ץ
פארגאנגענע וואך דאנערשטיג נאכט האט הרה"ח ר' עזריאל גליק משב"ק רבותינו זצוק"ל ולהבדיל בין חיים לחיים ממלא מקומם כ"ק רבינו שליט"א חתונה געמאכט א אייניקל אין קרית יואל, דזשיגאן איז צוגעטרעטן נאכן חופה צום גרויסן זיידע רבי עזריאל און אים געוואונטשן א הארציגע מזל טוב און אסאך לאנגע געזינטע יארן. די ארומיגע עולם איז דעשטאנען געפלעפט נישט גלויבענדיג וואס זיי זעהן. דער זעלבער וואס וויינט יעדע שטיק צייט איבער דעם געוואלדיגע חילול השם וואס ער האט געטין אונאיינעם מיט די שלושה רועה בקר דער זעלבער וואס האט אונטערגעשריבן "שרעקליכע קלאגע אין בג"ץ הטמאה" דער זעלבער וואס האט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם גראפישע ספר הק' ויואל משה, דער זעלבע וואס עסט קאקאש קעיק דער זעלבער וועמענס פלאץ מען האט הארמאטיש פארבינדן 2 יאר צוריק מיט דיקע קייטן פאר דעם הארבען עבירה פון גיין צום בג"ץ הטמאה, דער זעלבער אויף ווען מען האט שוין פארגאסן עמערס מיט אלע קאלירן טינט אויף היידפארק,בלאט, בתי מדרשים ווענט,גאסן, אט פאר דעם זעלבען האט דער דזשיגאן געגעבן די הענט און אנגעוואונטשן ברכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 18:25 |
|
| |
עגלה ערופה, עם הארץ, פורץ גדר אט די דארף איך זאלן זיך פארמעסטן מיטן דזשיגאן עם הארץ אהרן טייטלבוים. נישט קיין מעש פאטעטא'ס (עפ"ל).
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 18:18 |
|
| |
אזוי? דריבער קומען נישט גדולי הדור מסדר קידושין זיין אין געאסרטן זאל איז פשוט ווייל שמואל יונה דארף זיי נישט, ער איז נישט אינטרעסירט אין דעם סקולענער רבי, נישט אין גאב''ד ירושלים, נישט אין תולדות אהרן רבי, און אפילו נישט אין ספינקא רבי, זיי זענען אלע מעש פאטעטאס, ער וויל נאר דעם פואץ גדר משארמאש, דעם עם הארץ מטשאד, און דעם אפגעריסענעם עגלה ערופה פון מאנסי, זיי זענען ראוי צו זיין מחולק מיטן הייליגן דברי יואל זכותו יגן עלינו, קאמענטס זענען איבעריג...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 07:53 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | שמואל יונה, האסט שוין געסטאפט צו חלום'ן? אדער האלסטו נאך אינמיטן, אפשר ווייזטו ווי די אהרונים האבן געשריבן אז דארט גייט נישט זיין קיין חתונות, הא?, איז דען דא ווייניג הפקר אינגאטשעס ביי די בני יואל?, קיינער האט זיי נישט אינטערגעשאצט, יעדער האט געוויסט אז די בני יואל, אדער די בני המן ווי דער הייליגער ברך משה האט זיי אנגערופן, וועלן נישט האבן קיין שןם פראבלעם דארט חתונה צו מאכן, איך גאראנטיר אייך, אז טאמער רבי אהרן קומט ארויס און גיט רשות דארט מסדר קידושין זיין, וועט דארט זיין חתונות אן א חופה וקידושין, מען וועט זיך פלעין צוזאם קומען, הוליען און זויפן, שעלטן אהרן'ען און מען האט חתונה געהאט, אלעס להיפוך פון רצונו פון רבי אהרן,
יא, דארט גייט זיין 30 חתונות, 60 חתונות און אפילו 100 חתונות, און נאך מער, אבער קיין איין נארמאלער רב, רבי אדער דיין וועט נישט גיין מסדר קידושין זיין בלי רשות דעם מרא דאתרא, אדרבה, לאמיר זען שלעפט אראפ דעם גאב''ד ירושלים פאר א סידור קידושין, אדער סקולענער רבי, און אפילו רבי אייזיק ספינקא, (וואס לאזט נישט זיין הויז בחור דארט חתונה האבן, כאטש ער האט געטון א בני יואל שידוך), לאמיר זען א תולדות אהרן רבי (וואס איר שרייט אז ער איז פולקום ענקער) לאמיר זען ער זאל קומען דארט מסדר קידושין זיין, הא?, א גרויסע חכמה, איר האט דעם שארמאשער מיטן טשאדער און כעזקל גאלד, ביג דיל, און נאך אפאר הפקר יונגאטשעס וואס האבן נישט ק'יין שום פראבלעם מיט די תורה צו הלכה, דאס איז קיין קונץ נישט, ביז קיין איין ערליכער רב וועט דארט נישט קומען מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא זענט איר פאלנע לוזערס. |
|
סארי, מיר האלטן אבער נישט ביים אראפברענגן סקולען, צי ספינקא צי סיי וועם אנדערש זיך צו שלאגן מיט אהרן טייטלבוים. פאר אהרן'ן האבן מיר גענומען זיין קאליבער רבנים, און אפשר אפילו העכער, ווי טשאטה'ער רב, ר' יחזקאל גאלד וכו'. ווען ס'זאל ווען זיין א פסק פון א גרויסן רב אז די סידור קידושין דארט איז אסור, וואלטן מיר זיך געדארפט באמיען אראפצוברענגן עפעס א צווייטן גדול, דערווייל איז דער איינציגסטער אוסר אהרן טייטלבוים, דעריבער דארפן מיר נישט קיין גרויסע רבנים זיך קעגנצושטעלן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 05:08 |
|
| |
ווען איז יא דא א מחאה, הא? א ציבור גדול עסט חמץ ממש בפסח ואין פוצה פה ומצפצף, מען האט מבזה געווען דעם הייליגן שגיון לדוד, ואין פוצה פה ומצפצף, מען האט צוגעמאכט די קרעטשמע ואין קול מחאה במחנה, קיין איין נארמאלער רב אדער רבי האט נישט מוחה געווען, קיינער קימערט זיך נישט, נאר די פאר בני יואל רע-בנים והלישקע המפורסמת, אבער קיין ירושלימער רב, קיין חבר הבית דין הגדול בירושלים, קיין סקולענער רבי, רבי מלכיאל קוטלער, הרב וואזנער, רבי אליקים שלעזינגער, קיינער קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, ס'איז ליידער א הסתר פנים,...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 04:48 |
|
| |
יא דאס זאגט זייער אסאך. אז טראץ וואס דער גאב"ד שליט"א גייט נישט אהין ווייל ער איז דערקעגן און האלט עס איז נישט קיין כשר'ע קידושין (נוץ נישט מיינע ווערטער אז איך בין מודה), מיט דעם אלעם איז נאך קיין שום נארמאלע רב בישראל ארויסגעקומען מיט א קול מחאה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 04:43 |
|
| |
און עם כל זה גייט ער נישט מסדר קידושין זיין אין טריפה'נעם זאל, זאגט דאס נישט אסאך וואס פאר א לוזערס איר זענט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 04:40 |
|
| |
משה'לע די גאב"ד שליט"א גייט מארגן מאנטיג דאווענען אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה דקהל יטב לב איז נישט דאס ביהמ"ד קעגן דעם ווילן פון די SO CALLED MURA D'ASRA??
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 04:29 |
|
| |
שמואל יונה, האסט שוין געסטאפט צו חלום'ן? אדער האלסטו נאך אינמיטן, אפשר ווייזטו ווי די אהרונים האבן געשריבן אז דארט גייט נישט זיין קיין חתונות, הא?, איז דען דא ווייניג הפקר אינגאטשעס ביי די בני יואל?, קיינער האט זיי נישט אינטערגעשאצט, יעדער האט געוויסט אז די בני יואל, אדער די בני המן ווי דער הייליגער ברך משה האט זיי אנגערופן, וועלן נישט האבן קיין שןם פראבלעם דארט חתונה צו מאכן, איך גאראנטיר אייך, אז טאמער רבי אהרן קומט ארויס און גיט רשות דארט מסדר קידושין זיין, וועט דארט זיין חתונות אן א חופה וקידושין, מען וועט זיך פלעין צוזאם קומען, הוליען און זויפן, שעלטן אהרן'ען און מען האט חתונה געהאט, אלעס להיפוך פון רצונו פון רבי אהרן,
יא, דארט גייט זיין 30 חתונות, 60 חתונות און אפילו 100 חתונות, און נאך מער, אבער קיין איין נארמאלער רב, רבי אדער דיין וועט נישט גיין מסדר קידושין זיין בלי רשות דעם מרא דאתרא, אדרבה, לאמיר זען שלעפט אראפ דעם גאב''ד ירושלים פאר א סידור קידושין, אדער סקולענער רבי, און אפילו רבי אייזיק ספינקא, (וואס לאזט נישט זיין הויז בחור דארט חתונה האבן, כאטש ער האט געטון א בני יואל שידוך), לאמיר זען א תולדות אהרן רבי (וואס איר שרייט אז ער איז פולקום ענקער) לאמיר זען ער זאל קומען דארט מסדר קידושין זיין, הא?, א גרויסע חכמה, איר האט דעם שארמאשער מיטן טשאדער און כעזקל גאלד, ביג דיל, און נאך אפאר הפקר יונגאטשעס וואס האבן נישט ק'יין שום פראבלעם מיט די תורה צו הלכה, דאס איז קיין קונץ נישט, ביז קיין איין ערליכער רב וועט דארט נישט קומען מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא זענט איר פאלנע לוזערס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 01:29 |
|
| |
איך האב הנאה צו זען וויאזוי דיינע עקספעקטעישאנס רוקן זיך ארויף ווי א טאג.
פאר דער זאל עטרת מאיר צבי איז געשטאנען, האט איר זיך געשוואוירן אז דארט וועט קיינמאל קיין חתונה נישט פארקומען, און אויב יא וועט איר שוין ווייזן בכח הזרוע וואס איר קענט.
ויהי היום, דער זאל איז אפן, עס ווערט געפראוועט אויף א דערהויבענעם פארנעם די ערשטע חתונה, טרייסט מען זיך אז דאס איז נאר איינמאל, א אלטער חצוף. דערצו האט מען געוויזן אז מ'וועט לייגן טעראר אויך, נו, וועט דאך שוין מער קיינער נישט חתונה מאכן דארט.
ס'גייט דורך א וואך, ס'דא א פרישע חתונה. טרייסט מען זיך ווידער אז מ'האט טאקע פארזען דעם חצוף, דער מחותן דידן איז אויך אויף די ליסטע פון מחוצפים פון וועם מ'האט נישט ערווארטעט עפעס אנדערש ווי ער זאל חתונה מאכן אין עטרת מאיר צבי, אבער דא ענדיגט זיך עס, איינמאל פאר אלעמאל.
אוי! עס איז שווארץ פאר די אויגן! א דריטע חתונה. וואס גייט מען יעצט זאגן? נישט געזארגט. מ'וועט איינרעדן דעם ציבור אז ס'דא רשות, ממילא מעג מען דארט חתונה מאכן (איי וואס טוט זיך מיטן איסור פון רבי'ן ז"ל אריינצוגיין אין דעם זאל? תיקו!).
א דורכפאל! חתונה נומבער פיר! דא האט מען שוין געלאדענט דעם קליינעם ברודער פון וויליאמסבורג מסדר קידושין זיין, און דער רשות תירוץ וועט שוין נישט ארבעטן. צולאזט מען זיך ווידער אויפן דזשיגאנעם שטייגער און מ'טערעראזירט און שלאגט למען ישמעו אז דארט זאלן קיין חתונות מער נישט פארקומען.
נו, חתונה נומבער פינעף קומט ארונטער מיט א שמוץ אריבער, הייבט מען אן מיט א פרישע הסברה. יא ליידער איז דא פורצי גדר, און דארט וועלן פארקומען חתונות כסדר, נאר ווילאנג ס'נאך דא אפאר אידן וואס וועלן נישט דארט חתונה מאכן איז דער זאל א דורכפאל און די מערכה דערקעגן א סוקסעס.
אזוי ציהט זיך דער קייט ביז חתונה נומבער דרייסיג, וכן יעזור ה' להלאה.
יעצט איז צום ערווארטן וואס מ'וועט זאגן פאר די גאס ביי חתונה נומבער זעכציג...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 00:45 |
|
| |
ניין, ליין איבער מיינע תגובות ווי איך האב געשריבן אז עס גייט דארט זיין פלענטי חתונות און אין פאללאק גייען ליגן פלענטי טויטע, איך האב נאר געשריבן אז ווילאנג קיין איין אהרוני וועט דאך זיכער נישט חתונה מאכן אין דעם טרפה'נעם האל און קיין איין אהרוני וועט זיכער נישט לאזן צוואה אז ער וויל ליגן אין פאללאק, און די זעלבע צייט וועט א שיינער חלק זאליס/בני יואל נישט וועלן חתונה מאכן אין דעם טרפה'נעם האל אדער וועלן ליגן אין פאללאקס לאט, קענען מיר זיך ערקלערן ווי געווינערס, האב איך דען געקלערט איין מינוט אז דער איסור פון הייליגן דברי יואל זי''ע אקעגן מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא וועט זיין שטארקער ווי למשל דער איסור פון גיין צו די בחירות אדער גיין צום כותל? טויזענטער אידן שומרי תורה ומצוות אדער ווי דער דברי יואל רופט זיי אן "יראים ושלמים" גייען צו די בחירות הטמאות ווי דער רבי זי''ע האט געזאגט אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, נו, איז דער דברי יואל א לוזער? זיכער אז ניין, אלץ וועלן זיין פלענטי פורצי גדר, אבער ווי לאנג ס'זענען דא ערליכע אידן וואס גייען נישט צו די בחירות, אדער צום כותל, בלויז ווייל דער רבי זי''ע האט אזוי געפסקעט, פונקט אזוי איז דא א גרויסער חלק ערליכע אידן וואס ווילן נישט חתונה מאכן אין דעם טרפה'ענעם האל בלויז ווייל דער דברי יואל זי''ע האט אזוי געפסקעט, כפי השמועה איז די פאריגע וואך געווען 8 חתונות פון זאליס/בני יואל, וואס טראץ וואס עס איז געווען צוויי ליידיגע נעכט האבן זיי דארט נישט געוואלט חתונה מאכן, א שיינער ניצחון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 00:44 |
|
| |
די אלעף שמאס לוח
| משהלע כתב: |  | איך האב דזשאסט געכאפט א בליק אין קעלענדער און באמערקט אז פרשת שלח תשע''א האט געהאט 5 וואכן טעג וואס מען האט געקענט מאכן חתונות, און די טרפה'נע האל איז געווען די איינציגע האל אין ניו יארק וואס האט נאר געהאט 3 חתונות, אלזא דער תירוץ שטימט נישט! |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 00:00 |
|
| |
קענסט קוקן אין קאלענדער, דער פאקט איז אבער אז דאנערשטאג פרשת שלח איז פארגעקומען א חתונה אין עטרת מאיר צבי.
און יא, דאס איז "בלויז" איינס פון דריי וועלכע איז פארגעקומען די פאריגע וואך אין דעם זאל וואו דו האסט געמיינט/געהאפט/געפייט אז ס'זאל שוין לאנג זיין פארמאכט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:54 |
|
| |
איך האב דזשאסט געכאפט א בליק אין קעלענדער און באמערקט אז פרשת שלח תשע''א האט געהאט 5 וואכן טעג וואס מען האט געקענט מאכן חתונות, און די טרפה'נע האל איז געווען די איינציגע האל אין ניו יארק וואס האט נאר געהאט 3 חתונות, אלזא דער תירוץ שטימט נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:46 |
|
| |
סארי, אבער ליידער איז נאר דא דערווייל איין חתונה זאל אין קרית יואל וואו מ'דארף נישט נעמען דעם דזשיגאן פאר מסדר קידושין, און יענער זאל איז געווען פארנומען דאנערשטאג נאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:37 |
|
| |
מאטעלע, צו פארדרייען דעם שמועס אז קיינער זאל נישט פרעגן היתכן די חתונה איז געווען אין פאראדייס און נישט אין טרפה'ענעם האל, איז קבורה אויך גיט, צו עס שטומט יא צו נישט.
|
|
|
|
|