|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:50 |
|
| |
מאטעלע....זיי זיך בסער מסביר, וואס פאר א תוכן דו זיכסט, אדער די שרייבסט, אז דו האלסט אז די שמיעס איז נישט אזוי אינהאלטסרייך ווי די תוכן וואס דו שטעלסט זיך פאר,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 01:18 |
|
| |
ענה לכסיל כאיוולתו
דא האסטו די תשובת הדברי חיים יו"ר סימן נ"ט
דא שרייבט ער קלאר אז א חתיכת משי הדומה לשיער איז אסור פונקט ווי א שייטל
ליידער היינט איז דא אסאך וואס גייען מיט א חתיכת משי הדומה לשיער, וואס ווי געזאגט
היינט איז דא א נייע מאדע פון גיין ברוין אדער בלאנדע שפיצלעך, וואס איז ממש דומה לשיער.
און דער בלאט האט געזען פאר וויכטיג צו אריין לייגן א בריוו פון איינער וואס קלאגט אויף דעם.
אז דער יצר הרע האט אין די הייליגע לבוש אויך געטראפן א פתח צו פורץ גדר זיין.
בבחינת היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך, וכו'
און צו די רעדאקציע פון בלאט וויל איך זאגן, לכו בכוחכם זה.
ואל תבושו מפני המעליגים עליכם.
ולה' הישועה
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 02:01 |
|
| |
דער נערישע שפילער העוו האופ רעדט זיך איין אז ער גייט טרעפן א פראבלעם אויף א בריוו צי די בלאט וועט ער אינטערברענגן די בלאט
איך האב נישט געוויסט אז די זאליס זענען נאך אלס אזוי אנגעווייטוגט אויף די בלאט'ס עקזיסטענץ יא, כ'האב אויך נישט ג'חלום'ט אז דער בלאט וועט אזוי שנעל איבערשטייגען דעם אלטן צייטונג דער יוד וועלכע קען זיך פארמעסטן מיט חיים שאולזאהן'ס צייטונג היינט צו טאגס ווען דער איד דארף נעבעך נאכמאכען דעם יונגען בלאט אין לייגן גאנצע ביילאגעס מיט קעסטל רעטענישן אין קינדער אפטיילונגען, אוודאי קרענקט עס אים
קוקוט אויס ווי דער איד אפיס האט א היבש פאר ניקס אויף היידפארק
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 04:02 |
|
| |
| הולך_לבגץ כתב: |  |
דא האסטו די תשובת הדברי חיים יו"ר סימן נ"ט
דא שרייבט ער קלאר אז א חתיכת משי הדומה לשיער איז אסור פונקט ווי א שייטל
ליידער היינט איז דא אסאך וואס גייען מיט א חתיכת משי הדומה לשיער, וואס ווי געזאגט
היינט איז דא א נייע מאדע פון גיין ברוין אדער בלאנדע שפיצלעך, וואס איז ממש דומה לשיער.
און דער בלאט האט געזען פאר וויכטיג צו אריין לייגן א בריוו פון איינער וואס קלאגט אויף דעם.
אז דער יצר הרע האט אין די הייליגע לבוש אויך געטראפן א פתח צו פורץ גדר זיין.
בבחינת היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך, וכו'
און צו די רעדאקציע פון בלאט וויל איך זאגן, לכו בכוחכם זה.
ואל תבושו מפני המעליגים עליכם.
ולה' הישועה |
|
הולך_לבג"ץ,
לאמיר און די זייט לייגען די בריוו פון "דער בלאט"
איך בין שוין פערטיג מיט די אישו, ווער עס וויל פארשטיין פארשטייט, האפענטליך וועלן זיי נעקסט טיים בעסער אכטונג געבן,
עס קיקט אבער אויס אז דו עפעס פארשטייסטו שלעכט,
לאמיר דיר קודם קלארשטעלן די שיטה פינעם דברי חיים, דער דברי חיים האלט אז מען דארף מען גיין מיט זיידן, דער דברי חיים רעדט נישט פון קאליר, ערגעץ האב איך לעצטענס געזען א מעשה מיטען בעל דברי יואל זי"ע {דאכט זיך אז עס איז געשטאנענן אינעם אוצרות}אז דער רבי האט אויפגעהויבן זיין בעקעטישע און געוויזן פאר איינע פון זיינע תלמידים, אז לויט דעם דברי חיים דארף מען גיין מיט אזא שטיק זיידען וואס איז גלייט, דער דברי חיים רעדט אבער נישט פון קאליר,
צירוק צו אונזער שמיעס, דו האסט געשריבען
ליידער ליידער זענען זיי גערכט.דער יצר הרע פראבירט ווי ער קען, און די לעצטע יאר איז נפרץ געווארן די מושג שפיצלעך וואס איז ברוין וכדומה, וואס איז קלאר נגד דעם שיטה פון הייגילען דברי חיים, וואס שרייבט קלאר אז א שפיצל איז אסור.
נאר אויב ס'איז ארום גענומען מיט א שטיקל משי, וואס קוק נישט אויס ווי האר, ברוין איז נישט משי.
האב איך דיר געענפערט..
די מישט אויס צוויי זאכען, דער דברי חיים זי"ע האט גארנישט מיט קיין קאליר! דער דברי חיים זי"ע האלט אז מען דארף גיין מיט זיידען, עס מעג זיין סיי וועלכע קאליר! די שפיצל וואס איז מותר לויטען דברי חיים, דאס הייסט א אומגעדריוועלטע שפיצל, וואס דאס מיינט אז עס האט נישט קיין פעדעמער, לויטען בעל דברי יואל זי"ע, איז נאר דאס מותר, {גאר ווייניג פרויען גייען נאך היינט מיט אזא שפיצל}
ווי ווייט איך ווייס, איז קאליר ברוין, נישט קיין אויפאלענעדע קאליר, און פרויען וואס האבן מער א ליכטיגע קאליר האר, ניצען די קאליר ברוין, חס מלהזכיר אז עס זאל זיין עפעס א פראבלעם דערמיט מער ווי שווארטץ
וואס האסטו מיר יעצט געענפערט??
לויטן דברי חיים איז ליכטיג ברוין וואס איז נישט משי, מער אסור ווי שווארטץ וואס איז נישט משי??
ביידע איז דאך דומה לשער, און לויטען דברי חיים איז דאס דאך די א ב לאיסור, ווייל א זאך וואס איז דומה לשער
איז אסור, אפגעזען פון די קאליר, טראכט אריין וועסטע זען אז איך בין גערעכט, עס איז א מילתה דפשיטה
נאך א זאך, מען גייט שוין מיט ליכטיגע ברוינע שפיצליך פאר אזוי לאנג ווי מען גייט בכלל מיט שפיצליך, פרעג דיר נאך,
די וואס ווילען קורא תגיר זיין אויף ברוינע קאליר, זענענן מן הסתם די אידן וואס ליבם נקפם אז די שייטעל ביי זיי ווערט לענגער און צודעק ווערט שמעלער און שמעלער
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 07:58 |
|
| |
מ'רעדט אין בוידעם אריין
יעדער פארשטייט פיין וואס מ'מיינט דערמיט
chanel, burberry, marc jacobs, christian dior,versace,gucci
מ'גייט מיטן שפיצעל אין ווילן וויל מען גיפעלן און אויסזעהן פונקט אזוי אין סטייל
א שטייגער ווי די יונגילייט געפוצט אין געטרימט מיטן ביבער היטל
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 20:14 |
|
| |
מיסטער העפי הער.
א מבין אין שפיצלעך בין איך ב"ה, איך ווייס ב"ה וואס הייסט א שפיצל, איך ווייס ב"ה וואס איז די נייע מאדעס אין שפיצל ליידער, איך קען די פעלד גוט.
אפשר קענסטו זיך אויס אין שייטלעך בעסער, אבער אין שפיצלעך ביסטו א עם הארץ, פון דיין שרייבן זע איך איין זאך, אדער ביסטו א בחור, אדער האסטו אין דיין משפחה נישט קיין איין שפיצל, ליידער.
מיט דיין שרייבן אזויפיל שטותים וועגן די שפיצל אישו זע איך דיינע ידיעות אין דעם נושא, און מיט איינער וואס קען נישט די נושא קען איך זיך נישט דינגען און ענפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 20:22 |
|
| |
העוו האופ כמיין אז איעדער פארשטייט אין מדארף קיינעם נישט מסביר זיין אז מרעדט פין די טיכל פינעם שפיצל ,וואס ביי דעם איז שוין איינמאל דא מאדעס אין עס איז אבסעלוטלי דא שרייעדיגע קאלירן
חוץ אז די ביסט דא סתם משוגע מאכן דעם ציבור
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 20:29 |
|
| |
קליינעקאפ זאגט בקיצור צוויי זאכען
1}אז מען רעדט פינעם טיכעל נישט פינעם שפיצל
2} עס האט גארנישט מיט רוב ציבור, אדער מיטען עצם מלבוש, עס איז נאר א מחאה אז דארט האט זיך אויך אריינגעכאפט די מאדע, ביי א גאר קליינע טייל פרויען, א שטייגער ווי קליידער, ווייל כידוע די זעלבע סארט פרויען גייען מיט גאר שטארק נישט אויסגעהאלטענע קליידער,
קליינקאפ, אזא זאך דארף מען קלאר ארויסשרייבען אינעם בריוו, ווייל איך ווייס פון צוויי שוועסטערס וואס איינע האט געטוישט צו א שפיצל ביי די שייטעל פרשה, און איינע האט אנגעטיען א שפיצל ביי די חתונה אנדערש ווי איר מאמע און משפחה, און זיי האבן זיי האבן זיך געפילט שטאלץ דערמיט, זיי זענענן נאך אלץ שטאלץ דערמיט, די בריוו האט נאר געגעבן א וואפן זיי צו קעטיקירען אז קוק ביי ענק וואס גייען מיט שפיצליך איז גארנישט בעסער, און מאדערס בושעוועט ארום דארט אויך,
על טענה זו, האב איך געעפענט די אשכול, מעורר צו זיין די צייטונג רעדאקטער, אז ווען מען לייגט ארום א מחאה און א צייטונג, דארפן עס זיין געמאסטן און געוואגען, און נישט אז מען זאל לאזןן מענטשן חסירי דעת מיט שמאלע און באהאלטענע אינטערעסן, מוחה זיין אויף זאכען וואס איז נישט קיין עוולה, און דערמיט מאכן א צומישעניש, און אומדירעקט אראפקלאפן מענטשן וואס ביי טייל איז עס א בחינה פון מסירת נפש,
++
דרך אגב, קימט זיך א ריזיגע דאנק פאר די מנהלי בית רחל קר"י, וואס הינטער די קוליסען לייגען זיי אריין א געוואלדיגע ארבייט, און די ענין פון צניעןות, ווי אזוי מען זאל גיין נאך די חתונה, זיי קענענן עס ניטאמאל ברייט מפרסם זיין, ווייל עס איז אייביג דא שטערערס ..{ ווי למשל א שטייגער ווי די וואס האט אריינגעשריבען די בריוו און די בלאט} אבער זיי ארבייטען מיט א סיסטעם אפצוהאלטן די גאלאפ פון די ירידת הדורות.
תוקן על ידי have_hope ב- 20/06/2011 20:48:47
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 20:33 |
|
| |
הולך לבג"ץ,
איך מוז ארויסברענגן, אז עס דערקענט זיך שטארק פון דיינע ענטפערס, דיין טיפע מהלך המהשבה, און דיין שכל ....., צו פארשטיין און ארויסברענגן א ענין
תוקן על ידי have_hope ב- 20/06/2011 20:43:50
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 20:41 |
|
| |
| טאטלע כתב: |  | העוו האופ כמיין אז איעדער פארשטייט אין מדארף קיינעם נישט מסביר זיין אז מרעדט פין די טיכל פינעם שפיצל , |
|
דאס וואס דו פארשטייסט אזוי קלאר, האט הולך_לבג"ץ און דייקן נישט פארשטאנענן, זיי פארשטייען נאך יעצט אז מען מיינט די שפיצל נישט די טיכל, לייען איבער זייערע תגובות וועסטע זען, אדרבה זיי עס מסביר אז זיי זאלן עס אויך פארשטייען
און נאר ערגער דערפון איז, אז נאך צענדליגער פרויען האבן נישט אזוי פארשטאנענן, און דערפאר האב איך געשריבען די אשכול,
תוקן על ידי have_hope ב- 20/06/2011 20:44:56
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 02:22 |
|
| |
איך האב אויך באלד פארשטאנען אז מ'רעדט פונעם טיכל, און איך גלייב נישט אז ס'איז דא צופיל מענטשן וואס האבן געמיינט אז מ'רעדט פונעם שפיצל זעלבסט.
פון איין זייט איז דער בריוו שרייבער גערעכט אז ס'איז דא פרויען וואס מיינען אז זיי שפילן אויס דעם אייבערשטן, און ווייל זיי 'מוזן נעבעך' גיין מיט א שפיצל וועלן זיי אבער אויסשטעכן די אויגן פאר ערליכע אידישע קינדער מיט די שרייעדיגע טיכלעך, פון די אנדערע זייט האט העוו האופ אויך א טענה אז דער בריוו שרייבער צילט מסתמא בעיקר צו בארואיגן זיין/איר אייגענעם געוויסן פאר'ן נישט נוצן א ריכטיג הלכה'דיגן צודעק אויפ'ן קאפ, און במילא שמייסט זי אריין אין די שפיצלעך מיט'ן טול קורה מבין עיניך.
אויף דעם איז געזאגט געווארן חכמים הזהרו בדבריכם, ס'וואלט געדארפט בעסער ארויסגעברענגט ווערן ביידע צדדים.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 04:43 |
|
| |
מ'האט מיר איבערפארציילט דעם ש"ס שמועס ביי מיין מאמען אינדערהיים, עס זענען געזעסן דארט מיין ב"ב און נאך דריי שוועסטערס און איין שוועגערן, אלע גייען געלויבט השי"ת מיט שפיצלעך און טיכלעך, דער שמועס האט זיך געצויגן אויף דעם בלאט בריוועלע, און דער דיסקוסיע איז געווען זייער הייס, וועם עס איז צו פארשולדיגן דאס אז מען פארקויפט אין די היימישע געשעפטן דע סארטן "טיכלעך" . ממילא זעה איך אז די אלע נשים צדקניות וועלכע גייען מיט די צניעותדיגע טיכלעך, פארשטייען זייער גוט פון וואס מען רעדט, און עס איז קיינער נישט באליידיגט געווארן, אדער פארלוירן חלילה דעם צניעות שטאלץ, און ווי אויך איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז מען מיינט דא די שפיצל זעלבסט.
|
|
|
|
|