'מחנה דברי יואל' ווערט צוגעגרייט צום אנקומענדן זומער
העפטיגע קעמפ-רעגיסטראציע איז שוין אין פולסטן שוואונג אין די צענטראלע ישיבה-אפיסעס - ספעציעלער באריכט באגלייט פון בילדער, פון די פארצווייגטע הרחבת גבולי הקדושה אונטערנעמונגען אין מחנה דברי יואל אחים זופניק
די וועלט-בארימטע זומער-קעמפ פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, מחנה דברי יואל-אחים זופניק', ווערט אין די טעג שוין צוגעגרייט צו אנטפאנגען די הונדערטער תלמידי הישיבה אויפ'ן אנקומענדן זומער אין בלויז צוויי וואכן פון איצט. שוין פון אינמיטן ווינטער גייען אן די העפטיגע בוי-פראיעקטן און אונטערנעמונגען אינעם ריזיגן קעמפ, צו קענען איינקווארטירן דעם פונאדערגעוואקסענעם צאל תלמידים כן ירבו. אצינד מיט בלויז געציילטע וואכן פארבליבן צום זומער, גייען די צוגרייטונגען אן אין פולסטן קראפט. די עושי המלאכה ארבעטן העפטיג כמעט 24 שעה אין מעת לעת, און די ארבעט פראגרעסירט ב"ה פאראויס, ימה וקדמה צפונה ונגבה.
'מחנה דברי יואל' איז היינט צו טאגס א מעכטיגע עיר גדולה לאלוקים, א קאמפלעקס פון ריזיגע און פראכטפולע געביידעס, צוגעשטעלט פולקאם מיט אלע געברויכן פאר די הונדערטער בחורים, אז זיי זאלן קענען זיצן און לערנען מתוך הרחבת הדעת, וואס אנטהאלט צווישן אנדערן:
א ריזיגע אויג-פארכאפנדע בית המדרש, הערליך צוגעשטעלט כמעט 24 שעה און מעת לעת ליכטיג, קיל און באקוועם מיט טויזנטער ספרי קודש און אלע געברויכן; א מעכטיגער עס-זאל פון העכער 20,000 סקווער פיס, וואו די בחורים ווערן טעגליך סערווירט 3 ברייטע מאלצייטן ווי אויך די געהויבענע סעודות שבת קודש מיט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א; 4 ריזיגע דארמיטארי געביידעס צוגעשטעלט מיט אלע באדערפענישן פאר יעדן בחור מיט זיינע געברויכן; און א ווארימע געהייצטע מקוה גרייט פאר די בחורים יעדן איינציגן טאג פריש און זויבער.
דער כסדר'דיגער וואוקס פון דער ישיבה כ"י, צווינגט די הנהלת הישיבה והמחנה יעדעס איינציגסטע יאר צו פארברייטערן און פארגרעסערן אין אלע ווינקלען פונעם קעמפ.
דער אומגלויבליכער און איבערנאטירליכער ריבוי התלמידים וואס שטייגט און גאלאפירט כסדר אן אויפהער, צוואונגט די הנהלת הישיבה והמחנה יעדעס איינציגסטע יאר זינט'ן אפקויף און באנייאונג פונעם קעמפ, צו פארברייטערן און פארגרעסערן אין אלע ווינקלען פונעם קעמפ און אירע געביידעס. ספעציעל היי יאר ווען דער ציפער תלמידים גרייכט שוין ביי העכער 850 כ"י, האט מען זיך אריינגעווארפן צו בויען און צוגרייטן צו קענען זיין גרייט אויפ'ן אט קומענדיגן זומער בעז"ה.
פאלגענד זענען טייל פון די מערערע קאסטבארע פראיעקטן און אונטערנעמונגען דורכאויס דעם קעמפ:
•
דער ריזיגער עס-זאל 'אהל אלטא פיגא' איז געווארן פארגרעסערט מיט העכער 5,000 סקווער פיס.
דעם פארגאנגענעם זומער איז דער עס-זאל שוין געווארן שטארק ענג. היי-יאר וואלט עס שוין פשוט נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך. די הנהלת המחנה האט דעריבער אונטערגענומען א גרויסן פראיעקט צו פארדאפלען דעם חדר האוכל, אין וועלכע ס'קומט צו פרישע העכער 5,000 סקווער פיס פאר'ן עס-זאל, און אזוי ארום אי"ה אריינברענגען הרחבת הדעת.
אויטאמאטיש האט מען געמוזט פארשטארקן און באדייטנד פארברייטערן דעם אפקילונגס-סיסטעם, צו קענען אפקילן אזא מולטי-ריזיגע געביידע פון העכער 20,000 סקווער פיס. אין די פארלאפענע טעג איז אינסטאלירט געווארן א צאל נייע מעכטיגע עיר-קאנדישאן יוניטס.
• די צוויי גרויסע קיכן, מילכיג און פליישיג, פארדאפלט געווארן צו נאכקומען דעם געברויך; גאר קאסטבארע אפלייענסעס און מאשינערי צוגעקויפט
שוין עטליכע יאר וואס אין די צוויי גרויסע קיכן, מילכיג און פליישיג, שפירט מען זיך שטארק געענגט אין פלאץ און ס'איז געווארן זייער שווער צו קענען נאכקומען דאס קאכן אזויפיל מאלצייטן טאג-טעגליך. אצינד מיט'ן אויסברייטערונג פונעם עס זאל, האט מען ארויסגעבויעט די צוויי קיכן צו א דאפלטער גרויסקייט.
ביידע קיכן ווערן פריש אויסגעשטאט מיט שפאגל נייע אפלייענסעס און קיך-מאשינערי אין ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאלער. די איצטיגע טעג האט די הנהלה געלאזט אינסטאלירן א גאר טייערע און סאפיסטיקירטע 'אויוון' וואס האט אפגעקאסט א פאנטאסטישע סומע, אבער וועט אי"ה שטארק דערלייכטערן און פארשנעלערן דאס אפקאכן און ארויסגעבן די טויזנטער טעגליכע פארציאנען.
• פרישע דארמיטארי שטאק אויפגעבויעט צו איינקווארטירן פרישע 100 תלמידים כ"י
אזוי ווי די 4 עקזיסטירנדע דארמיטארי געביידעס זענען שוין ווייט נישט גענוג געווען פאר'ן ריזיגן צאל תלמידים, האבן מיר געמוזט אריינטאנצן אין א פרישן פראיעקט צוצובויען נאך א פולשטענדיג פרישע שטאק מיט העכער 100 בעטן.
דאס ווערט צוגעשטעלט אויף אן ארט וואס איז ביז היינט פארנוצט געווארן פאר סטארעזש, בוילער און וואסער טענק וכדו'. ס'איז געווען א גרויסער ליידיגער שטח, וואו מ'האלט שוין איצט פעסט אינמיטן די ארבעט דורכצופירן א פולקאמע רענאוואציע, עס שיין אויסצובויען אין צענדליגער רחבות'דיגע שלאף-צימערן מיט אלע צוגעשטעלטע געברויכן. דאס מיינט: אויפבויען און אויסרישן די צימערן, אריינציען היט, פלאמבינג, ביה"כ, און קויפן פרישע בעטן מיט מאטראצן אא"וו.
אזויווי די נייע דארמיטארי שטאק ווערט געבויעט אין א בעיסמענט וואס איז שטארק דומפיג, האט די הנהלת המחנה געלאזט אינסטאלירן א גאר טייערע און סאפיסטיקירטע פרעש-עיר עקזאסטינג און ווענטעלעישאן סיסטעם וואס וועט אויסלופטערן און אריינצוברענגן פרישע ציכטיגע לופט אין אלע צימערן ס'זאל נישט זיין הייס און דומפיג. דאס אליינס האט אריינגעצויגן אין העכער 20 טויזנט דאלער.
אויסער די גרעסערע אונטערנעמונגען, איז פארהאן נאך פילע קלענערע פראיעקטן דורכאויס'ן קעמפ. פאלגענד זענען א טייל:
• שפאגל-נייע וואסער קוואל און וואסער טענק אויפגעבויעט צו קלעקן פאר'ן גאנצן קעמפ, כי מן הבאר ההיא ישקו.
אין נאך א הינזיכט האט די געטרייע הנהלה, וואס ארבעט טאג און נאכט אלעס צוצושטעלן, זיך דערזען אין א מאנגל. דאס איז: וואסער. די ביז איצטיגע וואסער טענק האבן שוין נישט געקלעקט, האט מען געמוזט אריינטאנצן אין נאך א קאמפליצירטע פראיעקט, וואס איז פארבונדן מיט פיל שוועריגקייטן און גאר אסאך געלט, אויפצובויען פרישע גיגאנטישע וואסער-טענק וואס זאל זיין גענוג פאר'ן גאנצן קעמפ, כי מן הבאר ההיא ישקו. אויך האט מען אריינגעגעבן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אויסגראבן א פרישן קוואל אין קעמפ, און דערנאך ארויפבויען גרויסע וואסער-טענק
דאס איז אלעס אויסער די רוטינע איבערפרישונגען און רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט נאכ'ן ווינטער, און פארשידענע קלענערע תיקונים לטובת די תלמידים. איבערהויפט ארבעט מען ביי דער גרויסער בית המדרש וואס איז פאריאר געבויעט געווארן, צו קאמפלעט צורעכטן אלע געברויכן פון די תלמידים.
אלעס אינאיינעם רעדט זיך דא פון א ברייטפארצווייגטע מאסיווע פארברייטערונגס אונטערנעמונג אין אלע טיילן פון קעמפ, פאר'ן באקוועמליכקייט און תכלית פון די תלמידים, און ציעט אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלערס, אין אט די הייליגע עיר גדולה לאלוקים, דער תל תלפיות שהכל פונים אלי', מחנה דברי יואל, דער זומער קעמפ פון דער וועלטס גרעסטער חסידישער ישיבה: ישיבה גדולה ד'סאטמאר.
סאטמארער חסידים — וועלכע זענען מיט'ן גאנצן הארץ צוגעבונדן צו דער ישיבה הקדושה — פאלגן נאך מיט א פארכאפטן אטעם די כסדר'דיגע פריידיגע אנטוויקלונגען, ווי דער כח הקדושה שטעלט זיך נישט אפ, נאר אדרבה מ'גייט מחיל אל חיל, מ'איז מוסיף והולך אין אלע געביטן בעז"ה, און אין דער זעלבער צייט איבערגעפולט מיט דאנקבארע געפילן צו די געטרייע חברי הנהלת הישיבה, וועלכע רוען נישט, זיי געבן זיך אוועק זייערע טעג און נעכט, זומער ווי ווינטער, צו שטיין ביים רודער פון דער ישיבה און ערמעגליכן איר ווייטערדיגע בלי און וואוקס.