בית פורומים כל העולם כולו

בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2011 22:26 לינק ישיר 
בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים



פאר 5 יאר צוריק האט די אידישע וועלט און די הולכים בשיטה הק' בפרט, חסידי סאטמאר און נקי' עדת ירושלים, געווען פארמישט אין א ביטערע מערכה קעגען א איד מיטן נאמען ישראל אהרן קלעצקין דער בעה"ב פון א דרוקעריי אין ירושלים מיטן נאמען "דפוס ישר" וואס האט געמאסערט אסאך ערליכע אידן וואס האבן געהאנגן צעטלעך אין ירושלים.

פאר די וואס געדענקן נאך די מערכה, איז אופגענומען געווארן מיט שאק (אדער אפשר גאר נישט), אז מהרז"ל איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין טאכטער דעם לעצטען דאנערשטאג אין בארא פארק.

דער איד וואס האט געמאסערט און ארעסטירט עטליכע פון די גרויסע לוחמים מלחמות ה' בארה"ק.
דער באקומט חיזוק פון זיינס א גלייכן מהרז"ל וואס איז געגאנגען אין בג"ץ הציוני.

די שאק איז גאר שטארק געווארן ווען מוצאי שב"ק ביים שבע ברכות פון ירושלימער רב'ס אייניקעל
איז דער מסור אנגעקומען מיט א בקשה משמח זיין דעם חתן, מיט א מטרה זיך צו מטהר זיין.
ירושלימער רב וואס איז געווען שטארק פארמישט אין די מערכה האט עם גלייך אפגעזאגט.
האט זיך דער מסור אנגערופן "ביסטו בעסער פון סאטמאר רבי'ן וואס איז געווען ביי מיר דער מסדר קידושין"
אפאר אייניקלעך פון ירושלימער רב וואס האבן דאס געזען האבן עם ארויס געטראגן פון זאל מיט ביזיונת.

אבער די קשיא בלייבט שטיין, מהרז"ל שעמסטו זיך נישט בריש גלי' צו מחזק זיין אזא מסור?
האסטו פארגעסן ווען די אליינס האסט מיט די לישקע געשריבן א בריוו קעגען דעם פארשוין?

להיכן היגענו??????????

איך האב נישט די בריוו פון זיין לישקע קעגען דעם קלעצקין, וויל איך בעטען ווער ס'האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן דא



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2011 01:25 לינק ישיר 

סאטמארבילד כתב:

יעצט גלייבסטו שוין? האסטו שוין געזען אזא היפאקריט?


און דא איז דער ראש לשועלים פון ירושלים אויך געקומען טאנצן מיטן מסור הידוע




איך זעה עס איז אים געלונגען צו פאררייען די נושא

אבער קוק איבער דאס בילד, וועסטו זעהן ווי ר זלמן לייב גיבט די האנט פאר קלצקין אויף וועם ער שרייבט מסור ומלשין
קוקט אויס ווי געלכטער האט זיך נישט באווערענט פאר ער האט געשריבן זיינע געבעקסן

נישט קיין קליינער היפאקריט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 00:32 לינק ישיר 

יא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 00:26 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
פון דארט וואו דו ווייסט אז ר' משה שטערנבוך איז קעגן אתרא קדישא.

הייסט דער גאב"ד זאגט דאס לכל דורש ומבקש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 00:25 לינק ישיר 

און וואס איז מיט ר' אברהם יושע סאלוויטשיק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 00:13 לינק ישיר 

ווייל ער אי אן ערליכער יוד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 00:04 לינק ישיר 

פון דארט וואו דו ווייסט אז ר' משה שטערנבוך איז קעגן אתרא קדישא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 23:28 לינק ישיר 

כהאב נישט געהערט פון וואו דו ווייסט אז מהאט געלייגט "
אומגעהויערע דרוק" אז ער זאל נישט פארלערנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 22:55 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
יו בעט די אהרונים פרייען זיך. דאס מאל האט דער גאב"ד געמאכט נאר טראבל. ער האט פארגעלערנט פרק אין סאטמאר ביהמ"ד אין בארא פארק, טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט. ער איז געגאנגן צו א שמחה אין סאטמאר ביהמ"ד אין קרית יואל וואו ער האט זיך געטראפן מיט אלע מהרסים, און זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו פארן שארמאשער רב שליט"א.

א ווינדער דער בלאט האט זיך פארהוילן פונעם גאנצן באזוך די פאריגע וואך?!

יעצט האנדא זאג נאכאמאל, פנה הודה זיווה והדרה...


דאס האב איך געשריבן. וועלכע ווארט האסטו נישט געהערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 22:51 לינק ישיר 

האסט נישט אונטערגעהערט די טעלעפאן? נאר וואס האסטו געשריבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 22:40 לינק ישיר 

איך האב נישט אונטערגעהערט דעם טעלעפאן פון גאב"ד שליט"א, אבער אז עס וועט פעלן צו שרייבן נעמען פון די וואס האבן אים גערופן, קען מען דאס אויך ערלעדיגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 22:37 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט.

אלס איינער וואס פארלאנגט אלעמאל הארטע 'פרוף', וולאטסטו אויף דעם אויך געדארפט האבן עפעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 22:34 לינק ישיר 

יו בעט די אהרונים פרייען זיך. דאס מאל האט דער גאב"ד געמאכט נאר טראבל. ער האט פארגעלערנט פרק אין סאטמאר ביהמ"ד אין בארא פארק, טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט. ער איז געגאנגן צו א שמחה אין סאטמאר ביהמ"ד אין קרית יואל וואו ער האט זיך געטראפן מיט אלע מהרסים, און זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו פארן שארמאשער רב שליט"א.

א ווינדער דער בלאט האט זיך פארהוילן פונעם גאנצן באזוך די פאריגע וואך?!

יעצט האנדא זאג נאכאמאל, פנה הודה זיווה והדרה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 22:03 לינק ישיר 

חסדי ה' אז דער גאב''ד פארט שוין א היים, עס וועט זיין פנה הודה, פנה זיוה, פנה תפארתה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 21:42 לינק ישיר 

צאתכם לשלום
וויליאמסבורג= מיט ווארעמע געפילען האט זיך כלל ישראל יושבי אמעריקא געזעגענט פונעם גרויסען גאסט מרא דארעא ישראל ה"ה כ"ק מרן גאב"ד ירושלים עיה"ק נאכדעם ווי דער גאב"ד האט דא אפגעשטאט א באזוך לרגל שמחה במשפחתו ווי דער גאב"ד האט באשיינט בראש השמחה.
קרוב צו צוויי וואכען האט דער גרויסער גאסט פארברענגט דאהי ווי ער איז איבעראל אויפגענומען געווארען מיט גרויס כבוד.
היינט דינסטאג צופרי און אזוי אויך אלע טעג וואס דער גאב"ד שליט"א האט זיך געפונען און וויליאמסבורג. האט ער געדאווענט תפילת שחרית אונעם ביהמ"ד סאמבור- אליק אויף וואלאבוט סטריט בראשות מחותנו המרא דאתרא הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק שליט"א ווי עס איז במשך די צוויי וואכען פונעם באזוך געווארען א ציצואונגס פלאץ פארן גרויסען עולם. וואס האבען געוואלט כאפען א בליק אויפן מרא דארעא דישראל. ווי אויך לברך ולהתברך.

היינט תיכף נאך תפילת שחרית האט זיך דער גרויסער ציבור ווארעם אפגעזעגענט פונעם גרויסען גאסט מרן הגאב"ד שליט"א וואס האט באשיינט דעם מזרח וואנט פונעם ביהמ"ד במשך שהותו כאן.

בברכת כי מלאכיו יצוה לך איז דער גאב"ד ארויסבאגלייט געווארען לדרכו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 08:45 לינק ישיר 

הדברים ידועים לכל, און קיינער איז נישט מחויב דיר צו ענטפערן ווען לויט דיין שמאלן שכל דרייט זיך די גאנצע וועלט ארום היידפארק, און אז דו וועסט שריייבן אז ר' זלמן לייב איז א היפאקריט, ווערט נאכנישט ר' זלמן לייב א היפאקריט. איך האב נאר דירעקט אויסגעצויגן דעם געים עד הסוף, צו ווייזן וויאזוי ס'ספינט זיך ענקערע מעשיות און געבעקסן. ‎​
 
קודם כל רייסט מען אראפ ר' זלמן לייב אז ער איז ערגער פון גאב"ד, דער גאב"ד האט אים ארויסגעווארפן פון א אייניקל'ס שמחה און דער קלעצקין האט פארגעהאלטן דעם גאב"ד אז ר' זלמן לייב איז יא געקומען צו אים. ווען דער ליגענט הייבט אן שווימען אויפן אויבערפלאך אז אזא שבע ברכות האט קיינמאל נישט פאסירט, נישט קיין מוצאי שבת, נישט ארויסגעווארפן, נישט אז מ'האט אים נישט גערופן, הייבט מען סתם אן פארפירן הלמאי ר' זלמן לייב איז געגאנגן צו קלצקין'ס שמחה. ‎​
 
איי דו ווייסט דאך אויך אז ר' זלמן לייב האט מיט אים געפירט א געפערליכע מערכה, און וואספארא אינטערעס זאל קלעצקין האבן אים צו רופן צו א שמחה?! אבער מ'פארקוקט דאס ווייל מ'רעדט זיך איין אז מיט דעם פאקט וועט ר' זלמן לייב ווערן אויס רבי מארגן. ‎​
 
איי דו ווייסט דאך אז סידור קידושין באלאנגט פארן צד החתן, און דו שרייסט אז דער צד הכלה האט גאר געגעבן סידור קידושין פאר ר' זלמן לייב?! אבער מ'ספינט ווייטער ווייל מ'מוז צייגן די קעלבער אז ר' זלמן לייב איז א שייגעץ (און פארגעסט נישט, דאס איז אלעס אין די צייט וואס מ'טראכט בכלל נישט פון דעם ר' זלמן לייב, מ'איז בלויז ביזי ווי שטארק, גרויס און מעכטיג ר' אהרן איז). ‎​
 
נאכן זען אז פון דרייען אין אלע ריכטונגען קומט מען נאכאלץ נישט אן צום ציהל, הייבט מען אן ספינען אז ר' זלמן לייב איז גאר געגאנגען ווייל ער האט געוואלט מ'זאל אים פאטאגרעפירן. איי דו ווייסט דאך אויך אז פון ר' זלמן לייב איז קיין בילדער נישט דא, און דאס וואס דער קלצקין איז גוט מיט לייבל פעפער און די אנדערע בעלי בתים פון בקהילה/העולם החרדי איז געווען די סיבה פארוואס די בילדער זענען אריינגעפארן דארט?! אבער מ'וועט דאס פארשווייגן, און ווייזן פאר די גאס אז ר' זלמן לייב איז דער עכטער פיקטשער רבי, בשעת ווען פון ר' אהרן איז דא בילדער יעדן איינציגסטן טאג פון מודה אני ביז נאך המפיל, אבער דאס איז גארנישט. א היפאקריט איז ר' זלמן לייב פארן אריינשיקן בילדער צום העולם החרדי וואו ער איז מסדר קידושין ביי דעם מסור קלעצקין, וואס מאכט חתונה א.. טאכטער. ‎​
 
יעצט שריי ווייטער ר' זלמן לייב היפאקריט, צבוע, מסור וכו', און נאך פערציג טעג ברציפות שרייען די נוסחאות איז ר' זלמן לייב אויס רבי. בדוק ומנוסה. ‎​
 


תוקן על ידי געלעכטער ב- 27/06/2011 08:46:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext