|
|
| נשלח ב-28/6/2011 21:42 |
|
| |
צאתכם לשלום
וויליאמסבורג= מיט ווארעמע געפילען האט זיך כלל ישראל יושבי אמעריקא געזעגענט פונעם גרויסען גאסט מרא דארעא ישראל ה"ה כ"ק מרן גאב"ד ירושלים עיה"ק נאכדעם ווי דער גאב"ד האט דא אפגעשטאט א באזוך לרגל שמחה במשפחתו ווי דער גאב"ד האט באשיינט בראש השמחה. קרוב צו צוויי וואכען האט דער גרויסער גאסט פארברענגט דאהי ווי ער איז איבעראל אויפגענומען געווארען מיט גרויס כבוד. היינט דינסטאג צופרי און אזוי אויך אלע טעג וואס דער גאב"ד שליט"א האט זיך געפונען און וויליאמסבורג. האט ער געדאווענט תפילת שחרית אונעם ביהמ"ד סאמבור- אליק אויף וואלאבוט סטריט בראשות מחותנו המרא דאתרא הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק שליט"א ווי עס איז במשך די צוויי וואכען פונעם באזוך געווארען א ציצואונגס פלאץ פארן גרויסען עולם. וואס האבען געוואלט כאפען א בליק אויפן מרא דארעא דישראל. ווי אויך לברך ולהתברך.
היינט תיכף נאך תפילת שחרית האט זיך דער גרויסער ציבור ווארעם אפגעזעגענט פונעם גרויסען גאסט מרן הגאב"ד שליט"א וואס האט באשיינט דעם מזרח וואנט פונעם ביהמ"ד במשך שהותו כאן.
בברכת כי מלאכיו יצוה לך איז דער גאב"ד ארויסבאגלייט געווארען לדרכו.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:03 |
|
| |
חסדי ה' אז דער גאב''ד פארט שוין א היים, עס וועט זיין פנה הודה, פנה זיוה, פנה תפארתה!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:34 |
|
| |
יו בעט די אהרונים פרייען זיך. דאס מאל האט דער גאב"ד געמאכט נאר טראבל. ער האט פארגעלערנט פרק אין סאטמאר ביהמ"ד אין בארא פארק, טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט. ער איז געגאנגן צו א שמחה אין סאטמאר ביהמ"ד אין קרית יואל וואו ער האט זיך געטראפן מיט אלע מהרסים, און זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו פארן שארמאשער רב שליט"א.
א ווינדער דער בלאט האט זיך פארהוילן פונעם גאנצן באזוך די פאריגע וואך?!
יעצט האנדא זאג נאכאמאל, פנה הודה זיווה והדרה...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:37 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט. |
|
אלס איינער וואס פארלאנגט אלעמאל הארטע 'פרוף', וולאטסטו אויף דעם אויך געדארפט האבן עפעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:40 |
|
| |
איך האב נישט אונטערגעהערט דעם טעלעפאן פון גאב"ד שליט"א, אבער אז עס וועט פעלן צו שרייבן נעמען פון די וואס האבן אים גערופן, קען מען דאס אויך ערלעדיגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:51 |
|
| |
האסט נישט אונטערגעהערט די טעלעפאן? נאר וואס האסטו געשריבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:55 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | יו בעט די אהרונים פרייען זיך. דאס מאל האט דער גאב"ד געמאכט נאר טראבל. ער האט פארגעלערנט פרק אין סאטמאר ביהמ"ד אין בארא פארק, טראץ די אומגעהויערע דרוק וואס מ'האט געלייגט אויף אים אז ער זאל נישט. ער איז געגאנגן צו א שמחה אין סאטמאר ביהמ"ד אין קרית יואל וואו ער האט זיך געטראפן מיט אלע מהרסים, און זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו פארן שארמאשער רב שליט"א.
א ווינדער דער בלאט האט זיך פארהוילן פונעם גאנצן באזוך די פאריגע וואך?!
יעצט האנדא זאג נאכאמאל, פנה הודה זיווה והדרה... |
|
דאס האב איך געשריבן. וועלכע ווארט האסטו נישט געהערט?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:28 |
|
| |
כהאב נישט געהערט פון וואו דו ווייסט אז מהאט געלייגט " אומגעהויערע דרוק" אז ער זאל נישט פארלערנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:04 |
|
| |
פון דארט וואו דו ווייסט אז ר' משה שטערנבוך איז קעגן אתרא קדישא.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:13 |
|
| |
ווייל ער אי אן ערליכער יוד
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:25 |
|
| |
און וואס איז מיט ר' אברהם יושע סאלוויטשיק?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:26 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | פון דארט וואו דו ווייסט אז ר' משה שטערנבוך איז קעגן אתרא קדישא. |
|
הייסט דער גאב"ד זאגט דאס לכל דורש ומבקש?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:32 |
|
| |
יא.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|