| נשלח ב-20/6/2011 23:17 |
|
| |
שאק: שרעקליכע שמוץ אין "די צייטונג"
מיט שאק האב איך היינט געזעהן אין גראסערי דעם "צייטונג" פון די פארגאנגענע וואך, ווען אויפן ערשטן בלאט פיגורירט א העדליין נייעס איבער אויפגעטראכטע חילולי קברים אין אר"י, וואס דערווייל האט קיין איין ערנסטער רב, אפגערעדט קיין איין רב פון די ביד"צ הדעדה"ח נישט געוואלט זיך אידענטיפיצירן מיט די ליצנות'דיגע מחאות, אבער דא אין "צייטונג" ווערט דאס באריכטעט באגלייט מיט א וויסטע העצע פון אתרא קדישא קעגן די ערליכע אידן אינעם ועד למניעת חילול קברי ישראל, אזש האלטנדיג דעם צייטונג האט זיך מיר געדוכט אז איך ליין יעצט דעם חומת הדת!
דער עיקר נקודה דא איז נישט בלויז אז ער שרייבט שקרים פון אתרא קדישא איבער א"ג חילולי קברים, ווייל דאס איז נישט קיין נייעס, און דאס קען אריינפאלן אין בלאט אויך, און אז איר ווילט קענט איר ארויסנעמען די "צייטונג" פון די לעצטע יאר צייט, וועט איר זעהן ווי די נייעס איבער יפו שטימט נישט איין וואך מיטן צווייטן קיין כי הוא זה, ווארום די נייעסן זענען צושמירט געווארן יעדע וואך לויט וויאזוי עס האט בעסער געשפילט פאר א"ק, גייענדיג מיט זייער כלל אז די מערכות זענען בלויז א מיטל צו גרויסן דעם הייליגן נאמען פון אתרא, ווי איידער אויפצוטוהן, און אין צייטונג איז עס יעדע וואך אריין גאנצערהייט לויט ווי די שקרנים האבן עס געשריבן.
די נקודה דא איז אבער עפעס אנדערש.
ווי איך האב שוין געשריבן, באשטייט דער נייער ועד פון א אלטער ועד וועלכער איז שוין עוסק דערין 20 יאר, און האבן זיך יעצט רעארגעניזירט נאך וואס זיי זענען געווען אפגעשטעלט זינט זייער מנהל איז מוטל על ערש דוי.
ביז היינט, האט א"ק פרובירט אראפצומאלן א בילד ווי די נייע ועד איז עפעס א יאקטער (וועמען זיי האבן אויסגענוצט ביזן לעצטן טראפן בלוט ביז ווען ער האט געכאפט דעם שקר) וואס קיינער שטיצט אים נישט, און עס איז אפילו נישטא פארוואס צו קוקן אויף זיין זייט, און, שפעטער איז די טאן געגאנגען אפילו שארפער, ווען הרב יאקטער אי מיטאמאל געווארן א חופר קברים, און אזוי ארום האט מען נישט געמוזט ענטפערן אויף זיינע ברענענדיגע פראגן, ווען אלעס איז אוועקגעמאכט געווארן מיט א פשטות אז ער איז א צודרייטער, אדער גאר צומאל א רשע (עפ"ל), און ער האט שוין אפילו זוכה געווען צו פאשקעווילן אין ירושלים און אין ב"ב, און צו א פראטעסט ביי זיין שטוב.
אצינד אבער, האבן זיך די טערארסיטן דערזעהן, אז דאס גייט מער נישט. זיי האבן זיך דערזעהן אז די פערמיטן אויף צו זיין משגיחים וואס זיי האבן פארלוירן צוליב זייער אוממענטשליכע ברוטאליטעט קעגן יחידים, זענען געגאנגען פאר דעם נייעם ועד, און שלום פריד וועלכע האט אלעמאל געארבעט מיט א"ק האט שוין אויך באשלאסן צו ארבעטן מיטן נייעם ועד, און דער סך הכל איז אז כהיום שטייט אתרא קדישא "אוט אוו דע פיקטשער", עס איז אויפגעשטאנען א ועד וואס ווערט געפירט דורך גדולי הרבנים, און זיי זענען שוין מפקח אויף אלע ניייע פראיעקטן, און אתרא קדישא איז געבליבן מיט א ארגאניזאציע וואס קען זיך שון בלויז רופן "אגודת אתרא קדישא לעריכת הפגנות", אבער אויסער דעם זענען זיי ממש א פארגאנגענהייט, און דאס טויג דאך נישט, סיי 'געלט' איז נישטא מער, און סיי 'מאכט' איז נישטא מער, וואס טוט מען דא? ווייטער שרייען 'יאקטער שמאקטער'? יעדער וועט דאך זעהן מיט די צייט אז די ועד איז אונטער א פעסטע קאנטראל פון ערנסטע מענטשן מיט די הדרכה פון ערנסטע רבנים?
האט מען אנגעהויבן אנערקענען אינעם ווייטאגליכן מציאות, מען האט אנגעהויבן ארויפצולייגן אויפן טיש נאך נעמען, פון די וועלכע פיגורירן טאקע אינעם ועד, און מען שרייבט אז זיי זענען "משתף פעולה" מיט די ארכילאגן, זיי זענען פרומע שקצים, און מיט גרויס חכמה גיבן זיי אזא מאך א טשולנט קוגל מיט נעמען פון חברי הכנסת פון ש"ס, צו צומישן די מוחות ווי כאילו די מענטשן האבן סיי וואסערע שייכות מיט ש"ס אדער מיט די ציונים בכלל, און מען גיט נאך א ווארף צי אז דער שלום פריד איז א שייגעץ, א פארעטער און א חופר קברים, אפגעזעהן צו א טאג צוריק האט א"ק געארבעט מיט אים האנט ביי האנט, אבער אצינד אז ער ארבעט מיטן נייעם ועד איז ער אוטאמאטיש א קברים גרעבער, און אזוי ארום וועט דער עולם ווייטער פראטעסטירן.
דהיינו, מען שיקט דעם עולם פראטעסטירן, לדוגמה, אין בית שמש, צו א פראיעקט וואס האט א פולשטענדיגע השגחה פון די נייע ועד, און עס געפינט זיך נישט קיין איין קבר דארט, ס'איז נישט אויפגעשווימען קיין זכר פון קיין מערה, אבער פארן עולם זאגט מען אזעלכע האלבע וועטער, ס'איז דא קברים און מקען נישט וויסן וואס דארט טוט זיך און די פרומע רשעים העלפן גראבן קברים, בקיצור, עפעס אזא סארט טשולנט: מ'וויל גראבן און מ'קען גראבן און מ'גראבט טאקע ממש און די פרומע גראבן אויך, עפעס אזוי, און א געוויסער פראצענט תמימות'דיגער עולם פון בית שמש לויפט פראטעסטירן.
און וואס פארדינען זיי? זיי האפן, אז א קבלן וועלכע וויל בויען א פראיעקט, און ער דארף צוקומען צו די ארכילאגן זיי זאלן איבערקוקן דאס פלאץ, זאל ער וויסן אז אויב וויל ער נישט האבן קיין פראטעסטן, איז נישט גענוג אז ער גראבט נישט קיין קברים, און ס'איז אויך נישט גענוג אז זיי וועלן נעמען א השגחה פונעם ועד בהוראות גדולי ישראל, נאר זיי מוזן אויך נעמען השגחה פאר גוט באצאלט פון א"ק בהוראות רב שמידל. (איר פארשטייט גוט? איר האט ארויס וואס עס מיינט היינט א פראטעסט קעגן 'חילול קברים'?).
דאס איז זייער מהלך יעצט. ביזדערווייל גייט עס נישט, ווייל דער ועד ווערט גערופן יעדן טאג צו נאך פלעצער פאר השגחה, און חיים טויסיג פון א"ק מוז נאכפארן די קאר'ס פון די משגיחים געוואויר צו ווערן וואו מען ארבייט און אזוי ארום לויפט ער דערנאך צו עפעס א כולל זיך איינבעטן זיי זאלן רחמנות האבן אויף די ביינער פון 'זייערע אייגענע עלטערן'.. וואס ווערן אויסגעגראבן, און ער זאגט עדות אז ער זעהט במו עיניו די ביינער, און ער זעהט ווי זיי ווערן רח"ל צוריבן (איך קען עס אפשר אויך זעהן?..), אבער למעשה, קיין איין רב וויל מער נישט אונטערשרייבן אויף קיין קול קורא איבער חילול קברים, און אוודאי נישט זיך משתתף זיין ביי די הפגנות, וויבאלד זיי ווייסן אלע דעם אמת אז עס איז נישט פאראן לע"ע קיין חילולי קברים ב"ה, און אז די אלע פראטעסטן זענען בלויז קעגן די "מחוצפים" וועלכע וואגן זיך צו נעמען אזעלכע משגיחים וועלכע זענען שוין היינט נישט אונטערגעווארפן אונטער הרב שמידל און די טעראר קאמפאני, נאר אונטער די ועד בהוראות הרבנים, און דעריבער איז דער יעצטיגער מצב, אז אתרא קדישא ווייסט נאך דערווייל נישט וואס זיי וועלן טוהן מארגן.
-----------
נחזור לענינינו, א"ק האט אנגעהויבן פרובירן צו באשמוצן די ערליכע עסקנים ווי זייער נוסח איז (אזוי אויך האבן שון רוב פון זיי געהאט פראטעסטן ביי זייער שטוב!!), און צו אונזער ווינדער, האבן זיי געטראפן א צייטונג וואו דאס צו טאן! און דאס איז אין "די צייטונג".
דארט האבן זיי יעצט געשריבן נעמען פון די נייע ועד, מיט די אלע פאלשע לגיונות, מיט די מישמאש פון ש"ס, ציונים, משתפי פעולה עם רשות העתיקות, וגו' די גאנצע נוסח, און, די אידן וועלכע ווערן אויסגערעכט אין "צייטונג" מיט זייערע נעמען ווערן באשולדיגט דורכן "צייטונג" אין גראבן קברים.
וויל איך פרעגן פון ר' אברהם'ען:
צו האלט איר טאקע אז ר' נסים קרליץ ובית דינו גראבן קברים? צו האלט איר טאקע אז דער ראב"ד העדה החרדית גראבט קברים? צו האלט איר טאקע אז היימישע אידן וועלכע האבן ביז 10 יאר צוריק געארבעט פאר אתרא קדישא גראבן היינט צוטאג קברים? צו האלט איר טאקע אז אלע גדולי ישראל ובראשם דער ביד"צ עדה החרדית שווייגט שטיל ווען מען גראבט אויס קברים, און מיר מוזן צוקומען צו ליינען לגיונות אין "צייטונג" געווארויר צו ווערן אז מיר דארפן ווייטאגן?
אויב האלט איר אזוי, דאן ברויכט איר בייטן דעם נאמען פון אייער אויסגאבע, פון "די צייטונג" צו "חומת הדת תניינא".
אויב האלט איר נישט אזוי, דאן וויאזוי קענט איר לאזן אין אייער צייטונג - וואס דארף צו זיין ריין פון פאליטיק און לשה"ר - מען זאל דארט באשמוצן יחידים מיט אויסגעזויגענע שקרים וואס איר ווייסט אליינס אז דאס האט ר' מנשה אדער א צווייטער שקרן אויפגעטראכט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 22:16 |
|
| |
איך וויל דא בעטן מחילה פונעם ציבור, פארן זיך אריינלאזן אין א נידריג-שטאפלדיגער שמועס מיט דעם ניק וואס שפילט פארטיי.
איך וועל פרובירן בעתיד בעסער צו מעסטן די שטאפל פון א טענה אויף וואס איך ענטפער בעז"ה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 22:12 |
|
| |
איך וועל דיר נישט ברענגן קיין לינק - כאטש אז עס איז דא עטליכע - ווייל איך ארבייט נישט פאר דיר, מאך אליינס דיין ריסורטיש
די פאקט אבער אז דו קענסט נישט פארנעמן קיין קריטיק, און א יעדע ערענסטע שאלה אדער קריטיק פון סיי ווער/ וואס מען פרעגט דיר, האט נאר איין ענטפער, און די ענפער איז אלעמאל די זעלבע, און עס באשטייט בדרך כלל פון אייין ווארט, די ווארט איז: זאלי
ווייזט ווי קראנט דיינע נייעס איז, און ווי ריין ביסט פון אינטערעסן, און עס גיט אויך זייער גוט צו פארשטייען פאר וואס דו דארפסט האלטן און איין איבערזאגען ממש און יעדע תגובה, אז דו שרייבסט נאר אמת'ע נייעס, און אלע דיינע נייעס איז קראנט, בלא בלא בלא
איך האב נישט קיין אינטערסע זיך צו קריגען מיט דיר, אבער נאך אזויפיל מאל ווערן געענפערט זאלי, און נאך אזויפל מאל זען ווי דו ענפערסט פאר אנדערע זאלי, אויף ערענסטע זאכליכע שאלות וואס מען האט דיר געפרעגט, האלט איך אז עס איז צייט צו זאגען די אנדערע זייט פון די מטבע, און זאגען ווי אזוי אנדערע האבן א בליק אויף דיינע נייעס וואס דו שטעלסט אראפ אן קיין הוכחת
אויב ביסטו א ערענסטע היי קלעס שרייבער, א שטייגע ווי סקאט, אדער וואלעסח, אדער ווי יאנקעלע11 איז געעווען,
האט נישט די ענטפער זאלי וואס זיכען און דיינע תירוצים, ווייל וואס א חילוק ווער עס פרעגט? פרעגט ער צו די זאך, ענטפער און זיי מודה, אויב פרעגט ער נישט צו די זאך, ווייז אים אויף זיין טעות, די פאקט איז אבער אז דו ביסט די דא זיך צו טענה'ן מיט סיי וועם, און די ניצט די לאו ראוד מיטען ענטפערן זאלי, ווייזט אז ביסט מער א דעמעגאג ווי א נייעס באריכטער
תוקן על ידי have_hope ב- 26/06/2011 22:19:16
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 22:01 |
|
| |
דענקט עמיצער אז איך זאל בויען אויף נייעס פון בחדרי? נישט וואס מיר געדענקען.
אויב פילט א זאלוני זיך געטראפן פון מיינע אויפדעקונגען, קען ער זאגן אז איך בין א שקרן, אבער ביטע נישט אויסדרייען מיינע אייגענע ווערטער.
(ביטע אפירזוכן וואס איך האב נישט לאנג צוריק דא געשריבן, איבער די אומ-ארגינעלקייט פון א בחדרי נייעס.)
=============
ב"ה איך קען זאגן אז איך האב נאכנישט מוצא געווען מתחת ידי א זאך וואס כהאב נישט אליינס מברר געווען, א חוץ אין א פאל פון א טעות, וואס איך בין גרייט מודה צו זיין אויף אזא פאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 21:40 |
|
| |
מאך נישט קיין איבעקרעניש, דארפסט זיך נישט ווענדן צום טאטען און הימל, און אויסניצען דיינע זכותים אויף אזא שטות, און אזוי אויך רוף עס נישט באמבע, ווייל עס איז מער ווייניג אייניג און ליין מיט אלע דיינע נייעס וואס דו האסט געברענגט ביז אהער פון ב"ח, וואס יענטץ איז אויך נישט געווען קיין באמבע,
עס איז בסך הכל נאר א דערמאנוג/באווייז פאר די תמימי לב, וואס קויפן און גלייבען אלע נייעס וואס מיוסד אויף ב"ח, און עס טוט נאכאמאל ווייזן מיט וויפיל ערענסקייט מען דארף זיך דערצו באציען
תוקן על ידי have_hope ב- 26/06/2011 21:41:35
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 21:26 |
|
| |
טאטע אין הימל.
1) דאס איז א באמבע? אדער א אטאם באמבע.
2) דאס איז דא בכלל מן הענין? אדער סתם פאר אינטערסאנטקייט.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 26/06/2011 21:29:46
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 19:47 |
|
| |
דא האט איר א עקזאמפל ווי שטארק ערענסט בחדרי חרידם איז מיט זייער נייעס, זיי שטעלן אריין א עד אלץ א דעהעריגע נייעס, קיין שום סייט וואס האט נאר די מינעמאלסטע רעספעקט פאר נייעס וואלט עס נישט געטיען
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=29127
ועל הכלל כילו יצא, ווי שטארק מען קען זיך פארלאזן אויף זיי, אלץ א נייעס סייט, און ווי קראנט זייער נייעס איז
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 04:02 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | 'פייוו בארא'
פון וואנעט ווייסן מיר אז דער פאשקעוויל איז געדריקט געווארן דורך אתרא קדישא?
אדער דורך וועמען?.. |
|
דורך דיר אדער דיינס גלייכן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 01:23 |
|
| |
איינער שרייבט מיר אז מנשה פילעפף'ס ארטיקל אינעם צייטונג איז יא א העצערישע ארטיקל מיט לשון הרע, און שמוץ קעגן די ועד למניעת חילול קברים.
איך וועל עס אי"ה איבערקוקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 23:53 |
|
| |
| לאעליכם כתב: |  | פייוו בארא, איך בין זייער שטארק אקעגן שקר! לפי ידיעתי האט דאס מיט "אתרא קדישא" גארנישט איינגעלייגט! ס'איז א גראפיטי אויפשריפט אקעגן דעם ראב"ד שליט"א ביי די פארלאפענע "גירות פרשה" אין די מדינה! בין אין גערעכט?
צווייטענס, נעם דיך נישט אזוי אן אויף הג' ר' נסים קרליץ שליט"א, וויבאלד מיטן מתיר זיין די "חרם" אויף עלעקטרא האט ער געטוהן א געזונטן שג... שטיק, און רבותינו חברי הביד"צ שליט"א זענען געווען זייער בייז דערויף (כ'זאג נישט אז ס'קומט איהם א פאשקוויל, אבער זיך אננעמען אויף איהם ברויך מען אויך נישט). |
|
1) אויב דו ביסט קעגן שקר, זעמיר אויף איין בלאט.
2) בנוגע דעם גראפיטי, מעגליך אז דו ביסט גערעכט. כוועל פרובירן קלאר צו מאכן.
3) בנוגע הרב קרליץ, ערשטנס אויב האט ער געטוהן אנדערש ווי איך פארשטיי מיינט דאס נישט אז מען קען מוחה זיין ווען ער גיט א השגחה און שרייבן אז מען גראבט ביינער..., צווייטנס, ער איז שוין גארנישט קיין חדר אינגל, און ער האט נישט מתיר געווען סתם אזוי, אבער, איך וויל זייער שטארק אויסמיידן פון אריינגיין אין די פרטים פון די חרם, ווייל ס'איז נישט נוגע יעצט, און סוועט נישט ברענגען גארנישט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז די חברי הבי"ד זענען געווען בייז איז נישט אמת! אתרא קדישא איז געווען בייז, ואולי אויך 2 חברי הבי"ד. ודי בזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 23:37 |
|
| |
לאעלכים, צוויי זאכען
1} עס איז קלאר אז ביי די "גירות פרשה" האבן זיי אזוי אנגעפירקלט די ווענט מיט אזעלכע ענליכע אויפשריפטן, איך געדענק אז איך האב געזען פיקטשערס דערפון, אבער פיוובארא קען טענה'ן אז ער ווייסט קלאר אז דו איין פיקטשער קימט יא פון "אתרא קדישא" במילא מוז נישט זיין אז ער פראבירט צו זאגען ליגענט,
2}איך נעם נישט קיין שטעלונג צווישן די צווייי זייטען ביי די סכסוך איבער די חרם אויף אלקטרה, אבער די פאקט אז בי"ד הגדול האט זיך געבייזערט אויף ר' ניסים קארליץ, איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט, מיר לעבן און זמן וואס טעראריסטן זענענן זיך שולט אויף רבנים, עיין ערך הרהגה"צ ר' ישראל יעקב פישער זצוק"ל בנוגע הסכסוך בסאטמער, ציליב דעם, דארף מען אייביג קיקען דורוך און אדורוך, אויסציגעפינענן דעם אמת, נאך מער, אסאך נייעס וואס מען ליינט ארום רבנים איז אויך פאברעצירט מיט א אגענדא, און עס מוז אפילו נישט זיין אז עס אמת
תוקן על ידי have_hope ב- 23/06/2011 00:06:32
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 22:25 |
|
| |
יא מר האפ! דא לאכט מען!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 22:18 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | דער ניק וואס וואס קענען ענטפערן אויף דעם חידה, וועט באקומען א מעדאל פון אונזער זאלונישער ניק:
האט FiveBoro עפעס געטוישט פון פאריגע וואך ביז היינט, אדער די צייטונג?
|
|
ביי אונז פלעגט מען זאגען בכגון דא, הסברים זענענן איבריג,
אויב האסטע נישט פארשטאנענן וואס איך האב געשריבן, דאן לייען עס איבער,
מיר בלייבען גיטע חברים, און מיר גייען זיך נישט קרייגען דערויף, עס איז נאר געווען להערה בעלמא,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 21:53 |
|
| |
| oאטמארער כתב: |  |
איך פארשטיי אז דו ביזט זייער פארנומען האסט נאך נישט געהאט קיין צייט עס צו מאכן, אבער עפעס מוזטו ברענגען די קעלבלעך זאלן נישט איינשלאפן, נעם דיך צו דער ארבעט, איך וויל זען א צעטל ביז א שעה
|
|
איך האב דערווייל נישט ערהאלטן דעם שמוציגן פאשקעוויל אויפן ראב"ד שליט"א, אבער אויב איינער מיינט אז ס'איז אזוי שווער צו גלייבן פון די טעראריסטן ארויסצוגיין קעגן דעם ראב"ד פארן טראכטן אנדערש ווי זיי [לייען: פארן אויסקרויזן קארופציע], אט האט איר עפעס פון עטליכע וואכן צוריק:

|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 21:32 |
|
| |
דער ניק וואס וואס קענען ענטפערן אויף דעם חידה, וועט באקומען א מעדאל פון אונזער זאלונישער ניק:
האט FiveBoro עפעס געטוישט פון פאריגע וואך ביז היינט, אדער די צייטונג?
תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/06/2011 21:39:42
|
|
|
|
|