בית פורומים אידישע געדאנק

האט די "מהודרת דאסטער" מערכה אפגעפייגערט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2011 18:06 לינק ישיר 
האט די "מהודרת דאסטער" מערכה אפגעפייגערט?

פארלאפענעם חול המועד פסח האט דער דזשיגאן עם הארץ געמאלדן בקול רעש גדול אז ער גייט זיך נעמען צו די דאסטער'ס וואס די אידישע מאמע'ס גייען. ‎​
 
די אהרונים זענען געווארן אויפגעהייטערט, א פרישע מערכה אויף די אגענדע, מ'וועט מאכן די זאלי'ס פאר גויטע'ס ווייל זיי גייען נישט מיט דאסטער'ס וואס דעם דזשיגאן עם הארץ שמעקט. מ'וועט פראטעסטירן און בויקאטירן געשעפטן וועלכע וועלן נישט פארקויפן דאסטער'ס וואס דער דזשיגאן עם הארץ גלייכט. הקיצור, א פולע "דאסטער עפאכע". ‎​
 
מאנכע האבן שוין אפילו געוויסט צו זאגן אז מענדעלע שומר הנשים בבית המלך האט אראפגערופן געשעפט אייגענטומער און פארהאנדלט מיט זיי דער גענויער שניט און סטייל וויאזוי די נייע דזשיגאנע דאסטער'ס וועלן אויסקוקן. בנציון לאוב האט שוין פארארדענט די בחורים און שלעגער אז ווען מ'זעט א דאסטער נישט לויטן שניט פון דזשיגאן, איז א מצוה דאס אראפצורייסן פון די פרוי ברבים. ‎​
 
א גרויסע שריפה, באלד אזוי גרויס ווי דזשיגאן האט געמאכט ביי די שייטלעך פרשה און ווי ער מאכט יעדן ל"ג בעומר אנגעטון מיטן גארטל, איז געווארן אויספלאנירט, וואו דארט וועלן אלע אהרונים אריינווארפן זייערע אלטע דאסטער'ס. אפילו די שפיי'ער רעבעצין איז געווארן איינגעשפאנט, מיט א הבטחה אז זי וועט שפייען אויף יעדע פרוי וואס וועט נישט גיין מיט דעם מהודרת דאסטער. ‎​
 
אבער מ'האלט שוין באלד 3 חדשים שפעטער, און דער מערכה שלאפט און שנארכעצט. דער ערשטער שפאלט האט זיך אנגעהויבן ווען דער בלאט וועלכער איז דער פאן טרעגער פון די אלע פאני מערכות האט זיך אפגעשאקלט נאך איין וואך מעלדן די נייעס, און געשיקט די דאסטער עסקנים צו די עקסטרעמע "אוצרות" אויסגאבע. זאלן זיי זיך ספראווען מיט די משוגעים. ‎​
 
א גרויסע מיטונג וועלכער דזשיגאן האט פאררופן, און דאסמאל אן די געוועזענע דיינים פון סאטמאר, האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט מיט א באריכט אויף בחדרי חרדים אז די זאליס זענען ל"ע "נישט" געקומען צו די אסיפה, און דאס צייגט קלאר אז זיי זענען פאלנע גוים וואס ווילן זייערע פרויען זאלן זיין גויטע'ס. ‎​
 
קען איינער ביטע אפדעיטן וואו די מערכה האלט, צי האט עס שוין אפשר געפייגערט ווייל דער דזשיגאן איז צוריק געווארן ביזי מיט אריזאנע ווייץ, דעריבער האט ער נישט קיין צייט מער פאר די דאסטער'ס?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 21:21 לינק ישיר 

בחצר.
פארוואס דארפסטו גיין נעגאטיוו? עס פעלט באמת נישט אויס זיך צו רייצן.
מ'דארף דאנקען דעם בוכ"ע אז מ'האט ב"ה באוויזן אויפצטאן א גרויסע זאך, א דבר גדול וקדוש באמת, און מ'דארף נישט קיינעם אטאקירן. קיינער דארף נישט פלאצן און פאר קיינעם נישט געוואונטשן קיין דאבון לב רח"ל.

יעדער איד באשר הוא שם, וואו ער באלאנגט נאר, זאל אים זיין לעכטיג און וואויל כל הימים.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 15/03/2012 21:21:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 20:43 לינק ישיר 
ב"ה שלא השבית גואל מאת בני ישראל, די מערכה האט ב"ה מצליח געווען לדאבון לב די ווערימיגע

נשות סאטמר, התחדשו: הוקם 'בד"ץ הבגדים' • האדמו"ר: "תדרשו ההכשר"

לפני כשנה הכריז האדמו"ר מסאטמר על הקמת ועד כשרות מיוחד לבגדי נשים • לקראת חג הפסח, יחל הוועד לפעול, בשיתוף פעולה עם דיינים מבאבוב ופאפא • האדמו"ר: "מי שרוצה להרוויח, שיידע שצריך למכור רק עם הכשר" • על כל בגד יהיה פתק עם סימון מיוחד של ההכשר

משה ויסברג, בחדרי חרדים 19:13 15/03/2012
הדפס שלח לחבר 2

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39012



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 20:14 לינק ישיר 

עס איז א גוטע בשורה ב"ה אז די מהודרת'דיגע מלבושים זענען שוין ב"ה דא צו באקומען אין די געשעפטן.
איבריג צו זאגן אז מגלגלין זכות ע"י זכאי, און ליצנות אין א זייט געשטעלט.

א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשרות הבשר" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.
א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשרות המצות" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.
א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר פעסטע "חתונה תקנות" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.
א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשר'ע מלבושים" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.

דאס צייגט אז א מ'וויל עכט העלפט דער בוכ"ע אז מ'קען עס דורכפירן, עס איז טאקע נישט גרינג, מ'ווארפט שטיינער, מ'מאכט פאשקעווילן, עוד מעט וסקלוני ! אבער דער רצון אויפצוטאן פאר אידישקייט איז דאך שטערקער, און דער אמת זיגט ב"ה אויף יעדן געביט.

איך ווייס פון אינערליכע קוועלער אז די דאסטערס איז נישט לייכט אנגעקומען, ס'זענען געווען פאבריקאנטן וועלכע האבן זיך "קעגן געשטעלט", זאגענדיג אז זיי ווילן נישט צושטעלן קיין אנדערע זאכן, אבער מיט עקשנות און צו די זעלבע צייט רעדן פעסט און שיין, הארציג אבער שטייף האט ער באוויזן צו טאן א זאך וואס קיינער פאר אים האט נישט מצליח געווען.

נאך א וואונדער אז ער האט שונאים! מיך וואונדערט אז ער האט נאך חסידים (!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2011 00:58 לינק ישיר 

אינטערעסאנט פארוואס עס איז נישטא קיין ליסטע וואו מ'קען באקומען די מהודרת דאסטערס, פשוט לטובת חסידי ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2011 14:15 לינק ישיר 

סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פון ווי ווייסטו צו עס גייט אן צו נישט. לויט ווי איך ווייס איז דא אפאר קאמפאניס וואס שטעלן צו די צניעותדיגע קליידער. ווייל מען שיקט נישט ארום קיין בריוון(אזויווי שמואל ט"ב הדס בלעטלעך...) מיינט נישט אז עס גייט נישט אן. דער רבי האט געזאגט א דרשה צו מעורר זיין זיינע חסידים. און אריינגערופן די קאמפאניס און דעטס איט. יעצט ווער עס וויל קען גיין קויפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2011 03:26 לינק ישיר 

וועל איך חזר'ן וואס היראים שרייבט אין יעדע צווייטע אשכול: כל מערכה שאינו לשם שמים וכו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2011 21:45 לינק ישיר 

נו, וואס וועט דא? ס'שוין פאריבער א היבש שטיקל צייט פון די דאסטער דרשה, און ליידער געט זיך עס נישט קיין שאקעל. איך האב זיכער געמיינט אז די אהרונים וועלן עס נעמען אזוי ערענסט עכ"פ ווי די סידור קידושין מערכה, אבערוואז, ס'רירט זיך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 04:57 לינק ישיר 

לאגיש כתב:
הער איך קיין איין בחור הערט נישט קיין האטליינס

ביזט שוין פונקט אזא שקרן ווי דיין רבי'ן
‎​
 
הער איך אז דו נוצט נישט יעצט קיין אינטערנעט, אזוי ווי דיין רבי האט געבעטן איינמאל און נאכאמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 04:44 לינק ישיר 

סאטמארע חסידים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 04:39 לינק ישיר 

וועמענס חסידים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 02:22 לינק ישיר 

לאגיש איבער ניינציג פראצענט פון חסידים האבן Jnet, דו קענסט דא זען ביי יעדן אשכול ווי דער עולם פארלאנגט מען זאל עס לייגן אויף א כשרע סייט משא"כ אין כל הגולם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 02:11 לינק ישיר 

קוק_ווינקל כתב:
הרב האורח, זייער שיין אריין געפירקלט אין מיינע ווערטער... איך בעט אפי' נישט קיין הסבר, כ'העל זיין צופרידען אויב כאטשיק די ווייסט וואס די האסט געשריבן.

איך ווייס גראדע נישט וואס כ'האב געשריבן, אבער א הסבר האב איך יא, נעמליך, דריי ווערטער - עם עקש תתפתל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 02:00 לינק ישיר 

הער איך קיין איין בחור הערט נישט קיין האטליינס

ביזט שוין פונקט אזא שקרן ווי דיין רבי'ן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/6/2011 01:47 לינק ישיר 

לאגיש כתב:
ווי האלט מהרז"ל מיט די כשערע סעל טעלפאנס וואס ער האט געהאמערט פאר יאר חול המועד ? ?

אין ווי האלט ער מיט די מערכה איבער די האטליינס ?


קודם כל פארשטייט יעדער מיט א קעפל אויף די פלייצע די חילוק פון איינעם וואס זוכט יעדן מאנטאג און דינסטאג א "אינטרעסאנטע" נושא פון וואס צו רעדן כדי צו מאכן א "סענזאציע" און ברענגען אויפמערקזאמקייט (אטענשאן בלע"ז) אפילו ווען דאס מיינט אוועקמאכן דורך דעם אלע גדולים פון פריער, פלייש מצות וכו' צו רבנים ואדמורי"ם וואס זענען פון צייט צו צייט מעורר זייערע תלמידים און צוהערער מיט נארמאלע פארשטענדליכע זאכן ווי האטליינס וואס נעמט אוועק יעדן בחור'ס קאפ פון די גמרא, און שלעפט אים צו פאליטישע און מנוולישע האטליינס וואס זענען היינט פארהאנען.

די "מערכה" מיט די האטליינס איז געווען א דרשה פאר די בחורים פון ישיבה קטנה, און ב"ה הצליח וגם עשו פרי, כמעט נישט דא קיין בחור פון ישיבה וואס הערט אויס א האט ליין! און נישט נאר בחורים, נאר אויך בעלי בתים און אינגעלייט האלטן זיך צוריק לכבוד דעם.

נ.ב. לידיעתך, די עדה החרדית אין ירושלים און נאך גדולי א"י זענען לעצטנס ארויס מיט א שטורעם קעגן די אלע האטליינס..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 01:38 לינק ישיר 

הרב האורח, זייער שיין אריין געפירקלט אין מיינע ווערטער... איך בעט אפי' נישט קיין הסבר, כ'העל זיין צופרידען אויב כאטשיק די ווייסט וואס די האסט געשריבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > האט די "מהודרת דאסטער" מערכה אפגעפייגערט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext