|
|
| נשלח ב-29/6/2011 01:38 |
|
| |
הרב האורח, זייער שיין אריין געפירקלט אין מיינע ווערטער... איך בעט אפי' נישט קיין הסבר, כ'העל זיין צופרידען אויב כאטשיק די ווייסט וואס די האסט געשריבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 01:47 |
|
| |
| לאגיש כתב: |  | ווי האלט מהרז"ל מיט די כשערע סעל טעלפאנס וואס ער האט געהאמערט פאר יאר חול המועד ? ?
אין ווי האלט ער מיט די מערכה איבער די האטליינס ? |
|
קודם כל פארשטייט יעדער מיט א קעפל אויף די פלייצע די חילוק פון איינעם וואס זוכט יעדן מאנטאג און דינסטאג א "אינטרעסאנטע" נושא פון וואס צו רעדן כדי צו מאכן א "סענזאציע" און ברענגען אויפמערקזאמקייט (אטענשאן בלע"ז) אפילו ווען דאס מיינט אוועקמאכן דורך דעם אלע גדולים פון פריער, פלייש מצות וכו' צו רבנים ואדמורי"ם וואס זענען פון צייט צו צייט מעורר זייערע תלמידים און צוהערער מיט נארמאלע פארשטענדליכע זאכן ווי האטליינס וואס נעמט אוועק יעדן בחור'ס קאפ פון די גמרא, און שלעפט אים צו פאליטישע און מנוולישע האטליינס וואס זענען היינט פארהאנען.
די "מערכה" מיט די האטליינס איז געווען א דרשה פאר די בחורים פון ישיבה קטנה, און ב"ה הצליח וגם עשו פרי, כמעט נישט דא קיין בחור פון ישיבה וואס הערט אויס א האט ליין! און נישט נאר בחורים, נאר אויך בעלי בתים און אינגעלייט האלטן זיך צוריק לכבוד דעם.
נ.ב. לידיעתך, די עדה החרדית אין ירושלים און נאך גדולי א"י זענען לעצטנס ארויס מיט א שטורעם קעגן די אלע האטליינס..
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 02:00 |
|
| |
הער איך קיין איין בחור הערט נישט קיין האטליינס
ביזט שוין פונקט אזא שקרן ווי דיין רבי'ן
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 02:11 |
|
| |
| קוק_ווינקל כתב: |  | | הרב האורח, זייער שיין אריין געפירקלט אין מיינע ווערטער... איך בעט אפי' נישט קיין הסבר, כ'העל זיין צופרידען אויב כאטשיק די ווייסט וואס די האסט געשריבן. |
|
איך ווייס גראדע נישט וואס כ'האב געשריבן, אבער א הסבר האב איך יא, נעמליך, דריי ווערטער - עם עקש תתפתל...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 02:22 |
|
| |
לאגיש איבער ניינציג פראצענט פון חסידים האבן Jnet, דו קענסט דא זען ביי יעדן אשכול ווי דער עולם פארלאנגט מען זאל עס לייגן אויף א כשרע סייט משא"כ אין כל הגולם
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:39 |
|
| |
וועמענס חסידים?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:44 |
|
| |
סאטמארע חסידים
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:57 |
|
| |
| לאגיש כתב: |  | הער איך קיין איין בחור הערט נישט קיין האטליינס
ביזט שוין פונקט אזא שקרן ווי דיין רבי'ן |
|
הער איך אז דו נוצט נישט יעצט קיין אינטערנעט, אזוי ווי דיין רבי האט געבעטן איינמאל און נאכאמאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2011 21:45 |
|
| |
נו, וואס וועט דא? ס'שוין פאריבער א היבש שטיקל צייט פון די דאסטער דרשה, און ליידער געט זיך עס נישט קיין שאקעל. איך האב זיכער געמיינט אז די אהרונים וועלן עס נעמען אזוי ערענסט עכ"פ ווי די סידור קידושין מערכה, אבערוואז, ס'רירט זיך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2011 03:26 |
|
| |
וועל איך חזר'ן וואס היראים שרייבט אין יעדע צווייטע אשכול: כל מערכה שאינו לשם שמים וכו
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2011 14:15 |
|
| |
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פון ווי ווייסטו צו עס גייט אן צו נישט. לויט ווי איך ווייס איז דא אפאר קאמפאניס וואס שטעלן צו די צניעותדיגע קליידער. ווייל מען שיקט נישט ארום קיין בריוון(אזויווי שמואל ט"ב הדס בלעטלעך...) מיינט נישט אז עס גייט נישט אן. דער רבי האט געזאגט א דרשה צו מעורר זיין זיינע חסידים. און אריינגערופן די קאמפאניס און דעטס איט. יעצט ווער עס וויל קען גיין קויפן
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2011 00:58 |
|
| |
אינטערעסאנט פארוואס עס איז נישטא קיין ליסטע וואו מ'קען באקומען די מהודרת דאסטערס, פשוט לטובת חסידי ר' אהרן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2012 20:14 |
|
| |
עס איז א גוטע בשורה ב"ה אז די מהודרת'דיגע מלבושים זענען שוין ב"ה דא צו באקומען אין די געשעפטן. איבריג צו זאגן אז מגלגלין זכות ע"י זכאי, און ליצנות אין א זייט געשטעלט.
א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשרות הבשר" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט. א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשרות המצות" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט. א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר פעסטע "חתונה תקנות" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט. א רבי פון כלל ישראל, איז דער וועלכער טוט אויף פאר "כשר'ע מלבושים" פאר אלע אידן, נישט בלויז גערעדט.
דאס צייגט אז א מ'וויל עכט העלפט דער בוכ"ע אז מ'קען עס דורכפירן, עס איז טאקע נישט גרינג, מ'ווארפט שטיינער, מ'מאכט פאשקעווילן, עוד מעט וסקלוני ! אבער דער רצון אויפצוטאן פאר אידישקייט איז דאך שטערקער, און דער אמת זיגט ב"ה אויף יעדן געביט.
איך ווייס פון אינערליכע קוועלער אז די דאסטערס איז נישט לייכט אנגעקומען, ס'זענען געווען פאבריקאנטן וועלכע האבן זיך "קעגן געשטעלט", זאגענדיג אז זיי ווילן נישט צושטעלן קיין אנדערע זאכן, אבער מיט עקשנות און צו די זעלבע צייט רעדן פעסט און שיין, הארציג אבער שטייף האט ער באוויזן צו טאן א זאך וואס קיינער פאר אים האט נישט מצליח געווען.
נאך א וואונדער אז ער האט שונאים! מיך וואונדערט אז ער האט נאך חסידים (!)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2012 20:43 |
|
| |
ב"ה שלא השבית גואל מאת בני ישראל, די מערכה האט ב"ה מצליח געווען לדאבון לב די ווערימיגע
נשות סאטמר, התחדשו: הוקם 'בד"ץ הבגדים' • האדמו"ר: "תדרשו ההכשר" | לפני כשנה הכריז האדמו"ר מסאטמר על הקמת ועד כשרות מיוחד לבגדי נשים • לקראת חג הפסח, יחל הוועד לפעול, בשיתוף פעולה עם דיינים מבאבוב ופאפא • האדמו"ר: "מי שרוצה להרוויח, שיידע שצריך למכור רק עם הכשר" • על כל בגד יהיה פתק עם סימון מיוחד של ההכשר | | משה ויסברג, בחדרי חרדים 19:13 15/03/2012 |
| |
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39012
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2012 21:21 |
|
| |
בחצר.
פארוואס דארפסטו גיין נעגאטיוו? עס פעלט באמת נישט אויס זיך צו רייצן.
מ'דארף דאנקען דעם בוכ"ע אז מ'האט ב"ה באוויזן אויפצטאן א גרויסע זאך, א דבר גדול וקדוש באמת, און מ'דארף נישט קיינעם אטאקירן. קיינער דארף נישט פלאצן און פאר קיינעם נישט געוואונטשן קיין דאבון לב רח"ל.
יעדער איד באשר הוא שם, וואו ער באלאנגט נאר, זאל אים זיין לעכטיג און וואויל כל הימים.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 15/03/2012 21:21:12
|
|
|
|
|