בית פורומים כל העולם כולו

אודך מזל טוב!! נאך א בנ"י נישט געבליבן א אלטע בחור!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2011 23:23 לינק ישיר 
אודך מזל טוב!! נאך א בנ"י נישט געבליבן א אלטע בחור!!

די שמחה איז עד אין לשער,


די ארונים האבן זיך נעבעך פעסט איינגערעט אז  מיטן פסק דין פונעם דיין דמתא אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, גייט מהיום והלאה אלע בני יואל בלייבן אלטע בחורים און מוידן, און קיינמאל חתונה האבן,


ב"ה ב"ה

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו,
יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו,

עצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל!!!

און פאר איך פארגעס

מוז איך דערמאנען נאך א גרויסע חסד ה' וואס מ'דארף טאנצן אין שפרינגן ביזן הימל פאר די גרויסע חסדים נפלאים,

אמער, סיי דער טשאטער קדוש און סיי דער חכום ונבון דער שארמאשער זענען נאך אלץ געבליבן פעסטע בני יואל, און זיי פייפן זיך נאכאלס אן אויפן מרא דאתרא ודיין דמתא, טראץ די איסור קעגן זייער סידור קידושין!!

קיין ספק אז קיין איין ארוני האט זיך דאס נישט גע'חלומט אין וויסטן חלום,

ב"ה דער אייבישטער פארלאזט נישט זיינע שעפעלעך!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 01:29 לינק ישיר 

דער העוו האופ שפילט אזוי שלעכט
ער באקט זיינע נערישע שקרים אלס ארוני ניק זיך איינרעדנדיג אז איינער וועט עס ענדערש גלייבן אזוי

מיר איז נאר אינטערסאנט אז אפי' אין ''זיין'' שול כלשונו זענען געווען מענטשן וואס האבען גערעדט געגבן פאר ר' דוד עקשטיין....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2011 23:23 לינק ישיר 

יפה דברת!

איך קען קוים ווארטן אויף ריסעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 23:20 לינק ישיר 


מצד דעם דיין קלאר אז נישט, פארקערט גאר, די דיין האט דאך שארף געהייסן עס אפשטעלן נאך דעם וואס די דריי אידן  זענענן אריין רעדן מיט אים,,,,וכו'

קהל האט אנפאנג יא געהאט א שטארקע אינטערעסע דערין, אליינס נישט וויסענדיג וועלכע מהלך צו נעמען דערביי, איך קען נישט שרייבען אז קהל האט געשריבען די טשעק צי באצלען צו ליסען דעם טראק, אבער קהל איז - לויט מיין אינפערמאציע - געווען שטארק פארמישט געווען און אלעם, און געוואלט אז עס זאל גיין אויף די מהלך, ביז זיי האבען זיך געכאפט און געטוישט דירעקשען





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 23:18 לינק ישיר 

נישט אזוי ווייט מצד קהל ווי מצד דער פארארדענונג פון ר' אהרן'ס דאקטוירים אז ער דארף דאס האבן צום געזונט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 23:03 לינק ישיר 

have hope

זאג קלאר

די האלטסט אז די טראקס און די פאשקעווילן איז געקומען מצד דעם דיין און קהל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 21:56 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:


מהיכי תיתי אז דאס איז געווען א חלק פון די מערכה???? זעסט, דא ליגט דער הונט באגראבן, לא ולא, דאס איז געקומען פשוט נאטורליך, למרות ר' געציל און קהל, ס'זעלבסט פארשטענדליך אז ווען ס'ברעכט אויס א נייע היסטארישע פירצה, קומט עס מיט עפעס א רעאקציע פון די המון, פטור בלי כלום אי אפשר, און נאטורליך נאך אשטיק צייט קילט זיך אפ די רעאקציע, אזוי איז עס זייט וועלט איז וועלט, למשל ביי די עירוב און ברוקלין איז אנהויב איז געווען מאסן פראטעסטן מיט מארשעס, היינט זעהט מען  גארנישט, ס'מער ווייניגער שא שטיל, מיינט דען דאס איז די אוסרים האבן חלילה חוזר געווען פון זייער פסק דין? דער ציל איז בלויז צו אראפלייגן א יסוד פארן עתיד,


 



סקאטמאלאן

איך באטראכט "כל העולם כולו" אלץ א פרידליכע פלאטץ איבערצושמיעסן און אויסציליפטערען געדאנקען, סיי אויף זאכען וואס יעדער איז בדרך כלל איינשטימינוג, און אויף זאכען וואס נישט יעדעראיז 100% איינשטימנוג דערויף {מיט אזויפיל טויזענטער מעמבערס בקהילתנו, קען נישט יעדער זיין איינשטימנוג אויף אלעס..}, אבער אויף אויף קיין שום אופן קען עס נישט געניצט ווערען אויף איבערצושרייבען היסטאריע, אדער טוישן פאקטן פון א מציאות, פשוט ווייל ער ארבייט נישט,

מיט די לעצטע תגובה וואס דו האסט געשריבען, פראבירסטע איבערצושרייבען היסטאריע, במכוון אדער שלא במכוון,
דערפאר טראכט איך, אז איך וועל דיר לאזן האבן די לעצטע ווארט און די נושא, ווייל איינמאל עס גייט שוין ארויס פינעם גרעניץ, און עס איז מער נישט א שמיעס פון געדאנקן, נאר עס ווערט א פלאטץ ווי איינער פראבירט צו פאברערצירען א מעשה, אדער טוישן פאקטן, איז עס שוין נישט ווערט ווייטער צו דעבאטירען, ווייל עס צול לאז און ענדלאז, קיינער וועט ממילא נישט ווערן איבערצייגט, און מען וועט מאלען וואסער פאר גארנישט







תוקן על ידי have_hope ב- 26/06/2011 21:59:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 23:17 לינק ישיר 

 
ווי זעמיר דא? אין כתה ד'?
  רולס  !!! געימס!!

קעטש די פלעג!! פאר טאטעס!!!

יעדער באהאלט זיין פלעג {רבי} נאכדעם איז דא די וואטשערס בלא בלא, דיינים, גבאים,
מ'כאפט, יעדער וויל די בעסטע שפילערס........וכו'

דאס איז אידישקייט !!!!
און דעם ווענדען זיך דורות!!!
דעם רבין'ס השקפה!!
ס'זאל בלייבן פון אינזער הייליגן זיסן רבין זי"ע א זכר לטובה.
נישט דער ערשטער רבי פון צר עין'ס און מערכה פירערס.
דער רבי האט דאך פאר דעם אזוי מורא געהאט!!!!
אין איעדע הייליגע זאך, האט זיין הייליג הארץ אלטס גישראקן פון חילול ה' און פון פאלטשע ענינים!!!

און די פאררופענע קינדער זיינע זענען אים מבאיש מיט די הילף פון זיין אייגן בלוט און פלייש,זיין הייליגען נעפיו'ס דריטער זין!!!
וואס פאר אני ואפסי איז ער גרייט אנצישטינקען ביזן ווייסן הויז! פעדעראל קרימינאל אלעס און די וועלט!

אויף די חסידי מהר"י מהר"ם און מהר"א האבן זיי טענות!!!
[במילא אין וויליאמסבורג , די אייביגע מעמבערס אין די קהילה מיום הווסדה, זיי זענען קיינמאל נישט אוועק זינט תש"ח
ביי קיין שום מערכה נישט אוועקגעגאנגען
נישט ביי בעלזא ט"ו, נישט נישט כ"ו  , נישט ל' ל"ה ל"ט, נישט מ'  מ"ה מ"ח נ"ד נ"ט !!!
קיינמאל, און אויב האט מען 106 טובי הקהלה פון 140, געזרק'ט פון די קהילה, בכח הזרוע און בכוח הממון! פארשטיי איך אז מ'וויל מציל זיין די גזילה , נאכן פרובירן די"ת} 

ווי קומסטו פירן א מערכה און דיין גרויסע ברידערס   שטאט?
מדאורייתא !?האב דרך ארץ ! פשוט'ע דרך ארץ! ער איז עלטער פון דיר ! ער האט שוין געהארעוועט פארטאגסן בתורה ביגיעה ובקדושה א סאך לאנגע ווינטערס ווען די האסט האזט נאך געטרעיד בעיסבאל קארדס!!!

פרנסה איז נישט געניג א גיטע תירוץ!!!

בשעת מ'צינד א פייער און א הייליגע קהלה! מ'נוצט דעם טאטן ווי א געים פיס די האסט געכאפט די "פלעג" ווייל די שלעכטע קליגע אינגעל פון די קלאס וואטשט די פלעג , ער איז די גבאי!!!!!

דער גבאי! ער האט דעם חותם המלך! די לעטערהעד!
ער קעשט איין אזוי ווי אין מאנאפאלי, ער האט 1 דיין אינטער דרוק פון אביגדורן דעם אנדערן איז א נאר ווארף אים צי אביסל רביסטעווע איז ער דיינער, דער דריטער איז סתם א "צר עין" ער ווארט שוין יארן ווען מ'וועט קענען דרייען דעם מעסער אין ריקן פארן רבי'ן און זיין ציבור חסידים!
איינעם וועט מען גוט מיזן ארומפאפן ווייל באמת האלט ער דאך וועלטן פון קר"י רב! אנער ער וואוינט ווייט, ארומגענימען מיט א ענגע קבוצה, מ'קען אים גרינג ארימנעמען! די קאהן'ס האלטן אים אויס!.

וכו' וכו' מ'קען שרייבן א בוך!

און דער עולם שפילט די געים ! מיט זייערע רולס! ווייל זיי האבן די שטערקסטע יונגלעך פון די קלאס!

עס הערט זיך ווי משיגע קינדעריש אבער דאס איז עס!

אבער באמת איז עס גארנישט קיין געים!
מ'שפילט מיט די תורה

די הייליגע תורה איז געווארן דער שפילצייג!


מאנאפאלי!

דער טרויעריגער יונג י. וו. האט באקומען א GET OUT OF JAIL FREE קארטעלע

ווייל מ'דארף חרוב מאכן די שענסטע אידישע שטאט!

אוועקרויבן מיליאנען אין קהל'ישע נכסים פון רוב מעמבערס ,זיך ארומנעמען מיט מדין , מדין און מואב.
מו-אב,=מ-אב , פון טאטן

ווי איז נאך פארהאנען שענדליכערס?

אין א קארגע יאר האט ער ציפליקט א קהלה, געניצט דעם ציבראכענעם טאטן!
ציריסן א משפחה! געהאלזט די גרעסטע שונאים! פארטריבן דעם יורש עצר! דעם קרויןפרינץ!
מחמד עיניו פינעם הייליגן רבין זי"ע, וואס ציזאמען האבן זיי געקעמפפט די מחרחרי ריב! טאטע און זון !   מיט די מבאישים פון זייער הייליגן פעטערס נאמען!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 22:16 לינק ישיר 

have_hope כתב:

פאקט בלייבט פאקט, אז ווען עס ענדיגט זיך ווען מיט ר' געציל'ס הוראה וואלט זייער גוט געווען,

עס האט זיך דארט נישט גענדיגט, די פאשקיוולען איז געווען א חלק פון די מערכה,  אינאיינעם מיט בחורים אויף די גאס פאר אפאר חדשים, 

מהיכי תיתי אז דאס איז געווען א חלק פון די מערכה???? זעסט, דא ליגט דער הונט באגראבן, לא ולא, דאס איז געקומען פשוט נאטורליך, למרות ר' געציל און קהל, ס'זעלבסט פארשטענדליך אז ווען ס'ברעכט אויס א נייע היסטארישע פירצה, קומט עס מיט עפעס א רעאקציע פון די המון, פטור בלי כלום אי אפשר, און נאטורליך נאך אשטיק צייט קילט זיך אפ די רעאקציע, אזוי איז עס זייט וועלט איז וועלט, למשל ביי די עירוב און ברוקלין איז אנהויב איז געווען מאסן פראטעסטן מיט מארשעס, היינט זעהט מען  גארנישט, ס'מער ווייניגער שא שטיל, מיינט דען דאס איז די אוסרים האבן חלילה חוזר געווען פון זייער פסק דין? דער ציל איז בלויז צו אראפלייגן א יסוד פארן עתיד,


--

וואלדמאן האט אנגעהויבן די מערכה מיטען אריינגיין און קארט, ער איז אריין קודם און קארט, דוד עקשטיין האט צירוק געפייט אויף אזא אופן אז ער זאל באקימען וואס ער האט באקימען, 

וואס מיינט דאס "אזא אופן"? האט ער איינעם געשלאגן? האט ער געווארפן פאשקעווילן, האט ער געבראכן פענסטערס, האט ער נאכגעשריגן, גארנישט, ווי ווייט איך דענק האט ער געהאלטן אין איין זיך בעטן אז ער איז גרייט צו זיך אראפזעצן פארהאנדלן ווי נארמאלע מענטשן, די אנשי רביצין זענען די וואס האבן זיך גע'עקשנט, דוקא קארט און דוקא מהומות, פארוואס די "מערכה"?

דאס איז די ריינע פאקט


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 24/06/2011 22:29:18

גוגל טאלק: [email protected]
Only available when actively writing on hydepark 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 21:41 לינק ישיר 


פאקט בלייבט פאקט, אז ווען עס ענדיגט זיך ווען מיט ר' געציל'ס הוראה וואלט זייער גוט געווען,
עס האט זיך דארט נישט גענדיגט, די פאשקיוולען איז געווען א חלק פון די מערכה, אינאיינעם מיט הכרזות טאג און נאכט, אינאיינעם מיט בחורים אויף די גאס פאר אפאר חדשים, וואס דאס אלעס איז יעצט געקימען צו א האסטיגען אפשטעל, און יעצט איז עס אזוי ווי עס האט ווען באלאנגט פון אנפאנג אן,

--

וואלדמאן האט אנגעהויבן די מערכה מיטען אריינגיין און קארט, ער איז אריין קודם און קארט, דוד עקשטיין האט צירוק געפייט אויף אזא אופן אז ער זאל באקימען וואס ער האט באקימען, איה"נ אז עס ער האט עס געמעקט טיען, די אישו דא איז נישט צו ער איז א מסור אדער אדער נישט, די אישו איז אז למעשה האט מען געהער ביי אונז און ביהמ"ד גענוג און נאך מאל, אז די וועג ווי אזוי דוד פירט עס פעלט נישט אויס,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 21:02 לינק ישיר 

have_hope כתב:



צוויי זאכען,

1} סאטמער איז נישט סקוויער, דהיינו, עס זענענן דא און סאטמער אליינס צוויי קאטעגאריע חסידים,

עס קענענן זיצען ביים רבינ'ס שלוש סעדות 400 אידן, אבער 150 דערפון וועלן זיין זייער ברוגז אויף די גאנצע סידור קידושן מערכה,

איך בין לגמרי מחולק מיט דיר, איך האלט אז 399 זענען קעגן וואס די רופסט "מערכה", וגם ר' געציל בתוכם, האט דען ר' געציל אדער קהל געהייסן אדער געמוטיגט צו ווארפן פאשקווילן און נאכשרייען קאפלעך, דאס גאנצע וואס ער האט געטאן איז אלס דיין פון די קהלה האט ער ארויסגעזאגט זיין חוות דעת, ותו לא, האט שוין א דיין מער נישט קיין רעכט צו ארויסזאגן א פסק הלכה וואס איז נוגע זיין אייגן שטאט? לאן הגענו?

די זעלבע איז געווען מיט דוד עקשטיין, ווען ער האט אנגעהויבן זיין מערכה איבער די רביצין'ס הויז
 
איך האלט פארקערט אז ס'דא א גרויסע חלק אנשי רביצין וואס האלטן אז ס'אגרויס נארישקייט אז וואלדמאן האט אנגעהויבן א ווילדע מערכה קעגן קהל, מיטן דוקא גיין אין קארט, שאדן געמאכט די קהלה, איבערגעדרייט די שטאט ,זיך אויפגעפירט ווי דשיהאדיסטן וכדומה, ווייל ווען נישט וואלט זייער קארט ווען נישט פארשפארט די שול,

2}צו די"ת האט מען געמיזט גיין, אפגעזען וואס די אנדערע זייט טראכט אדער טוט, ווייל מיר זענענן אידן, אידן הייבן אן מיט א די"ת פאר מען זיכט א היתר ערכאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 20:28 לינק ישיר 

אוי! סקאט! איך בין אינגאנצן מחולק מיט דיר, ס'איז דא פלענטי בני יואל און איך רעד פון די ערליכע בני יואל, נישט פון די וואלדמאן'ס און טירנויער'ס וואס זענען סתם קלים ורקים, אבער פון די ערליכע זענען דא א שיינער מספר וואס עסן פלייש פון בית השחיטה, איך קען 5 אזעלעכע, ביי די זאליס וועסטו דאס נישט טרעפן, די מינוט וואס א בני יואל (נאכאמאל א ערליכער) זעט איין אז רבי אהרן איז נישט דער ס''מ, געדענקט ער שוין נישט וואס דער פראבלעם איז, אמת ער איז אזוי אויפגעוואקסן אין ער איז אנגעגעסן מיט האס און שנאה, אבער דאס איז א אידיאלאגישער געפעכט, אבער ביי די זאליס האט די שנאה נישט קיין שום יסוד, פשוט שנאה להכעיס ולתיאבון, כאפ א שמועס מיט א זאלי און פרעג עם וואס איז דער פראבלעם מיט רבי אהרן, וועסטו אנהייבן צו הערן מעשיות פון היסטארי וואס איז געווען ווען דער זאלי פארציילער איז נאך געווען אין די ווינדלען און וועט מוסיף זיין א טוץ מיט קללות, אבער קיין קלארן סיבה פאר די שנאה וועסטו נישט הערן, נאר שקרים וכזבים, אבער די בני יואל האבן ווי געשריבן א אידיאלאגישער מחלוקה,

אמת, אנהייב האט מען זיי זייער אינטער געשאצט, און דער ברך משה וואס איז ארויס אקעגן זיי בחרב ובחנית האט נישט פאראויס געזען אז דא רעד מען נישט פון די געציילטע פארנאטישע בני המן וואס מיט זיי וואלט מען זיך אפשר געקענט א עצה געבן, נאר כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, יעדער וואס האט נאר געהאט עפעס טענות אקעגן די הנהגה האט זיך מצטרף געווען צו די בני המן, אזוי ווי מואב און מדין, בלק און בלעם, און ס'איז געווארן א פאראיין, ווי לאנג דער גבאי המפורסם האט געפירט די מערכה האט מען זיך יעדן טאג געשלאגן, אינטער געצינדן, צושאסן שויבן און צושטאכן טייערס, און ווי לאנג ער האט געהאט מיט זיך דעם רבי דער ברך משה האט זיך קיינער (אינקלאדינג דער קרית יואלער רב) נישט געקענט און אפשר גאר נישט געוואלט אקעגן שטעלן, מען איז בלינדערהייט נאך געטאנצן דעם שד בצורת אדם,

ביז דער ברך משה האט אויפגעהערט געהעריג פונקציאנירן, און מען האט געזען קלאר אז משה (גבאי) מדבר מגרונו של (הברך) משה, האט זיך דער דעמאלסטיגער קרית יואל'ער רב באזינען אז גענוג איז גענוג, ער האט שוין מער נישט אנגענומען די ארדערס פונעם כלומפערשטן יד ימינו פון ברך משה, און דאן האט זיך אנגעהויבן די מלחמה, אלץ נקמה האט משה גבאי פארארבייט אז מען זאל ברענגן זלמן לייב און עם געמאכט רב, אין די רעסט איז היסטארי, אבער ווינדער איבער ווינדער, בלק און בלעם האבן זיך ווייטער צוזאמען געשטעלט, די בני יואל האבן קיינמאל נישט געהאט אזעלעכע גיטע טעג ווי פון די צווייטע העלפט תש''נ ביז תש''ע, קיינער האט מיט זיי נישט געטשעפעט, זיי זענען זיך געגאנגען זייער וועג געפענט מוסדות, געפענט בתי מדרשים, געשעפטן, אלעס איז געגאנגען פארהעלטענסמעסיג שטיל און רוהיג, אבער א ווערעמיגער בני המן בלייבט א בני המן, און ווען בלק גבאי איז געקומען צו בלעם וואלדמאן, האבן זיי שלום געמאכט, און אלעס וואס בלק האט אנגעמאכט די אלע יארן האט מען אנגעהויבן צו בלעימען קרית יואל'ער רב, איי, פאקט איז דאך אז זייט ער איז אינדיפענדענט איז דארט שא שטיל, קיינער טשעפעט נישט, אבער גיי טענו את בעירכם, זיי דאס מסביר פאר פינסטערע ווערעמיגע, זיי קענען נעבעך נישט אליין טראכטן פאר זיך, זיי דארפן משה גבאי וסייעתו זאל זיי זאגן וואס צו טראכטן, און דאס האט צו געברענגט צום היינטיגן מצב, איך בין זייער נאנט מיט עטליכע בני יואל'ס, איך האב זייער נאנטע משפחה פון די בני יואל, און וואס איך האב געשריבן איז קלאר זייער מיינונג, די ערליכע בני יואל האבן זיך נישט צו געשטעלט צו די זאליס, נאר די חיות ומטורפים, און זיי מאכן די צרות ווייל השקט לא יכלו, דאס האלט זיי ביים לעבן.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 20:21 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:



צוויי זאכען,

1} סאטמער איז נישט סקוויער, דהיינו, עס זענענן דא און סאטמער אליינס צוויי קאטעגאריע חסידים,

עס קענענן זיצען ביים רבינ'ס שלוש סעדות 400 אידן, אבער 150 דערפון וועלן זיין זייער ברוגז אויף די גאנצע סידור קידושן מערכה, ווייל זיי האבן שוין נישט קיין געדילד, קיין כח, קיין נערווען, צו לעבן און די אנגעצויגענע שטימינג וואס מען האט געלעבט פון יאר מ"ט ביז ס"א, זיי זיי זענענן געהעריגע חסידים 100% פראצענט, אבער ביז נייע מערכות, די זאלי מערכה האט זיי שוין ארויסגענימען די לעצטע טראפ חשק אנצוהייבן א נייע מערכה,

דערפאר מאכט זיך און סאטמער אליינס צווי קעגן זייטיגע מיינוגען, און יעדער פראבירט צי צוען עקסטרעם אינגאנצן צו זיין זייט און דאס אליינס מאכט א צומישעניש, ווי עס קיקט אויס האט קהל יעצט דערפאר אויפגעהערט מיט די גאנצע פנקס, ווייל עס איז געווען א היבשע ווידערשטאנד דערקעגן, עס האט נישט געהאלפן פאר חינוך, און פאר גארנישט,

די זעלבע איז געווען מיט דוד עקשטיין, ווען ער האט אנגעהויבן זיין מערכה איבער די רביצין'ס הויז האט ער געהאט היבש א חלק פון די קהלה וואס האט אים געבעטן אז ער זאל אוועקשטיין דערפון, למעשה אז ער איז ארויס א געווינער איז שוין יעדער מסכים, אבער לכתחלה האט ער געהאט א שטארק התנגדות מהאי טעמה, מענטשן האבן נישט געזיכט קייןנייע מערכות, ווען זאכען פארען גוט און אלעס קלאפט,

2}צו די"ת האט מען געמיזט גיין, אפגעזען וואס די אנדערע זייט טראכט אדער טוט, ווייל מיר זענענן אידן, אידן הייבן אן מיט א די"ת פאר מען זיכט א היתר ערכאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 20:08 לינק ישיר 
outspoken שרייבט!

[quote]

מישמאש ביסט גערעכט, אבער לאמיר צוריק קוקען אויף היסטארי, ווען די ברך משה ז''ל האט גע'אסרט בעקבי הסוס, האט דאס אויך אנגעמאכט אסאך עגמת נפש פאר משפחות, למעשה היינט איז עס א געהעריגע זאל ווי אלע זאלן.....
אויך האט ער געשריבען די ''ורבצה'' בריוו און היינט איז די דיין וואס האט געשריבען די ''סרב'' די רב אין בית יואל וד''ל....

דרך אגב ווען מהר''א שליט''א וואלט געזאגט אז די זאל איז נישט אינטער זיין השגחה (ער נעמט נישט אחריות אויף די יוחס המשפחה וכדומה) פונקט ווי סקווער מיט עטרת טשארנה, וואלט ער ארויסגעגאנגען א דזשענטעלמאן, און ער וואלט נישט אריינגעלייגט די דיין שליט''א אין אזא פאזיציע.

HISTORY REPEATS ITSELF

1 עס איז נישט קיין געהעריגע זאל, ועוד דער ברך משה האט גאסערט די גאנצע מוסד עקבי הסוס, נישט נאר די זאל, און נישט וועגן אזא שטארקע איסור וואו סידור קדושין בלא רשות של המרא דאתרא, דעריבער קען אפשר זיין ווואס מער יודן זענען זיך מורה היתר אריינצוגיין אהין,

2 כ''ק רבינו שליט''א האט קיינמאל נישט גענימען קיין שטעלונג בנוגע דער בני המן זאל, נאר דער דומ''ץ דמתא וואס איז נתמנה געווארן ע'''י רבינו הקוה''ט זי''ע, האט געפילט אז אויב וועט ער זיך ח''ו נישט וויסענדיג מאכען, צילוב ''פאליטישע חשבונות'' וועט ער זיין א מועל בתפקידו, ומה יענה ליום הדין, ווען רבינו הקוה''ט וועט אים פרעגן היתכן אז ער האט מועל געווען בתפקידו. האט ער געטאן וואס ער האט געדארפט טאן מן הדין, און ווען א דיין נאך דער צו אזא גאון וצדיק וואו דער דיין שליט''א פאסקענט א דין, איז עס א פרעכע חוצפה צו קימען אים איינטיילען און זאגן אז ער וואלט געדארפט טאן אנדערש וועגן פאליטיק! דאס פאסט פאר די בני המן מיט די מתולעים ומצורעים!


תוקן על ידי האנדא ב- 24/06/2011 20:10:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 19:54 לינק ישיר 

outspoken
דזשענטלמאן, איז א קאזין מיט נועם המידות, דער דברי יואל איז געווען א דזשענטלמאן? דער ייטב לב און קדושת יום טוב זענען געווען דזשענטלמאן'ס? און וואס איז מיטן הייליגן דברי חיים? איז ער געווען א דזשענטלמאן?, בכלל ווי קומט דא אריין דער מהר''א? האסטו פון עם אמאל געהערט א ווארט וועגן סידור קידושין? אדער האסטו אינטעלעדזשענט אינפארמאציע אז ער איז דער גאנצער אנדרייער און האט געסטראשעט רבי געציל אז ער גייט פליען פון דיינות אויב קומט ער נישט ארויס מיט א איסור, הער מיך גיט צו, קיינער איז דא נישט קיין געווינער, כלל ישראל איז א פארלירער, די תורה איז א פארלירער, און דער הייליגער דברי יואל זי''ע איז א פארלירער, אז ביי עם אין שטעטל וואס ער האט געגרינדעט בדם לבבו, קענען קומען אזעלעכע וואס פאריפן זיך אלץ זיינע תלמידים וחסידים און שפייען עם אין פנים, מאכן פון זיין פסק כל הטארעס, בנים גדלתי ורוממתי והם פשעו בי,

רבי אהרן האט נישט פארלוירן קיין איין סידור קידושין, ער האט זיכער נישט פארלוירן, און ער איז היינט צו טאג רעספעקטעד ביי אלע גדולי ישראל מער ווי סיי ווען, ערשט יעצט זעט די וועלט זיין גדלות בתורה און גדלות בהנהגה, ניין, ער זיכט נישט צו זיין ביי ענק קיין נועם המידות און נישט קיין דזשענטלמאן, ער וויל ענק געבן צו עסן פלייש בתכלית ההידור, און איר ווארפט דאס צוריק אין פנים, ער וויל ענק געבן צו עסן מצות מהודרים לפסח, און איר זענט "מקפיד" דווקא צו עסן א שוואכערע קוואליטעט מצה ממש להכעיס, הייסט דאס פארלוירן? אבסעלוט נישט!!!, דאס הייסט נאר אז ער ווייזט פאר די גאנצע וועלט אז ווען זיין טאטע האט געזאגט ווערעמיגע קינדער איז רוח הקודש הופעה בבית מדרשו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 19:53 לינק ישיר 

אויב די ארונים האבן געהאט די מינדעסטע ערווארטונג אז בני יואל גייען אפשר זיך קימערן מיט א פסק פון ר' געציל בערקוויטש, דאן זענען די ארונים אויף געברוטענע צרות צרירות, און זייער חורבן איז סך אסאך ברייטער און טיפער ווי בלויז דעם איינעם סידור קידושין דורכפאל, וויי און ביטער איז פאר זיי

און איך וועל מסביר זיין פארוואס:

דער וויכטיגסטער עלעמענט פון פירן סוקסעספול א קריג קעגן א שונא איז צו פארשטיין די אגענדע און מענטעלטי פון דעם שונא, למשל, לאמיר נעמען די אינצידענט פון סעפטעמבער 11, דער עיקר זאך וואס האט זיך געטוישט בנוגע די סטראטעגיע פון אמעריקע און די מערב וועלט לגבי די מוסלעמענע עקסטרעמיסטן, אז זיי האבן זיך געעפנט די אויגן און באקומען א קלארערע בילד וואס די מענטעלעטי פון זייער שונא איז און וואס ער איז אומשטאנד, דאס האט געטוישט אינגאנצן די סטראטעגיע און צוגאנג צו זייער קריג,

לפענ"ד איינע פון די הויפט סיבות פון די ארונים'ס מאסיווער חורבן וואס זיי האבן געליטן 10 יאר צוריק און וועלן עס לכאורה שפירן פאר לאנגע יארן, איז זייער אונטערשאצונג וויפיל מיילן ווייט זייער קעגנער איז, און דאס האט געברענגט צו זייער דיזעסטער, קלאר,

און איך וועל געבן א פראקטישע אינצידענט, גאנץ אנהויב ווען ר' אהרן'ס ראשי הקהלה האבן זיך ארויסגעצויגן פון די קהלה ווירטשאפט און געמאכט א שפלינטער קהלה, און ווי נארנים גערופן די זאליס צו די"ת,

דאס איז געווען די ערשטע צייכן אז ס'ווארט זיי אפ א צונאמי!

נישט ווייל ס'געווען א מעגליכקייט צו בלייבן אינווייניג, לכאורה נישט, נאר ווייל דאס האט געוויזן ווי נאיוו און אין וואסערע עולם הדמיון די ארונים האבן טיף גע'חלומ'ט, זיי האבן זיך איינגערעט אז דאס גאנצע וואס ס'האנדלט זיך איז 2 ברודער, וואס האבן עפעס א קליינע דיפערענס, און מ'וועט זיין א דשענטלמען מ'עט זיך ארויסציען, און מ'וועט פון אינדרויסן זיך אראפזעצן פארהאנדלן ווי אלטע גוטע פריינד ושלום על ישראל,

וואס האט פאסירט?

א סעפטעמבער 11,

פארוואס ווייל דער זאלי איז בשיטה אזוי פאנדאמענטלי קעגן די ארונים, ממש אזוי ווי פרומע אידן קעגן יוזל, "און איך טרייב לגמרי נישט איבער", מיטאמאל אין וויסטן חלום וועלן זיי אין באראכט נעמען זיך אראפזעצן פארהאנדלען מיט ר' אהרן, אויב די ארונים זענען אינדרויסן טאר מען נישט ע"פ תורה געבן קיין שום מקום זיי זאלן צוריקומען,

און דאס האט איין הר"ר אברהם לייטנער ז"ל אפען ארויסגעזאגט אן קיין צביעות, "אז ע"פ תורה טאר מען נישט מיט זיי פארהאנדלן",

די ארונים פארשטייען עס נישט אזוי גוט, ווייל אפי' זיי זענען זייערע קעגן ר' זלמן לייב און האלטן איהם פאר א גארנישט איז עס אינגאנצן נישט די זעלבע קלאס ווי פארקערט די בני יואל קעגן ר' אהרן, ס'נישט דומה קיין כי הוא זה,

למשל כמעט יעדער אהרוני וועט דיר זאגן ברגע של אמת, אז מצדם איז דא א מעגליכקייט אז אפשר וועט מען אמאל קומען צו א פארשטענדיש און מ'וועט קענען לעבן זייט ביי זייט בשלום (נישט איין קהלה פארשטייט זיך), ביי א בני יואל קומט עס נישט אין באטראכט אין וויסטן חלום, זיי זענען אפשר גרייט נישט צו פירן א קריג אבער אין זייער מוח וועט אלעמאל ר' אהרן וחסידיו זיין דער אינפידעל, שטן, ושבתי צבי

לענינינו, ס'לייגט זיך זייער שווער אויפן שכל אז ווען ס'געקומען די סידור קידושין, אינצידענט, כמעט 10 יאר נאך די מחלוקה האבן נאך די ארונים געהאט איין הוה אמינא אז די בני יואל גייען זיך קומערן מיט א פסק פון ר' געציל, ביי דעמאלטס וואלט שוין יעדער בר שכל געדארפט קומען צו די הכרה, אז נישט נאר זיי קומערן זיך נישט מיט א פסק פון די ארונים, נאר לשיטתם איז דאס א אוירזאך אז עס א מצוה צו טאן פונקט פארקערט, ווי מ'זעהט ביי די אריזאנע ווייץ וכדומה,

און אויב זיי זענען נאכאלס נישט געקומען צו די הכרה, זענען די ארונים האפענונגסלאז, ואין להם שום תקומה,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אודך מזל טוב!! נאך א בנ"י נישט געבליבן א אלטע בחור!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext