בית פורומים אידישע געדאנק

בקשה צו דער איד ; ווערט נישט קיין פעמעלי צייטונג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/6/2011 02:10 לינק ישיר 
בקשה צו דער איד ; ווערט נישט קיין פעמעלי צייטונג!

דער איד די וואך - ווי לעצטנס ביי יעדע גרויסע נייעס - האט געמאכט באמת א וואונדערבארע ארבעט אין די רייכע ביילאגע איבער הרב קאפעלמאן ז"ל, זיי שטעלן זיך לעצטנס צו אויף א אויסטערלישן פארנעם אין די צייט וואס זייער קאלעגע בלאט וואס האט שטארק פרובירט זיך אהערשטעלן ווי עפעס א ערפינדער פון אידישע דשורלעניזם סאקט אריין.

אבער נישט דאס וויל איך צוקימען ,  פארוואס דארף די איד אויסקוקען ווי א פעמעלי צייטונג?  שוין נישט די ערשטע מאל אבער יעצט איז עס שוין איבער די גבול.  מילא א פיקטשער מיט ר' משה גבאי גייט שוין מיט,  אבער וואסע פשט פון א צענטראלע פיקטשער מיט האברך ר' יעקב פרידמאן בלויז ווייל ער איז א ברידער פונעם רעדאקטער?? איז עס נישט מאדנע ?

ווער איז אינטערסירט אז ר' יענקי פרידמאן - גראדע טאקע א חשובע אינגערמאן, האט אליינס געלערנט מיטן ר"י .
די פרידמאן'ס מיט די גאדינגערס זאלן זיך דערקוויקן מיט די פיקטשער און עס פאראייביגן אין די משפחה אלבום אבער אריינלייגן אין איד איז פאני.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 02:39 לינק ישיר 

וואס באדערט עס אבער דיר?

וואולאנג מען רעדט נישט פון קארופציע דארף עס דיר נישט שטערן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 03:32 לינק ישיר 

גרויסע דאגות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 04:17 לינק ישיר 

אין "דער בלאט" איז הרב קאפעלמאן ז"ל זייער שיין באשריבן. אין "דער איד" איז נאך שענער באשריבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 05:02 לינק ישיר 

איך האב גראדע יא הנאה פון די בילדער זאל טאקע יעדער זעהן אונזער חשובע משב"ק האט אויפגעצויגען א הערליכע שטוב און זענען בקשר מיט אזעלכע רעספעקטפולע אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 07:13 לינק ישיר 

who cares



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/6/2011 16:48 לינק ישיר 

דער איד האט א עקסטערע ביילאגע מיט א הערליכע באשרייבונג אויפן ראש ישיבה זצ"ל, ווי אויך באשרייבן זיי זיין התקשרות מיטן רבין ז"ל און דער באזוך פון רבין אין ישיבת לוצערן אויפן וועג צו ארץ ישראל

ווי אויך אסאך הערליכע בילדער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 18:04 לינק ישיר 

ווי וועלן די גאדינגער און פרידמן'ס שיקן די קינדער איצט?
וועלן זיי זיך באגעניגן מיט אונזערע היימישע ישיבות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2011 18:20 לינק ישיר 

"דער איד" האט זייער רייך אין הערליך באשריבן די פילע יארן הרבצת התורה און אנדערע אויפטוען פון דעם תורה ריז וואס מיר האבן געהאט די זכיה צו נהנה זיין פון זיין אריכות ימים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 20:14 לינק ישיר 

דער בלאט
 האט געשטעלט א גאר שיינע באקאנטע בילד פון מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א מיטן ראש ישיבה זצ"ל [ווי מען זעהט ווי דער ראש ישיבה געט איבער זיין בענקל פארן רבין].

ולעומת זה דער איד
האט אריין געשטעלט א שיינע בילד פון משה פרידמאן ביי א וויזיט צום ראש ישיבה[ און מיט דעם האט יושע הערש מקיים געווען כיבוד אב].

און פון דעם האט חויעק גערעדט אז עס ווערט א 'פעמילי צייטונג'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 20:33 לינק ישיר 

גלייב מיר עס איז דא גענוג בילדער פונעם רבין שליט"א מיטן ראש ישיבה ז"ל אבער דער איד האלט זיך צו די בקשה פון רבינו שליט"א נישט צו לייגן קיין בילדער

און די בילד פון משה גבאי האט גארנישט מיט משפחה, אז דו וועסט געבן א קוק וועסטו זען בילדער פון אליעזר קעסטענבוים אויך און פון נאך צענדליגע אידן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 20:39 לינק ישיר 

קארופציע כתב:
דער בלאט
 האט געשטעלט א גאר שיינע באקאנטע בילד פון מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א מיטן ראש ישיבה זצ"ל [ווי מען זעהט ווי דער ראש ישיבה געט איבער זיין בענקל פארן רבין].

ולעומת זה דער איד
האט אריין געשטעלט א שיינע בילד פון משה פרידמאן ביי א וויזיט צום ראש ישיבה[ און מיט דעם האט יושע הערש מקיים געווען כיבוד אב].

און פון דעם האט חויעק גערעדט אז עס ווערט א 'פעמילי צייטונג'.

 
דאס איז אקוראט דער יסוד המחלוקת. פון איין זייט שטייט משה פריעדמאן און פון די אנדערע זייט אהרן טייטלבוים, און דאס איז וואס ברענט זיי. ווען די אהרונים ווילן זיך אויפטון אז אהרן איז גוט געווען מיט קאפעלמאן (וואס איז כידוע ווייט פונעם אמת ואכמ"ל), דארפן די זאלונים צייגן אז משה פריעדמאן איז אויך גוט געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 21:29 לינק ישיר 

ווי באקאנט איז רב קאפפעלמאן נישט געווען פון די סארט מענטשן מיט וועם מען איז "גוט געווען" נאר וואס דען דער בלאט האט געברענגט א הערליכע בילט ווי מען זעהט די אויסערגעווענליכע הערצה וואס דער ראש ישיבה האט געהאט פאר דעם גדול בישראל וגאון הגאונים מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א אזש ביזן זיך אויפשטעלן און אוועקגעבן זיין שטוהל (אדרבא ברענגטס א בילד פון אזא כיבוד אדער ענליכס ביי א צווייטן גדול).

קומען די זאליס און ווייזען אז ...............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 21:43 לינק ישיר 

רבינו שליט"א האט גענאסן פון אומגעהויערע כבוד והערצה פון הרב קאפלמאן זצוק"ל, בילדער דערפון איז געווען צושפרייט בשעתם, היינט איז רצון רבינו נישט מפרסם זיין קיין בילדער, איז נישט קיין בילדער! חוץ מזה, אונזער עולם דארף נישט אזוי וויכטיג די "חיזוק" און דראגס צו אויפווייזן אז אונזער רבי איז א גדול און נערץ ונקדש ביי כל גדולי ישראל..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בקשה צו דער איד ; ווערט נישט קיין פעמעלי צייטונג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext