דער תובע איז נישט ראטענבערג, אין פאקט מאכט עס אפי' נישט אויס וואס ער זאגט יעצט.
ווען איך גיי שיסן איינעם גיי איך נישט דארפן ווארטן אז דער געשאסענער זאל מיך אנקלאגן, די רעגירונג איז דער וואס קלאגט מיך אן, איינמאל דער בחור איז געווארן געטשארדזשט, איז ער ארויס פון ראטענבערגס הענט.
און ס'איז געוואלדיג זיס צו זעהן ווי געדאנקען האלט אין איין געווינען, ס'איז דאך ממש מורא'דיג וואסערע געווינסן סקווער האט לעצטנס, די נארישע פאר טאלער וואס מ'האט געגעבן פארן - און איך קוואויט - ראץ פאס, איז געווען איבריג געלט וואס סקווער האט נישט געהאט וואס צו טוהן דערמיט און זיי האבן ממש געזוכט מיט ליכט איינער זאל עס נעמען פון זיי.
דער שוטה ראטטענבערג האט געמיינט אז ער איז קלוגער פונעם רבי'ן דאס איז דאך געווען דעם רבין'ס פלאן פון אנהויב.
דעם שפיצער האט די רבי געוואלט זעהן אין דזשעיל עניוועי, און דערפאר האט ער איהם געשיקט אונטערצינדן די הויז, ווייל ווי געדאנקען האט פריער געפסק'נט אין זיין בי"ד שטיבל (מ'דארף טאקע מאכן א קליפ פון די שטיבל) מיט זיין ארימע מיינונג (געדאנקען'ס לשון, נישט מיין) אז מ'דארף איהם הרג'נן, און די רבי האט געמוזט דאס טוהן ע"פ תורה.
און יעצט זענען אלע שטיקלעך פונעם פאזל אריינגעפאלן אין פלאץ דער שוטה ראטטענבערג האט באקומען זיינע נישטיגע פאר צענט (וויפיל איז שוין 2.5 מיליאן? גארנישט) און ער מוז נעבעך פארקויפן זיין הויז פאר א טייערע ווערט (what a loser) און שפיצער גייט טאקע זיצן ווי דער רבי האט געוואלט, און יעדער גייט ארויס א געווינער!!!
אה... אבער נישט פארגעסן "די געים איז נאכנישט אווער"....
איך קען שוין קוים ווארטן וואסערע נאך געווינס סקווער מיט געדאנקען גייען ארויסרוקן פון הונטערן ארבל....
Winning, Duh!!! p