בית פורומים כל העולם כולו

נעבעך נעבעך... וואס פון נארמאלע מענטשן קען ווערן!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/6/2011 04:30 לינק ישיר 
נעבעך נעבעך... וואס פון נארמאלע מענטשן קען ווערן!!

כ'קען מיך נישט איינהאלטן און איך מוז מיטטיילן פארן עולם א זאך וואס איך האב געזעהן און מורא'דיג הנאה געהאט, אדרבה! זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן...

איר האט אוודאי געזעהן דעם קעפל: "נעבעך... נעבעך... וואס פון נארמאלע מענטשן קען ווערן!!". אקוראט אזוי.

פון צייט צו צייט כאפ איך א בליק אויפן גליון "חומת הדת" (אדער גאר 'הפרת הדת') וואס קומט ארויס דורך די נפרדות'דיגע קהלה(ות) אין קרית יואל.

ווי יעדער פארשטייט אליינס איז נישט די ציהל פון דעם בלעטל-פאשקעוויל-גליון מעתיק צו זיין דב"ת פאר די ליינער, וויבאלד דאס קען מען דאך זעהן אינעווייניג אין די ספרי קודש, דאס איז אזוי ווי א מאנטל און א צודעק פארן אמת'ן ציהל פונעם גליון. וואס איז די ציהל?... די אהרונים, נאכאמאל די אהרונים, און נאכאמאל די אהרונים. עס איז דא א מאמר דארט יעדע וואך פון איינעם פליישמאן (כ'ווייס נישט צו ס'איז אן אמת'ע נאמען אדער נישט) און ער טרעפט יעדע וואך אין די סדרה א פאסיגן רמז אקעגן כ"ק מהר"א שליט"א, אדער אקעגן דעם מוסד "שערי חמלה" וכדו', ליכא מידי דלא רמיזי...

פון צייט צו צייט ערשיינט אבער אויך דארט מער העסליכע ארטיקלען, ווי ניטאמאל זיכט מען אריינצולערנען פשט אין פסוק וכדו', נאר סתם מען העצט און מען שעלט, אזש... א ברכה צו מאכן...

די פארגאנגענע וואך פ' קרח איז אויך געווען אזא סארט מאמר. וואס זאל איך אייך זאגן???... כ'האב נישט וואס צו זאגן! ממש דבר אין בפי ובלשוני מלה... כ'בין געשטאנען געפלעפט, און מיך געריבן די אויגן... דאס זענען נארמאלע מענטשן?! זיי האלטן זיך בכלל פאר נארמאלע מענטשן?!???...

דער שרייבער דארט (כדרכם) מאכט א פשעטל און מישט אויס הודו מיט כוש, פרס או מדי, ממש דנשקי רקיעא וארעא אהדדי... פארשטייט זיך ערגעץ וואו קומט אויך אריין וויזניץ און ליובאוויטש, און ער פארמירט אויס א קרעפל פשעטל, ממש זיך צו באלעקן די פינגער... דאס ווארט 'שטוסים און הבלים' איז א לויב-ווארט אויף דעם צודרייטן מאמר! ועתה ידעתי והכרתי אז נישט נאר זיי זענען משוגע נאר ניטאמאל שעמען זיי זיך נישט דערמיט!!

כ'בין מכבד יעדן איינעם דא ער זאל שנעל אריינלויפן אינעם זאלי'שן פארום און דאונלאודן דעם גליון, און פיהרט'ס אליין אויס פאר וועם דען מען האט אויפגעשטעלט דעם שערי חמלה... 

נעבעך... נעבעך... וואס פון נארמאלע מענטשן קען ווערן!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 05:07 לינק ישיר 

דער פראבלעם איז אז דו מיינסט זיי זענען אמאל געווען נארמאל
דאס זענען טויט פאריקטע מענטשן מבטן ומלידה, און מיר דאנקן דעם באשעפער אז זיי געפינען זיך נישט במחנינו

איך האב געליינט דעם ארטיקל וואס דו דערמאנסט, נעבעך!
זיי ציען א שטריך פון רבינו שליט"א מיט להבדיל א"א הבדלות קוק ימ"ש, וואס איז דער דמיון, ווייל יענער פלעגט אויך זאגן שלש סעודות תורה, ממילא פיר אויס, יעצט טאר מען חלילה מער נישט זאגן שלש סעודות תורה ווייל ער פלעגט אויך זאגן.

ס'דערמאנט מיך א ווארט וואס איך האב אמאל געהערט פון א אנגעווייטאגטע איד, א א איד וואס איז אויפגעוואקסן אין סאטמאר, און היינט דרייט ער זיך מער ביי די ליטווישע קרייזן, און יעדער איז משוגע נאר ער איז נארמאל (אזא מין נ. ר. סטייל), ער איז מורא'דיג אנגעווייטאגט אז מען האט אים אלע יארן געפאפט, הלמאי, זיינע מלמדים האבן אים אראפגעלייגט קוק ימ"ש אלס כופר בעיקר, און ער איז געווען זיכער אז ער גייט קוים מיט א קאפל, און ער איז א מחלל שבת.
ער איז עלטער געווארן און ער האט געזען א בילד מיט א ספאדיק און א לאנגע בארד, איז ער געווארן דיסעפוינטעט.

די קינדער פון די קרעציגע וועלן אויסוואקסן, זיי וועלן ארויסגיין אויף די אפענע וועלט, און געוואר ווערן אז וואס מען האט זיי אלע יארן איינגעבאקן אז רבינו שליט"א פירט אראפ דעם דור פון אידישקייט איז פשוט שקר, און די גאנצע מחלוקה איז באשטאנען פשוט פון אני ואפסי'ניקעס, וועלן זיי נאך ציען א שטריך אויף צוריק און זאגן אז קוק ימ"ש איז אויך גארנישט אזוי ראונג געווען, ס'איז געווען פלעין פאליטיק, רח"ל מהאי דעתא.

איך רעד אזוי פון א עתיד, וואס במציאות זעט זיך עס אן אסאך שוין היינט ביי זייערע קינדער, איך האב עטליכע קרובים וואס זענען אויפגעוואקסן אונטערן שאטן פון "ס'איז נישטא מער קיין מנהיגים", און היינט צוטאג ווען זיי פארן קיין א"י פארפעלן זיי נישט קיין כותל, מיט די טענה, ס'איז דאך ס"ה נאר פאליטיק
אזא פנים טראגן זיי נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 07:49 לינק ישיר 

פון וועם רעדסטו? דאס איז דאך זייער חיות, דאס איז די חינוך דארט, אפילו זייער אפציעלע מנהל און קווינס שטעלט זיך אויך העצן יעדע שטוק צייט די בחורים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נעבעך נעבעך... וואס פון נארמאלע מענטשן קען ווערן!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext