| נשלח ב-27/6/2011 05:15 |
|
| |
בד"ה: מרת פיגא גאלדא יאקאבאוויטש ע"ה
ברוך דיין האמת
מרת פיגא גאלדא יאקאבאוויטש ע"ה אשת הרה"ח ר' חיים יקותיאל ע"ה איז יעצט אוועק אין הויכען עלטער פון 94 יאר
די לווי' וועט פארקומען 11:30 ביים ביהמ"ד הגדול אויפן וועג צום שטח החדש פון בית החיים דקהל יטב לב-קרית יואל שנשמע ונתבשר בשורות טובות
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 19:53 |
|
| |
וואסע גרויסע נייעס? האסט גארנישט געהערט, מ'גייט איר לייגן אין די נייע לאט!! כ'הער אז דעיס איז אויך עזריאל'ס ארבעט!! האלא ס'גייט אונז גוט, ס'קלאר ווי דער טאג מיטן ביה"ח האבן מיר מצליח געווען! כ'הער אז נאך פינף מענטשן האבן שוין אינטערגעשריבן, וואסע נייעז, גיב א הענד!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 21:18 |
|
| |
דיין חבר פייוובארא קען שוין אנהייבן ארבעטן אויף די ליסטע פון די אידן וואס זענען "נישט" געגאנגן צום נייעם בית החיים, אפשר אזוי וועסטו זיך בארוהיגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 21:50 |
|
| |
איך האב גארנישט געמיינט איך האב דזשאסט אראפ געברענגט א רעגלמעסיגע שמועס וואס איך הער גאר אפט אין די זאלי מקוה!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:21 |
|
| |
ווי איך זע דא האט איינער געברענגט א בשורה לא טובה פון א נייע נפטרת, ווי געווענליך ווען עמיצער ווערט נסתלק, קןמט א נארוני צו שפרינגען ווי א געביסענער פון א שלאנג ווייל ער האט באמערקט אז מ'האט איר געלייגט אין די נייע בית החיים, וועלכער איז היינט א פאקט, און האט געבראכן די טעראר שטעקן אויף פיצלעך, סדערקענט זיך פון דיינע ווערטער אז דרייסט דיך אין ארונישע " וואש ערטער"
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 04:45 |
|
| |
יא אמת אין בין אן ארוני!
אבער באמערקט האב איך עס דא אויפן פארום ווי עמהארצל האט געשריבן אז מען האט איר געלייגט אין פאלאקס לאט,
און פארציילט האב א וואנזיניגן שמועס אין א זאלי מקוה.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2011 00:12 |
|
| |
רבינו שליט"א האט היינט אום 2:30 מנחם אבל געווען ר' משה יאקאבאוויטש. חבר הנהלת המוסדות!
|
|
|
|
|