| נשלח ב-29/6/2011 04:52 |
|
| |
קארופציע טייערער
בדרך הלצה:
עס זעט אויס אז די קענסט זיך נישט אויס אויף די מאפע ווי דער בילדינוג ווערט געבויעט. עס איז צו גיין פונעם הויז פון הרה"ח ר' יוסף גרינפעלד הי"ו, נישט מער ווי א האלבע מינוט צו וואקן. אזוי אויך פון די גאסן ד. א. ווידער קא., זלאטשוב, פרעשבורג, אא"ו, איז עס נישט מער ווי א מינוט צו וואקן.
פונעם שאפינג סענטער ביז אהין איז בערך 5 מינוט, וואס ווער עס ווייסט איז עס אין קרית יואל בכלל נישט ווייט.
דאס אז עס איז נעבן די רוט 17 איז עס אינדרויסן פון שטעטל אויב אזוי איז די תלמוד תורה אויף רימונוב, און אזוי אויך דער בנין פון עצי חיים אינדרויסן פון שטעטל..........
איז אפשר איינעם איינגעפאלן צו זאגן אז דער אשת חיל צענטער איז אידרויסן פון שטעטל ווייל עס איז געבויעט געווארן אויף א וויסטע פלאץ.........
אין אויב מעגליך ענטפער מיר אויף מיינע ביידע שאלות.
1) וואס מאכט עס אינדרויסן פון שטעטל ווייל עס איז נישט אינטערן ווילידזש, זייט ווען ווערט שטאט גערעכענט לויט די ווילידזש, און אויב יא מיינט דאס אז טאקע די ערשטע פאר יאר איז בכלל נישט געווען קיין שטעטל.
2) אפשר זאגסטו מיר ווי געפונט זיך די מיידל סקול פון מוסדות בני יואל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 17:24 |
|
| |
עטליכע קאמענטארן לכבוד דער וואס וויל דא פארלייקענען ווייטאגליכע מציאות'ער
עמיצער ווייסט דא ווי עס וואוינט איינער יוסף גרינפעלד
די מציאות הדברים איז אז די שנעלסטע וועג מיט א קאר [אפגערעדט צופוס] פון ד.א. ווידער צום פלאץ ווי זיי ווילן בויען דעם בילדינג איז פיר מינוט.
איך האב געשריבן קלאר אז עס איז גאר נאנט צו קרית יואל
דער פלאץ ["שטח"] איז אויפן אנדערע זייט פונעם רוט ,17 וואס דאס מיינט אז עס ווערט נאטורליך אפגעהאקט פונעם שטעטל, און דאס האט גארנישט צוטוהן מיט די ווילידזש, משא"כ די תלמוד תורה בנין פון רימנוב און די בנין פון ישיבה קטנה חלק א'.
די איינציגסטע פראבלעם וואס די אשת חיל באנוצער רעדן זיך אפ, איז אז איז געבויט געווארן אינמיטן די חברון גאס ווי עס דרייען זיך פארשטייציך הונדערטער מענער, פרויען, און קינדער ווי אויך איז עס הארט נעבן דעם מצילי אש קאמפלעקס און היינט צוטאגס נעבן בנין הישיבה פון שיעור ד'.
יא גערעכט, דאס האב איך פארזעהן אז די מיידל סקול פון די בני המן געפינט זיך נאך אין קרית יואל, נעבן לעמבערג אויבן.
|
|
|
|
|