אין די מינוטן איז געשלאסן א געהויבענע אסיפה פין איבער א שעה ביי רבינו בעל לב אהרן מסאטמאר שליט"א
דארט איז געווען הרב הגאון המפורסם ר' משה גרין שליט"א ר"י מאנסי
אין הרב הגאון המפורסם ר' מתתי סאלמאן שליט"א משגיח בלעקעוואד.
מען האט דורך גערעדט בענינים העמודים על הפרק אין זיי האבן געבעטן דעם רבי'ן אנציפרן מיט אן אסיפות הרבנים
איבער די היינטיגע פראבלעמען פין סעלפאנס אין קאמפיוטערס.
דער רבי האט געזאגט די ראשי הישיבות אז ער וועט זיך צי צישטעלן וויפיל ער קען.
נשלח ב-30/6/2011 19:00
די גרעסטע פלא איז די ראשי ישיבות קומען זיך אריין צי שלעפן צי רבי'ן אין וויליאמסבורג אין ס'פאלט זיי נישט זיי ביי אזא זשיגאן וואינט אויך אין וויליאמסבורג אין אפשר דארף מען צי אים אויך גיין
אלא מאי צי א שטריק אין אן עם הארץ ווילן ערליכע יודען נישט האבן קיין שיכות
נשלח ב-30/6/2011 08:47
have_hope כתב:
כ'וועל דיר ענטפערן, איך האב געמאכט א פאון קאול צי א חבר מיינער און ישבה, ער האט מיר געזאגט אז ל"ג בעומר צייט ווערט פיינעל באשטעטיגט די סוגיא, ממילא קען נישט זיין אז די מעשה איז אמת אז דער בעל שבט הלוי האט שוין געוויסט פאר ל"ג בעומר די סיגיא
העווהאפ
עס איז ביי מיר קיין שום ספק נישט אז דו מעגסט שוין טוישן ניק כדי צו עררייכן דיין ציל איך האלט אז עס איז שוין נישטא אין גם אחד וואס רעדט זיך איין אז דו געהערסט צו אוזער הייליגע קהלה
נישט דער שפראך
נישט דיין מענטאליטי
און די וואס באמערקן נישט אזוי טיף זעען דאך כסדר אז מ'שרייט דיר נאך ..................
צום ענין, בנוגע די מעשה וועגן הרב וואזנער איז אמת ויציב, איך ועל דיר זאגען דעם גאנצן אמת, אני הקטן בעצמי בין געווען דערביי מיט נאך צוויי חברים ווען דער אינגערמאן האט גערעדט צו הרב וואזנער, איך האב אליין געהערט מפיו קדשו ווי ער זאגט די ווערטער, וועלכע סוגיא ער האט געזאגט געדענק איך נישט, דער סה"כ וואס מען זעט ווי די גדולי הדור האלטן זיך מקושר איינער מיטן אנדערען א דורך די הייליגע תורה הקדושה,
(אז די ביסט שטארק נייגעריג ווער דער אינגערמאן איז וועל איך דיר ענטפערן אין אישי)
תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 30/06/2011 08:49:37
נשלח ב-30/6/2011 04:46
צדיק'ל, ביים דאקטער קען מען באקומען געוויסע פילן פאר ווער ס'שפירט אז ער דערהייבט דאס נישט ח"ו.
נשלח ב-30/6/2011 04:05
פוי!!!
ס'כאפט אן עקל וואס דא גייט פאר מיט די זאלי ניקס לעצטנס
געלעכטער
קארופציע
have hope
נוטראלער
לאעליכם
משהלע מאטעלע
upstate1
נאך קען מען זען ווי זייער קאפ איז טיף טיף אין טינופות זיי קענען זיך נישט העלפן ווי סקומט נאר אונטער
שמירן זיי אן מיט ניבול פה רח"ל
זייער פארום האט אפגעטריקנט קומען זיי דא פארבראכן די צייט
ארויס פון דאנעט
מנהל מנהל!! שפאר זיי אלעמען ארויס פון דא
דא איז נישט קיין גן ילדים
תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 30/06/2011 04:07:39
נשלח ב-30/6/2011 00:03
יא! מר האפ און דא לאכט מען!
נשלח ב-29/6/2011 23:47
זינט ווען רופט מען א מענטש מיטן נאמען פון ספר לויט זיין מהות? דו ווייסט אז דער שבט הלוי איז אויף א גרויסער בעל דרשן חוץ וואס ער קען שרייבן תשובות? דער ייטב לב האט געשריבן תשובות און מען רופט אויף זיין ספר על התורה פארוואס? דער מנחת אלעזר איז געווען באוואוסט אלס מוהל מומחה פארוואס רופט מען אים נישט דער בעל אות חיים ושלום?
נאר וואס, בדרך כלל קלעבט זיך ארויף דער נאמען פונעם ערשטן ספר וואס קומט ארויס, און דאס איז די ערשטע ספר, און ס'וועט אי"ה סימבאלאזירן דעם רבין אויך ווען ס'וועט ערשינען די ספרים אויף סוגיות און די ספרים על התורה ומועדים וכו' וכו'
נשלח ב-29/6/2011 23:31
ארגינעלער כתב:
הרב הגאון ר' שמואל הלוי וואזנער השם יאריך ימיו ושנתו ריפט די גאנצע וועלט בעל שבט הלוי אויפן נאמען פין זיין ספר
בנוסף צו דאס וואס איך האב שוין פריער געשריבען וועל איך לסיום הענין מוסף זיין נאך איין זאך
דער ספר לב אהרן, איז נישט קיין ספר א ווי שבט הלוי, ויאל משה, אד"ג
דער ספר שבט הלוי איז א מורא'דיגע תשובה ספר, אזאש דער ספר ברענגט ארויס דעם גאנצן מענטש, די זעלבע איז מיטען ספר ויאל משה, די ספר ברענג ארויס דעם רבין זי"ע
משא"כ די ספר לב אהרן, ברענגט נישט ארויס דעם רבין שליט"א, ווייל די ספר לב אהרן איז - דערווייל - נאר א איין באנד ספר מוסר ודרוש אויף פירקי אבות, עס איז ווייט נישט דאס גאנצע מהות פינעם רבין,
תוקן על ידי have_hope ב- 29/06/2011 23:33:45
נשלח ב-29/6/2011 22:50
האסט אריינגעהאקט אינמיטען וואס איך האב דיר געענפערט,
מיר האבן יעצט א אישו ווען מען איז געוואר געווארען די סוגיא שיעור?? איך גיב דיר נאך, זאל זיין א וואך פאר שבועות!!
ממילא וואס איז יעצט? איז שוין די מעשה יעצט אמת??
נשלח ב-29/6/2011 22:48
איך זע נישט פארוואס איך זאל עס טיען, איך זאל ווערען ארינגעצויגען און א דיסקאשען וואס איז נעווער ענדיג , און דו אליינס ביסט אויך נישט זיכער און די פאקטן, אלעס ציליב א מעשה - וואס מיר ביידע - צווייפלען און די אמת'קייט דערפון??!!
נשלח ב-29/6/2011 22:46
have_hope כתב:
וואלען סח
ווען איז דער עולם/בחורים געוואר געווארען וועלכע סוגיא די רבי גייט היי יאר רעדן?? לויט מיין אינפערמאציע , איז עס געווען ל"ג בעומר צייט, אז דו ווייסט אנדערש קעסטע מחולק זיין
איך למשל בין געוואר געווארן שבועות און איך מיין אז די בחורים זענען געוואר געווארן א וואך פאר שבועות ווען די רבי האט פארגעלערנט סוגיא שיעור
ווען ביסטו געוואר געווארן? איך מיין אז יעצט ליינענדיג ה"פ
רבותי, איך ווייס נישט פארוואס ס'באדערט אייך אז איינער שפילט פארטיי.
איך גלייך גאר שטארק צוצוקוקן אז אפילו איינער פון צד מהרי"י זייט האט שטארק ארויס זייערע חסרונות, און בעל כרחו די מעלות מחסידי מהר"א. עכ"פ מיר שטערט דאס זיכער נישט...
נשלח ב-29/6/2011 22:37
רבותי, איך ווייס נישט פארוואס ס'באדערט אייך אז איינער שפילט פארטיי.
איך גלייך גאר שטארק צוצוקוקן אז אפילו איינער פון צד מהרי"י זייט האט שטארק ארויס זייערע חסרונות, און בעל כרחו די מעלות מחסידי מהר"א. עכ"פ מיר שטערט דאס זיכער נישט...
נשלח ב-29/6/2011 22:15
וואלען סח
ווען איז דער עולם/בחורים געוואר געווארען וועלכע סוגיא די רבי גייט היי יאר רעדן?? לויט מיין אינפערמאציע , איז עס געווען ל"ג בעומר צייט, אז דו ווייסט אנדערש קעסטע מחולק זיין
נשלח ב-29/6/2011 22:12
FiveBoro כתב:
Hope, די וואס פרובירן איינצורעדן דעם עולם אז דו ביסט א זאלי וואס שפילט פארטיי, זענען ערנסט צופרידן פון דיין אויסברוך דא.
אגב א עצה טובה: עפן אימידיעטלי א נייע ניק וועלכע זאל דיר דינען אלס די שפיל-ניק, און די Hope ניק לאז שוין אזוי אלס א זאלונישער ניק.
איך זע אז די ווילסט דייקא רעדן פון די נושאים, מסכים, לאמיר עס שטעלן אויף א טעיסט
1} קיינער פון אונזער קהלה, חוץ ארגינעלער אויף היידפארק, האט נאך נישט געריפען דען רבין מיט דעם נאמען,
מען טרעפט נישט און ערגעץ, אז א חסיד זאל זיך באציען צו זיין אייגענעם רבין אזוי מאדענע,
2} די מעשה איז פון שבט הלוי שליט"א איז שקר, די סיבות וואס איז פון זיך אליינס פארשטענדליך,
3} דער נאמען "סאטמערע רבי שליט"א" , איז פון א גרעסערע און שענערע טיטל ווי "בעל לב אהרן"
די נאמען סאטמערע רבי, נעמט אריין און זיך אסאך אסאך מער, ווי די נאמען בעל לב אהרן, אונזער רבי'ס גדלות באשטייט נישט פון דעם אז ער איז א הערליכע פשעטל/מוסר זאגער, און אז ער האט געמאכט א הערליכע ספר אויף פרקי אבות, נאר אזא איינער וואס טראכט נישט, קען באשליסען אויפציטוישען דעם טיטעל סאטמערע רבי, פארן טיטל לב אהרן, איך פארשטיי אז פיוובארא מיט ארגינעלער שמעקט אפשר אז פאר א אומבאוויסטע סיבה, זאל מען אנהייבן צו פארגעסן די נאמען סאטמערע רבי, און אים ריפן לב אהרן, עס וועט זיך אבער קיינמאל נישט איינגעבן, ווייל די אלע זאכן וואס די רבי פאדערט פון אונז כסדר ווי למשל, צניעות/כשורות/תפלה/לימוד התורה/נגע הצינות/שחיטה, אא"וו די אלע זאכען פיעט נאר אריין אינעם נאמען סאטמערע רבי, און נישט אינעם נאמען לב אהרן