געווען א הערליכע באזוך ווי דער רב שליט''א האט אנטיילגענומען ביי די שמחה פין הרבני הנגיד מגדולי בעלי צדקה ר' חיים לעווי א זוהן פין ר' ניסן ז''ל
די האט איר א קורצה באריכט פין בחצרות סאטמאר
תושבי וויען יצ"ו אינאיינעם מיט קבוצה פון חסידי סאטמאר פון אנטווערפען יצ"ו האלטן מיט גאר געהויבענעם שב"ק בראשות הגה"צ רב דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א
תושבי עיה"ב וויען, עסטרייך יצ"ו האבן דעם פארגאנגענעם שב"ק פ' חוקת העעל"ט מיטגעהאלטן א גאר געהויבענעם און ווארעמען שב"ק אינאיינעם מיטן אורח הדגול הגה"צ אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.
דער וויליאמסבורג'ער רב שליט"א איז געקומען צו פארן אויפן איינלאדונג פון הרבני הנגיד הרה"ח המפו' רבי חיים לעווי הי"ו מחשובי ופני הקהלה בעיר וויען יצ"ו, לרגל די "שמחת הבר מצוה" וואס איז פארגעקומען בביתו פון ר' חיים הי"ו ווען זיין יונגסטער זוהן איז אריין לעול התורה והמצות למז"ט ובשעטומ"צ.
די שמחת הבר מצוה איז פארגעקומען אויף א גאר געהויבענעם פארנעם דאנערשטאג נאכט פ' חוקת איז שטוב פון הרה"ח ר' חיים הי"ו ווי דער רב שליט"א . דער רב שליט"א האט בשעת די סעודת בר מצוה משמיע געווען גאר שיינע דברי תורה וברכה.
פרייטאג אינדערפרי האט רב שליט"א געדאוונט בהיכל ביהמ"ד מחזיקי הדת אינאיינעם מיט די ילדי תשב"ר בעיר וויען, ווי דער רב שליט"א האט געלייגט תפלין פארן בר מצוה בחור, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים און דער רב שליט"א האט משמיע געווען מדברותיו.
במשך דעם טאג איז דער רב שליט"א ארומגעפארן באזוכן די רבני ודייני העיר שליט"א.
השבת נועם הנשמות
פרייטאג צונאכט'ס האט מען געדאווענט מנחה און קב"ש בהיכל ביהמ"ד "קהל חסידים", , און דערנאך האט די רב שליט"א געפראוועט די סעודה אין די אכסניא בבית הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו .
נאך די סעודה איז שיינער ציבור אריבער געקומען לבית האכסניא צו די "באטע" אינאיינעם מיטן רב שליט"א ווי מען זיך מתעדן געווען בנועם זיו השב"ק ביז אין די שפעטע נאכט שטונד'ן, אזוי אויך האט דער רב שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה .
שב"ק אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית בהיכל ביהמ"ד "מחזיקי הדת" ווי נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגער קידושא רבה לרגל די שמחת הבר מצוה.
אום האלב אכט נאכמיטאג האט דער רב שליט"א אנגעהויבן די שיעור בפרקי אבות בהיכל ביהמ"ד מחזיקי הדת, ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען גאר שיינע טייטש'ן און געדאנק'ען אויף די משנות, און צום סוף אויסגעפיהרט מיט שטארקע דברי חיזוק איבער די חשיבות העבודה פון יעדן איד, ובעניני עבודת התפלה און לימוד התורה.
נאך די דרשה איז מען אריבער צום ביהמ"ד קהל חסידים ווי די סעודת רעוא דרעוין איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם, מען האט געזינגען ווארעמע דברי התעוררות, און דאן האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי כיבושין ודברי התעוררות והתחזקות אויף א גאר שטארקן פארנעם.
ויהי ממחרת
זונטאג אינדערפרי איז אין בהיכל הת"ת מחזיקי הדת פארגעקומען די שיינע מעמד "חנוכת הבית" פאר די חדרים אין די תלמוד תורה וועלכע איז איבערגעבויעט געווארן בנדבת לבה פון די חשובע מרת לעווי תחי' אשת להבחל"ח הרבני הנגיד המרומם בונה ומקים עולמות של תורה רבי ניסן לעווי ז"ל. ביים מעמד זענעו געזינגען געווארן ווארעמע ניגונים דורך א קאפעליע מילדי תשב"ר, און דאן האבן משמיע געווען מדברותיהם לרגל המאורע: הגה"צ וויליאמסבורגער רב שליט"א , הגה"צ רבי משה ווייס שליט"א גאב"ד קהלת מחזיקי הדת, און הגה"צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד קהלת קהל חסידים.