בית פורומים כל העולם כולו

געלעכטער: זאלונים שעפן הויפענס חיזוק פון YNET

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/7/2011 00:30 לינק ישיר 
געלעכטער: זאלונים שעפן הויפענס חיזוק פון YNET

אין די זאלונישער פארום איז דער ניק "געלעכטער" ממש אויפגעהייטערט פרייליך, ווען נאכדעם וואס ער האט נישט געקענט ענטפערן אויף קיין איינס פון די פראגעס וואס איך האב אים פארגעשטעלט איבער די ליגנערישע און הפקירות'דיגע טעראר קאמפאני "אתרא קדישא", איז זיין הארץ יעצט אנגעפולט מיט נחמה, מיט א ארטיקל וואס די פרייע "ידיעות אחרונות" שטעלט פאר, איבער זייער בליק אויף די סטאטוס פון אתרא קדישא.

געלעכטער שרייבט אז טראץ וואס די ערליכע אידן - דהיינו די זאלונים - האבן אלעמאל געוויסט אין "אין כאלוקינו" גייט אינאיינעם מיט "אין כאתרא קדישא", אבער די ארונים וועלכע האבן נעבעך געוואלט אויפדעקן עפעס פארדעקטע עוולות, פאר זיי איז יעצט געקומען די צייט... און יעצט איינמאל פאר אלעמאל וועלן זיי זעהן אז דאס וואס די ערליכע זאלונים שרייען און וויינען אז מען טאר נישט מהרהר זיין אחר אתרא קדישא, דאס איז א פאקט! ווארום: די ידיעות אחרונות אנערקענט זיי.

באמת איז דער אויסדרוקט אויף אזא פאל: נישטא ווער זאל לאכן. דאס איז דיין טרייסט אויף די אומפארענטפערטע קארופציע? אז די פרייע פרעסע שרייבט אז יעדער האט מורא פון אתרא קדישא? דאס פארענטפערט דיר אלעס? דערמיט ווילסטו באאיינפלוסן אלעמען אז אתרא קדישא איז יא הייליג? באמת א 'געלעכטער'.., איך וויל באמת פארשטיין וואס דאס איז אונז בכלל נוגע, און וואס דאס דארף - אפשר - אפענטפערן די גאנצע קארופציע.

נאר וואס יא, ווער עס האט באשטעלט דעם ארטיקל ווייס איך נישט, אבער במציאות איז דאס בכלל נישט געשריבן לויטן היינטיגן מציאות, די פאקטן וואס ווערן דארט אראפגעברענט זענען פון אריבער א יאר צוריק.

וואלט איך געוואלט דא פרעגן ברבים הרב געלעכטער, צו ער האט טראסט אין דעם ארטיקל, צו דער מציאות דערפון איז ריכטיג היינט צוטאג, ווייל אויב יא וויל איך פארשטעלן געוויסע פראגעס.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2011 22:08 לינק ישיר 

וואקאציע פון פארגעניגן?...

איך גלייך זייער אויפצודעקן פינטעלעך פון אמת אין אונזער עולם השקר, און דאס ברענגען צום ציבור וואס זוכט אמת.

ספעציעל זייענדיג איינער וואס ווייסט דעם אפטייטש פון שקר מער ווי סיי וועלכער יחיד, נאכן זיך באקענען מיט אתרא קדישא דורך-און-דורך, פיהל איך גוט דאס מיטצוטיילן פאר די וואס זוכן עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2011 20:41 לינק ישיר 

FiveBoro

You are not getting any vacation? why



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2011 18:55 לינק ישיר 

עש"ק חקת: א דריטע ווערסיע:

אויפן אתרא קדישא-התאחדות הרבנים-צאהלער האטליין, מעלדט ער אז זיי ווייסן ווער עס שטייט אונטער דעם באריכט, און ס'איז עפעס איינער וואס איז געווען אין די עדה החרדית, אבער ער איז נעבעך פארגליטשט געווארן, און איז היינט א דאקטאר (?) אין זק"א.

ווער ע
ס ווייסט וועמען דאס מיינט, קען זיך דא אנרופן.

ביזדערווייל האלט זיך דער ציבור געשפאנט, ביז עס וועט ארויסקומען די ווייטערדיגע ווערסיעס.

==============

א חזרה אויף ביז אהער:

1) געלעכטער: די פרייע פרעסע איז אליינס אויפגעקומען דערמיט, בבחינת מלאך רע בע"כ יענה אמן.
2) יצחק ווייס: יאקטער האט עס אונטערגעשטעלט אפצוטוהן א"ק (פארוואס נישט?..).
3) צאהלער: א דאקטאר פון זק"א.

(נעמט אין אכט: אויב וועט איר האבן מחשבות זרות איבער זייער קראנטקייט, ווערט איר א לץ און א ציוניסטישע מזרחי צוגלייך! זייט געווארנט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2011 03:05 לינק ישיר 

רבותי, וויאזוי זאגט מען אזא צייט? כאפט אייך אן אין בענקל.

יצחק ווייס שרייבט אז דער ארטיקל האט אהרעלע יאקטער אהערגעשטעלט!

אלזא, געלעכטער שרייט אז דער ארטיקל איז אמת און דאס ווייזט אז אתרא קדישא טוט אויף (וואס דען גייט יעצט פאר אז מען גראבט איבעראל?, נישט אריינפרעגן). מצד שני - יצחק ווייס זאגט, אז דער ארטיקל איז אונטערגעשטעלט געווארן דורכן שקרן אהרעלע יאקטער.

האיך יתקיימו שניהם? לה'זאלונים' פתרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2011 02:31 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
וואלט איך געוואלט דא פרעגן ברבים הרב געלעכטער, צו ער האט טראסט אין דעם ארטיקל, צו דער מציאות דערפון איז ריכטיג היינט צוטאג, ווייל אויב יא וויל איך פארשטעלן געוויסע פראגעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2011 01:26 לינק ישיר 

לדעתי דארף ער ווען זיך שעמען דערמיט אז מען האט כמעט נישט קיין חיזוק ביי די היימישע נעמט מען פין די פרייע, ביי אינז האט מען געוויסט אז דער פורק עול האט א גיט ווארט איז א סימן אז יענער איז אויך א פורק עול ער וואלט זיך געדארפט שעמען דערמיט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געלעכטער: זאלונים שעפן הויפענס חיזוק פון YNET
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext