שטורעמישע מחאות אין ארץ ישראל צוליב אנגייענדיגע קברים גראבונגען
- ליידער מיט גושפנקא פון אידן שומרי תורה ומצות - דער צבור אין ארץ ישראל גייט טעגליך ארויס מוחה זיין קעגן די אנגייענדיגע קברים גראבונגען אין מערערע פלעצער אין ארץ ישראל
דעם אנהייב וואך איז מען געוואויר געווארן אז די ארכעאלאגן פון אוניווערזיטעט תל אביב האבן אנגעהויבן גראבן אין די שטאט יפו ביי א נייעם פלאץ ביי א פראיעקט ביי ככר השעון, אן אונטערנעמונג פון די ברידער נקש וואו עס ווערט געפלאנט צו בויען א האטעל, די קאמפאני האט שוין פארלאנגט א פערמיט צו בויען מיט עטליכע יאר צוריק, און מען האט דארט געטראפן קברים אויף דעם באדן, ביי וועלכע עס איז אויסגעארבעט געווארן מיט אתרא קדישא א פלאן וויאזוי צו בויען בהיתר, אצינד נאך דעם וואס עס וואגן זיך א נייע ארגענעזאציע מיטן אזוי גערופענעם נאמען "אגודה למניעת חילולי קברים" וועלכע געבן דעם היתר צו גראבן קברים איבעראל וואו עס לאזט זיך, מיט "א היתר" אז עס איז א ספק אויב עס זענען אידן וכדומה (יעדע מאל מיט אן אנדערן אויסרייד פיקוח נפש א.א.וו.),
לאן הגענו!
אויף דעם ארויף האבן זיי אנגעהויבן גראבן, און דעם זונטאג פארטאגס זענען ארויסגעפארן א גרויסער ציבור מוחים וועלכע האבן זיך אריינגעזעצט אין די גריבער ביי וועלכע די פאליציי צוזאמען מיט די ארכעאלאגן האבן שטארק צוזאמענגעשלאגן די מוחים, און פארהאלטן אין תפיסה צוויי פון די מוחים, שפעטער זונטאג נאכמיטאג איז נאך א גרויסער ציבור ארויסגעפרן צום פלאץ אין יפו מוחה צו זיין,
אזוי אויך מאנטאג זענען ארויסגעפארן א גרויסער ציבור מוחים ביי וועלכען די פאליציי האט איינגעזעצט נאך צוויי מוחים, אן ווען די שורות ווערן געשריבן זענען זיי נאכנישט באפרייט געוואן,
דינסטאג זענען ווידער אמאל די שלוחי כלל ישראל ארויסגעפארן מוחה זיין און דאס מאל האט זיך באנייעט מעטאדן פון פטור ווערן פון די אידן אזעלכע וואס איז נישט גענוצט געוואן זינט די פערציגער יארן ווען די נאצי'ס האבן באוואכט און דערביטערט אידן מיט "וועלף הינט" דער עולם האט זיך טאקע צולאפן און מ'איז געגאגען מוחה זיין אין דעם אלטן ארט וואו די אר. עף. אר. בויט דעם האטעל, ווי די עסקנים גענן איבער ארביין זיי דארט פארשטערקערונגען אויף די ווענט אז עס זאל נישט צוזאמפאל, דורך אריינדרילן פאול'ס אונטער די ערד דארט וואו עס געפינען זיך נאך גאנצע קברים,
אין די זעלבע צייט קומט פאר גראבונגען אין די שטאט יאקנעם ביי וועלכען דער געוועזענער מיטארבייטער פון ארא קדישא האט זיך לעצטנס פארקויפט פאר די משרד הדתות און רשות העתיקות, וואו ער זיצט ביי די ארבייט און איז "משגיח" אז מזאל אויסגראבן קברים ח"ל
אזוי אויך האבן זיי באנייעט גראבונגען אין בית שמש וואו א גרופע יס"ם'ניקעס האבן דינסטאג באוואכט די ארכעאלאגן וואס איז דירעקט געשיקט יעצט פון די פרומע כנסת דעפוטאטן צו ווייזן אז זיי זענען בעל הבית אויך אויף די שטאט בית שמש..
נאכט נאך נאכט גייען די בני ציון היקרים ארויס אין די גאסן פון ירושלים אויסצושרייען געוואלד וואו די מוחים האלטן אפ דעם פארקער און האלטן דרשות,
אזוי אויך איז דינסטג פארגעקומען א עצרת מחאה נעבן די הויז פון דעם שר השיכון אריאל עטאיאס אין דעם געגנט פון הר נוף, און אויך אינדערפרי שעות ביי דעם בית מדרש וואו ער דאוענט, איסשרייענדיג "לאז אפ די הייליגע קברים אין ארץ ישראל"
אנן מהכא ואתם מהתם להמשך המערכה