די פארגאנגענע וואך איז געקומען די פרייליכע בשורה, איבער די געוואלדיגע היסטארישע דורכברוך בעניני צמצום הוצאות בעת שמחה, ווען עס איז צום ערשטן מאל אפגעראכטן געווארן א שמחת "ווארט - תנאים" אינעם שפאגל נייעם און נארוואס פארענדיגטן "ווארט שטיבל" אינעם רבינס הויז אין קרית יואל.
דער נער נייער "ווארט שטיבל" איז געבויט געווארן דורכן "וועד החתונה תקנות" שע"י קהלתינו הק' ספעציעל פארן געברויך פון אנשי שלומינו וחברי קהלתינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע האבן אין אין די לעצטע יארן מקבל געווען אויף זיך די ספעציעלע "חתונה תקנות" אויפן באפעל פונעם רבין שליט"א,
דער נייער סיסטעם וועט בעזהשי"ת ערלויבן צו אהערשטעלן א הערליכע שמחת ווארט - תנאים פאר גאר ביליג און שנעל אין בלויז געציילטע שעה אז עס וועט נישטאמאל זיין קיין צייט צו ספענדן איבריג געלט.
עס ווערט ערווארטעט אז דער נייער ווארט שטיבל וועט ווערן א שטארקע צוציאונג'ס קראפט פאר אנשי שלומינו, נאכדעם וואס עז איז געמאלדן געווארן אז די אלע בעלי שמחה וואס וועלן דארט פראווען זייער שמחה, וועלן האבן די זכי' צו געניסן פון א פערזענליכע באטייליגונג פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, וועלכער וויל אליינס מחזק זיין די וואס פאלגן אויס די הייליגע תקנות, וואס האבן שוין אפגעראטעוועט הונדערטער אידישע שטיבער בעזהשי"ת.
נשלח ב-4/7/2011 04:38
דאכט זיך אז ביי האדמו"ר בב"מ זצוק"ל האט מען שוין אויך אמאל איינגעפירט אזא סדר, און כ'מיין אז ס'האט אנגעהאלטן ביז די גוטע צייטן....
עס איז ט געוואלדיגע הנאה צו זעהן אז ענקערע עסקנים פון די תקנות שלאפן נישט הגם מען האלט שוין העכער דריי יאר!
נשלח ב-4/7/2011 04:47
יא מאטקעלע! די ווייסט ביז ווען די תנאים תקנות האבן אהנגעהאלטן? ביז ווען דיין פראב"ד הרב פר"מ האט א שידוך געטון מיט איינעם פון זיינע בנים און די שיעור נישט געווארענע ירושלימער רב מוז דאך מאכן א גרויסן געקעיטערטן תנאים, האט מען געשאפן א באבע תירוץ, אז דער דיין האט דאן געענדיגט ביים שיעור פאר די בעלי בתים עפעס א מסכתא, און מהאט ארויסגעדינגען יאנג איזראעל אויף בעדפארד קאר. ראדני און דארטן געפראוועט א גרויסן בעלעבאתישן תנאים פארשלייערט מיטן סיום תירוץ. דער ראש הקהל ר' סענדר דייטש הי"ד האט זיך דעמאלטס אויסגעדריקט אז דאס איז א "סיום" אויף די תקנה וכך הוה . . .
נשלח ב-4/7/2011 04:59
א דיין מעג דען. נישט מאכן גרעסער ווי סתם מענטשען אזוי. ווי יעדער פארשטייט אז א רבי מעג
נשלח ב-4/7/2011 05:04
איך בין נישט געקומען אוועק מאכן חלילה נאר פארקערט מחזק זין! איך זעה נישט פארוואס דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען
דרך אגב: איך געהער נישט צו קהלת מהרז"ל.
נשלח ב-4/7/2011 19:13
ווי די עסקנים פונעם "וועד החתונה תקנות" געבן איבער איז דאס פלאץ אהערגעשטעלט אויף אן עלעגאנטן און מייסטערהאפטיגן פארנעם, צו קענען פראווען א שיינע שמחה מיט די באטייליגונג פון די גאנצע משפחה, מענער און פרויען צוגלייך, און דערצו וועט מען האבן די זכי צום השתתפות וקריאת התנאים דורך כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א.
די שטערקסטע מעלה פון דעם נייעם פלאץ איז אז דער נישטיגער פרייז פון $500 וועט זיך נישט קענען הייבן זייענדיג אינטערן קאנטראל פונעם "וועד החתונה תקנות".