ווי באקאנט איז ביי די זאלי'ס נישט דא קיין שום פירערשאפט אלעס איז ביזי מיט אהרן ארויף אהרן אראפ
אין איינמאל מען קען שוין נישט רעדן פין דעם אהרן
הייבט מען זיך אן צירייסן צווישן זיך ווייל די באנדע זענען שלענג וואס ווילן נישט קיין הנהגה
יעדער וויל נאך מאכן דעם רבי'ן ז"ל יעדער איינער פין זיי האלט אז ער פארשטייט נאך אזוי גוט הנהגה ווי מהרז"ל
יעצט אין קינגס טערעס האט 82 פארדינגען כיתות פאר נייטרא חדר ( נישט פארגעסן 82 האט א מאנגל אין פלאץ )
ארי עסטרייכער מיט דעם שמש לויפער טענה'ן ס'קומט די פלאץ פארן בית מדרש אין די ישיבה האט נישט אין דעם קיין רעכט
אין זיי ווילן אז נייטרא זאל זיך פין דארט גיין
די ישיבה האט זיך פין זיי אבער אויס געלאכט אין יא פארדינגען דאס פלאץ פאר נייטרא
די נאכט האט ארי עסטרייכער מיטן שמש לויפער אן געמאכט דארט א חרובן איבער געקערט אין אויס געריסן דאס פלאץ
נייטרא איז אן געקומען היינט ציפרי מיט די קינדער האבן זיי באמערט דעם חרובן
נשלח ב-8/7/2011 20:33
די גאנצע פייט האט מיט נייטרא גארנישט
זיי האבען גארנישט געוויסט אז 82 זאל דארפן האבען דעם בילדינג
זיי האבען געדארפט יענעם זינטוג אנהייבן זומער חדר ווי געהעריג
נייטרא האט פשוט געליטן פין די די מחלוקה צווישן 82 - חיים יצחק מאנדעל מיט זאלי קהל
זאלי קהל וויל האבען די פלאץ, זיי טענה'ן אז 82 דארף עס סייווי נישט האבען אין זיי פארדינגען עס ארויס
אין דאס איז די שפראך וואס מען רעדט צווישן זאליס
נאך די גאנצע חאזעריי וואס די מחלוקה שטינקט סייווי אין זאלי קהל האט אנגעהויבן קאמפיינען לטובתם
איז 82 אויפגעקומען מיט א קאנטער טענה אז זיי דארפען עס שוין אויך האבען פאר די מיידליך אויף קומענדיגע חודש אלול נאך זומער
אין זיי ווילן אפי' ארויפבויען א פערטע אין פיפטע שטאק אז די בילדינג זאל קענען אריינעמען ביז ארום 15 קלאסען
פארשטייט זיך אז ווען זיי דארפן עס ווען וואלטען זיי געלאזט וויסן פאר נייטרא פין פאראויס אין זיי געלאזט וויסן אז זיי דארפען עס האבען אויף קומענדיגע יאר.
פאר די זאליס איז די פרישע ווערסיע פין 82 די בעסטע צו פארווישן די סקאנדאהל
פאר זיי פארקויפט מען אז דא איז גארניש פארגעגאנגען,
(אויב געדענקט איר, אנפאנג האבען די זאליס גלייך פראבירט צו שרייען אז נייטרא איז שילדיג זיי זענען חיות
ווען עס איז נישט געגאנגען האט מען פראבירט א צווייטע ספינעריי מיט א צווייטע פילן אשכול)
די פרישע ווערסיע איז אז 82 האט געמאכט א דעמאלישינג זשאב ווייל מען האט אנגעהויבן קאנסטראקשאן פאר א מיידל סקול......
יא, טייערע אידן אויב זעהט איר דער איד בליקט אריין דארט
איר וועט נישט גלייבן וואס פאר לאקשען זייער פיטערן זייער אייגענע קעלבער
די שאלה איז נאר אויב האבען זיי געוואלט אנהייבן די ארבעט פארוואס האט מען נישט ארויסגענומען קיין פערמיט
פארוואס די גאנצע זאך באישון לילה אין א חגא?
פארוואס האט מען נישט געלזאט וויסן פאר נייטרא?
דרך אגב
איך ווייס נישט פארוואס ר' דוד עקשטיין האט געהאט אזא פראבלעם מיט די גנבים והולכים בערכעות די בני אלטא פיגא
ארויסנמען א סעפטיק אדער אפשפארן די לעקטער
ער וואלט זיך געדארפט אויסלערנען פין זיי אליינס וואס מען טוט
מען דינגט אפאר גוים אין מאכט א קריסטאל נאכט
תוקן על ידי היראים ב- 08/07/2011 20:49:01
נשלח ב-8/7/2011 04:07
there was an option to renew the lease and if they need it they have to let them know in advance that they should have time to move to a new location and there was no notice in advance here and this year that was already paid for is not over yet and no one said that they want to renovate this summer but besides the point there is no reason someone with a heart should act like that even if they have the right to throw them out they try to shift away the point its an unheard story
נשלח ב-8/7/2011 03:53
Can someone please explain the facts
How long was still on the lease
Was there an option to terminate the lease id Satmar needs it
if the lease is finished did satmar had a right to trow them out after asking for a long time to move cuz they want to renovate summer?
נשלח ב-8/7/2011 02:19
i cant belive the the way בצל_הקודש in the other form writes like the issue is if the satmer needs it or not its the way it was done i think its much worse then they did in monroe by the rebitzin shul, second the lies that the lease is over is not true and btw they have paid up the the end of the year for the rent, how could someone be so ignorant
נשלח ב-7/7/2011 22:43
בן פראדל האט זיך דעלאזט הערן אז פארדעם האט מען ארויס געווארפן נייטרא ווי די הונט ווייל מען דארף עס פאר די מיידלעך
וואז איז מיט תערבות! נאר עבירה גוררות עבירה מען שלאגט זיך מיט נייטרא קומט מען צי צי תערבות
נשלח ב-7/7/2011 00:40
לויט ווי איך הער איז ר' חיים יצחק א העכסט נארמאלער מענטש א שאד ער זיצט נעבעך מיט די זאלי'ס
נשלח ב-6/7/2011 23:03
די זאלי'ס פארציילן אז דא רעד זיך פין גאר פין גאר א פארצווייגטע מחלוקה
צווישן אברהם בער יאקאבוויטש מיט חיים יצחק מאנדל
היות זשיגאן זיצט מיט די פוס אין הייעך אין קאנטרי אין ס'הערשט דארטן קאמפליט אנרכיע נישט קיין מנהיג דארטן
פרובירט א יעדער צי מאכן שבת פאר זיך
חיים יצחק מאנדל טענה'ט ס'איז מיינס קינגס טערעס אין איך וויל מאכן געלט פין נייטרא
אברהם בער טענה'ט אז ס'באלנגט פאר די זאלי קהל אין ער וויל עס נעמען פאר זיך אין נישט די ישיבה זאל מאכן די געלט
חיים יצחק אלץ נארמאלער מענטש האט זיי תיכף אוועק געגעבן די טרופ חדר
ווייל נייטרא האט א ליעס פאר נאך 2 יאר מיט 82
די איינציגסטע שאלה וואס ס'איז תלי ועמוד ווי איז בן פראדל ער לעבט נאך האט ער נאך א פונקציע
זיצט ער נאך מיט די פוס אין די הויך אין מיט די ברילן אין די הענט אין שרייט מיט זיין קוויטשגע קול איך וועל אים ווייזן
פארדעם האסטו געמאכט א מחלוקה אז אברהם בער איז בעל בית ביי די זאלי'ס
אין ברוך השם אברהם בער מאכט א סופער זשאב ער שטינקט ענק אן מסוף העולם ועד סופו
נשלח ב-6/7/2011 22:08
טייערע יודען מיר טאר נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט די פיראטן די גזלנים די זאלי'ס האבן אינז אוועק געכאפט די בנינים פין אינזערע הענט
מען דארף טיען אלעס אין די וועלט דעס צוריק צי באקומען מען טאר זיי נישט שוינען
אז זיי האבן פין אינז אוועק גענימען די בראווער'ס מיט די הענדלער'ס מיט די לעשקאוויטש'ס פארדעם דארף מען א יעדן טאג דאנקען דעם אויברישטען
אבער פאר די בינינים טאר מען זיי נישט שוינען
ודי לחכימא ברימזא
נשלח ב-6/7/2011 20:41
תוקן על ידי פשווארסק ב- 06/07/2011 20:59:58
נשלח ב-6/7/2011 20:37
תוקן על ידי פשווארסק ב- 06/07/2011 21:01:16
נשלח ב-6/7/2011 03:09
אזאנע חיות די נייטרא מען זעהט אויף זיי אז זיי באקומען נישט דעם קווינסער חינוך אין ליינען נישט די טינוף פין בן פראדל
אבער די זאלי'ס מיט זייער פיוערער זשיגאן זענען די צדיקי הדורות
נשלח ב-5/7/2011 19:00
ויואמ_אמת כתב:
א שכן זאגט מיר אז די בילדינג דעפארטמענט האט פארארדענט אז מען טאר נישט אריינגיין אונעם ת''ת בנין אויפן טיר איז ארויפגעקלעבט ארדערס,
יא! יא! מיט עטליכע יאר צירוק האבען זיי מיט רשעות אין גניבה פארמאכט די הייליגע בית המדרש ויואל משה ווי עס דאווענען די סמעטענע יונגעלייט וואס וויליאמסבורג פארמאגט
היינט האבען זיי זיך אלייין ג'מסרט אין די בילדינג דעפארטמענט האט אפגעשפארט דעם זעלבן בית המדרש
די זאליס טענה'ן אז דאס האט מען זיי געלערנט די לעצטע 10 יאר, זיי ווייסן נישט פין קיין תורה, נאר אלימות מיט מסירה
זאל ר' שלמה לייב שעפן נחת
נשלח ב-5/7/2011 18:47
נייטרא ת''ת וועלכע האט ארויסגעדינגן איינס פין די ליידיגע בנינים פין די זאליס האבען נעכטן אנגעהויבן די זומער חדר ווי אלע מוסדות
אלעס איז געווען גרייט ווי נארמאל
די מלמדים קומען אן חדר ציפרוה אין גלייבן נישט וואס זייערע אויגן זעהן
עס קוקט אויס ווי א ריכטיגע פאגראם, צ'מזיק'ט יעדע זאך וואס קומט אינער די הענט
אלטע שטאקן פין די ת''ת זענען אויפגעבראכען אלע צימערען, נישטו קיין זכר פין קיין ווענט
ספרי קודש פליען ווי שיטראק, ציריסענע ווייערס אין אויסגעריסענע פייפס
זיי האבען קיינמאל נישט ג'חלומ'ט מער ווי דעם אז עטליכע כוליגאנעס האבען דא אנגעזייט א חרבן
ווי ערשטוינט זענען זיי אבער געווארען זענדיג ווי אויפן גאס ליגט א דאמסטער ווי א גרויס חלק פין די ווענט ווערט אריינגעווארפן
זיי האבען נישט געוויסט וואס צו טוהן ווייטער, טויזענטער ספרי קודש ליגען בבזיון, אויסגעריסן שווערע טויזענטערס ממון הקדש, קאמפיוטערס ציבראכען אין יעדע זאך איז צו'מזיק'ט, נישט איבערלאזענדיג כמעט קיין שום זאך גאנץ (די מהרסים האבען געוואלט זיכער מאכען אז זיי קומען נישט צירוק האבען זיי פראבירט אנצוזייען די מאקסימום שאדען)
קיינער האט זיי קיינמאל נישט געזאגט אז מען גייט דא בויען אדער אז מען דארף די בנין
די רעשט דארף איך אייך נישט אויספירן אין איז שוין פאר יעדן באקאנט
די סוף פסוק איז געווען אז די זאלי מוסדות האבען ערלעדיגט אז אום חגא זאל די בילדינג דעפארטמענט אראפקומען צו לייגן א סטאפ ארדער, אין כוחם אלא........ דין תורה איז ניטעמאל קיין רעדע......
אבער ווען זיי זענען ארפגע קועמן האבען זיי געלייגט א ארדער אז מען טאר נישט אריינגיין אונעם גאנצען חלק פין די בנין הת''ת, צילוב סכנות נפשות......
אבער די זאליס זענען דאך אזוי זיס משוגע
זיי טראגען ארום זייער עולם אויף א גרויסע רייד
אנגעהויבן פין זייער איבערבויען די בית החיים אין דראבישט ביז דאס שפירן א טעם פין זאלץ אין מהורדר'דיגע ווייץ אא''וו
יעצט אז וויליאמסבורג איז אויף געווען פין די נעימות המידות זייערע פין די קריסטאל נאכט אין נייטרא ת''ת
האבען שנעל איינגעשפאנטע זייערע סטאדע ספינער אין צישטערט זייער וויקעישאן צו פארווישן די סקאנדאהל
אזוי יאגעדיג האבען זיי נישט געכאפט ווי יעדע ספין איז סותר די פריעדיגע אין מאכט נאר מער דאס גענאר
די זאליס האבען דאך נישט קיין פראבלעם
זייערע קעלבער וועלן ענדערש גלייבן א היידפארק שרייבערל טראץ וואס די אויגן זעהן פארקערט
פינקט ווי יעדע זאלי ווייסט אז אין ב''ב זענען ארונים אריין אין בג''ץ טראץ וואס זיי ערשיינען אלס תובעים, אין די זעלבע אין ב''פ, ק''י וכו'
קודם האט איין ניק געבראכען די נייעס
אז ס'האט גארנישט מיט זיי
אדרבה, זיי זענען גאר פיינע מענטשן אין נייטרא זענען די חיות
אין מען בעט זיך שוין ביי זיי א לאנגע צייט, אין אדרבה זיי האבען אפי' ציגעשטעלט פאר נייטרא א צווייטע פלאץ.....
דער נעקסטער ספינער האט זעהט אויס נישט גיט אפגעליינט דער פריעדיגע ספינער, אין לייגט צו
אז נייטרא שלאגט זיך בכלל נישט, זיי זענען נישט דוד עקשטיין נאר זיי זענען נועם המידות.....
לידועה בעלמא: ר' דוד עקשטיין האט קיינמאל נישט ציווארפען א בית המדרש נאר ארויסגענומען א ''סעפטיק'' פין זיין הויף וואס גנבים הולכים בערכעות ומסרבים לדין דארט אריינגעלייגט)
נאכדעם קומט צירוק דער ערשטער ספינער, אין מסביר אז ר' זלמן לייב נעמט זיך אן פאר 82 קעגן נייטרא... (זעהט אויס אז דא קען ער זיך יא אריינמושן, ווייל צווישן די עכטע 2 צדדים וואס רייסן זיך דא ארום קען ער זיך נעבעך נישט אריינמושן)
אין פארארדענט מען זאל פארמאכען די בילדינג (די ארדער פין די בילדינג דעפארטמענט האט רז''ל געשיקט....)
איינער ווייסט אז די זאלי קהל שטייט אינטער די מערכה די צווייטע ווייסט אז די זאלי ת''ת שטייט אינטער די מערכה.... וכו' וכו'
אזוי פארט עס אהין אין צירוק, טראגענדיג ווי אייביג זייער קעלבער אויף א לאנג רייד
אין דער פקדתו שמרה מנהל האט אסאך ארבעט צו זיצן אין מעקן תגובות וואס שטומען נישט מיט די ווערסיעס......
תוקן על ידי היראים ב- 05/07/2011 19:04:47
נשלח ב-5/7/2011 18:10
א שכן זאגט מיר אז די בילדינג דעפארטמענט האט פארארדענט אז מען טאר נישט אריינגיין אונעם ת''ת בנין אויפן טיר איז ארויפגעקלעבט ארדערס,