זיי מסביר די חילוק ביטע. (חוץ איז איך מעג יענער נישט)
נשלח ב-13/7/2011 01:46
רעדן צו א ריפארטער ווען א שיקסע האלט די מייק איז די תירוץ פארען אריינעמן א שיקסע אינדערהיים אין שפילן ווי א עקטאר פאר א גמרא?
ווי אלט ביזטו?
נשלח ב-11/7/2011 04:17
נשלח ב-9/7/2011 01:07
הבדלה, דיין מדמה זיין מילתא למילתא איז א ריכטיגער קלאסישער זאלי סטיל. מ'דארף טרינקען מים חיים סאדע ווייל משה רבינו מיט'ן רבי'ן זי"ע האבן געהאט אינאיינעם עליית נשמה.
דאס גיין מפרסם זיין אז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים האט נישט דאס מינדסטע שייכות מיט גיין אפענטפערן פאר'ן גוי - וועלכער קוקט במילא קרום אויף אונז - די טענות פון אונזערע אוועקגעפאלענע פארדארבענע פירות, ל"ע.
אבער
מיט'ן עצם יסוד ביזטו גערעכט אז ס'איז נישטא קיין שום פעלער אין גיין אפווארפן די געמיינע רכילות וואס די פארדארבענע שיקסע גייט ארומטראגן קעגן אונז. און אין פרינציפ האט משה דוד לענ"ד נישט געטון קיין פעלער מיט'ן רעדן צו די פרעסע אפצוענטפערן אירע שקרים און השמצות.
וואס יא, כדרכו בקודש האט ער גערעדט ווי א וואנזיניגער שוטה, און כ'בין שטארק מסופק צי ער האט נישט געהאלפן פאר די שיקסע אונז באשמוצן פאר די גויים [טראץ וואס דער פילם-מאכער האט העכסט ווארשיינליך ארויסגענומען פון זיינע ווערטער נאר דאס וואס ער/זי האט געוואלט, דארף מען נאך אלץ האבן שכל אין וואס מ'זאגט פאר'ן גוי].
מיט דעם גייט ער זיך אויפטון אז עמיצער וואס פארלאזט אידישקייט פארלירט זיין 'סעיפטי-נעט'?! ס'איז טאקע אמת אז אין די גרויסע פרעמדע גאס איז יעדער מענטש נישט מער ווי א נומבער, און די אלע וועלכע האבן איבערגעלאזט דעם דרך ה' צו גיין זיך באדן אין הבלי עוה"ז אנערקענען, אפילו אויב זיי וועלן עס נישט אלעמאל אפן מודה זיין, אז דארט לאזט מען דיר אויפ'ן וואסער, און אויב דו האסט נישט קיין געלט אדער אנדערע זאכן ביזטו כעפרא דארעא.
אבער פאר'ן גוי איז דאס די ערגסטע זאך. ס'איז א קלאסישער טאקטיק פון אלע דיקטאטורן צו מאכן זייערע אונטערטאנען שפירן כאילו אן זיי האבן די אונטערדרוקטע נישט קיינעם אויף דער וועלט. מערערע רעליגיעזע סעקטעס - להבדיל אלף אלפי הבדלות - נוצן אקוראט דעם דאזיגן מיטל פון אויפבויען א פאלשע 'סעיפטי-נעט' וואס זאל איינרעדן די פארכאפטע אין די סעקטע אז אויב זיי אנטלויפן וועלן זיי בלייבן אויסגעשפיגן פון די גאנצע וועלט אן קיין קרוב און קיין גואל!
פאקטיש איז דאס געווען אקוראט וואס די אפגעפארענע שיקסע טענה'ט פאר די פילם-מאכער אז ווער עס פארלאזט די געמיינדע פארלירט דעם 'סעיפטי-נעט' - זי נוצט דאס אלס תירוץ אויף די קשיא וואס גויים האבן געהאט אין אלע צייטן, וויאזוי קען זיין אז "עם ישראל חי" נאך אזויפיל ביטערע גלות יארן. און זי איז נישט אליין, דער אלגעמיינער תירוץ פון אלע אידן פיינט מבית ומבחוץ אויף די וואונדערליכע ערשיינונג איז אפט געווען אז מיר האבן מורא צו פארלירן דעם 'סעיפטי-נעט'.
דער נארישער גוי מעג געבוירן ווערן הונדערט מאל וועט ער נישט פארשטיין דאס ווארעם הארץ פון איין איד צום צווייטן, און די אומגלויבליכע צדקה וחסד וואס שפרודלט ביי כלל ישראל. ער וועט עס ענדערש אויסטייטשן אלס דיקטאטורישער מיטל צו האלטן אן אייזערנע פויסט אויף די געמיינדע.
כ'זאג נישט אז מ'טאר נישט שילדערן פאר'ן גוי די אויסטערלישע מעשי צדקה וחסד פון ערליכע אידן, אבער לכל זמן ולכל עת, יעדע זאך האט זיך זיין קאנטעקסט. און לדאבוני האט משה דוד דא אנגעמאכט מער שאדן ווי נוצן מיט זיין רעדן צו די פרעסע.
נשלח ב-8/7/2011 20:42
האורח, דיין גאנצע תורה'לא פון ס'שטייט נישט והייתם נקיים מה' ומגוים פאלט אוועק מיט די פאקט אז דער רבי זי"ע איז געגאנגען צו די פרעסע אז די וועלט זאל וויסן אז ערליכע אידן זענען נישט מיט די ציונים. וואס איז דער נפקא מינא צו עס איז אין די פאפירן פרעסע אדער טעלעוויזיע פרעסע.
ווי אויך ווען מען איז ארויס פראטעסטן אין מאנהעטן צו אין וואשינגטאן וואס איז געווען באריכטעט זיי אין די נייעס פאפירן אין סיי אויך די טעלעוויזיע
וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך
נשלח ב-8/7/2011 20:28
טייערע זאליס
ענק ברענגן נערישע לעכערליכע תירוצים דא איז א דא פילם פין ארום א האלבע שעה אין דויטש וואס פילימירט אפ נו יארק סיטי אין ענק פארשטייען כמעט נישט וואס זיי רעדן דארט בלויז 7 מיניט דערפון רעדט מען בכלל פין אינזער געגנט אין אז דער בעיבי וויל עפעס אויפווייזן דארף ער נישט שפילן ווי א עקטאר מיט א גמרא ביי זיך אינדערהיים
דאס מערסטע וואס איך האב באמערקט איז אז זייער אסאך אידן טראגן שבת אין וומ"ס
נשלח ב-8/7/2011 14:53
האט איינער געמערקט אז נידערמאן האלט מיט "יסודי התורה"?
נשלח ב-8/7/2011 14:45
עס שטייט "והייתם נקיים מה' ומישרא" ס'שטייט נישט והייתם נקיים מה' ומגוים. איך בין מסופק צו דעת תורה פון פריערדיגע דור האלט אז מיר דארפן זיך קימערן מיט וואספארא אימעדש מיר האבן אין די גאס עד כדי כך ארויסצוגיין פון וועג און זיך לאזן אפפילמען. ממילא אז א גוי שטעלט אפ אין גאס און פרעגט א שאלה, איז איין זאך, אבער אויף אזוי ווייט, מיין איך האט מען נישט געהערט. מיר האבן געוואוסט אז די רבי זי"ע האט געהאלטן אז מ'דארף מודיע זיין אויפן פרעס קבל עם ומלואה אז מיר זענען קעגן ציונות אבער קיינמאל האבן מיר נישט געהערט אז מען זאל טוהן השתדלות צו ווערן אפגעפילמט מיט דעם ציל.
נשלח ב-8/7/2011 03:49
I see that outspoken answered the same as me in Yiddish in the same time
נשלח ב-8/7/2011 03:48
Im not sure why you call it actor, it looks to me something like 60 minutes in NY (would you call Mayer Wertheimenr and all other KJ officials that answered on Joseph Waldman story for 60 minutes an actor
Someone (left yiddishkeit)from Williamsburg tried to paint a bad image on yiddin and Williamsburg
He is saying and showing the nice side of Williamsburg and explains that the women that left yiddishkeit had some personal reasons and is 1 of 1000's that are still happy with the Williamsburg way of life
נשלח ב-8/7/2011 03:47
איך בין נישט קיין אדוואקאט משה דוד נידערמאן אבער די גאנצע פילם באשטייט פון די הפקר לעבן פון די ארטיסטען אין נארט וויליאמסבורג, איז דא א פרוי אן אגעפארענער ליידער אן אינזער פרי וואס איז א גרויסע שרייבער, זי גיט ארויס א בוך דורך שוסטער און שוסטער איינער פון די גרעסטע פאבלישער אין אמעריקע וואס דאס מאכט אטאמאטיש די בוך פאר א בעסט סעלער, און זי לויפט ארום פאר יעדע ריפארטער אין די וועלט באשמיצען דאס אידישע לעבען, האט משה דוד געוואלט ארויס ברענגען אז פאר יעדע אגעפארענר איז דא צען טויזענט ערליכע