פאלגענד איז וואס א ארוני שרייבט אין ארוני פורום
דירוך שפאצירענדיג די בלעטער פון דעם הקריה, אנפלעקט זיך דאס פאלגענדע בילד:
דער ווילידש וואס איז נסייתד געווארן בשנת תשל''ז, דירוך אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע, מיטן בלויזן ציל, צו פארפולקאמען זיין לעבנ'ס טרוים, אויף צושטעלן א שטעטל, א הייליג ווינקעל, ווייט ווייט פון די רוישיגע שטאט, כדי יודישע קינדער זאלן קענען מגדל זיין די קינדער על דרך התורה ומסורה, עד ביאת הגואל, איז א שטאלץ און פראכט פאר סאטמאר,
דער הייליגער רצון פון דעם צדיק הדורות, איז נתמלא געווארן במלוא מובן המילה,
בגשמיות:
דאס שטעטל ווערט געפירט בגשמיות דירוך א געניטער שטאב פון איבערגעגבנע עסקנים, וואס האבן בלויז איין ציהל פאר די אויגן, צו פארשענערן, און פארבעסערן דאס לעבן פון יעדן איינציגען איינוואוינער, מיטן צושטעלן דאס מאקסמום סערוועס'עס וואס איז נאר שייך, (פול מער וואו ביי די נישט אידישע ווילידשעס,) אז די תושבים זאלן געניסן פון א לעבן מיט מנוחת הנפש, און קענען רואיג מגדל די קינדער על במתי התורה והיראה, אויף די וועגן פון דעם גרויסן און הייליגן מייסד פונעם שטעטל, רבינו הקוה''ט זי''ע ,
ברוחניות
ברוחניות דארף מען דאך אפי' נישט זאגן, דער שטעטל ווערט געפירט דירוך איר גרויסן מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, וואס איז פון די צדיקי הדור, און פון די גאוני הזמן, פון די גרעסטע תלמידים פון רבינו הקוה''ט זי''ע דער מייסד פונעם שטעטל,
און צו זיין רעכטע היינט שטייט דער גרויסער תורה ריז, דער בעל אגלי דבש שליט''א אויך מתלמידי הגדולים פון דעם הייליגן מייסד פונעם שטעטל,
און זיי פירן דעם הייליגען שטעטל אויפן שענסטען אופן וואס איז נאר שייך, אקאראט אזוי איר הייליגער מייסד געוואלט, צו עס זאל זיין די מוסדות החינוך מיט אירע שווערע טויזענטער קינדער, צו איז דאס דער עירוב, די מקווה טהרה, די שחיטה, די מצה בעקעריי, דאס צניעות, צדקה וחסד, מלחמת ה' בעמלק, מיט אלעמענען שטייט קרית יואל אויפן העכסטן ניווא איז נאר שייך, און זי דינט אלס א לייכט טארעם, פאר'ן גאנץ כלל ישראל, וואו אזוי א יודיש שטעטל דארף זיך פירן,
וואו פארשטענדליך אז דער שטן מיט זיין פמליא דאס נישט דערליידן, ער קאן נישט צוקיקן וואו דאס שטעטל וואקסט און בליעט בדרך התורה והמסורה, מלא קדושה, מלא תורה, מלא יראת שמים, מלא צדקה וחסד, ריכטיג גירא בעיני דשטנא, האט דער שטן אנגעהויבן א מאסוויע דיסטראקציע פלאן,
ער האט זיך מלבש געווען אונעם אותו איש, יוזל בן מריא ימ''ש, און אנגעהויבן זייען כאאס אונעם שטעטל, טעראר, רשעות, מסירה, הפרת התורה, לשון הרע, אד''ג, ער האט געמיינט אז ער וועט דערגרייכען זיין ציל, אבער דער הייליגער באשעפער די שומר ישראל, האט אונז געגבן דעם הייליגען צדיק, דער רבי דער ברך משה זי''ע, מיט פולע אנדערע צדיקי הדור, רבי בנימין ראבינאוויטש זי''ע, רבי משה אריה זי''ע, דער מנחת יצחק זי''ע און נאך, וואס מיט זייאער גרויס קדושה האבן זיי מרגיש געווען ווער עס איז זיך מתלבש און דעם אותו איש, און דעם יאשעק וואלדמאן שר''י, און זיי האבן געווארענט דעם ציבור אז מען זאל פון דעם אויסגעשפינגענס שטייען מיילן ווייט, ( יאשעק'ס רבי רבי יואליש איז נאך געווען פון די שאפרסטע קעגן אן התחברות מיט דעם רשע יוזל שר''י)
איז גאר קיין חידוש נישט וואו דער יוזל שר''י האט זיך גענימען בלויז איין ציהל און לעבן, עוקר צו זיין דאס וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט מייסד געווען בדם לבבו,
ממש וואו א מומר אוכל נבילה להכעיס, נישט לתיאבון, אפי ער שטיקט זיך מיט די נבילה, וועט ער עס ווייטער עסן, יודע את בוראו ומכון למרוד בו, רח''ל ,
דער יוזל שר''י איז גרייט מאבד צו זיין מיליונען דאלארען יודיש אויסגעהארוועטע געלטער, פון די בני המן/ אנשי סאסמאן, ער איז גרייט צו ליידן אונאיינעם מיט זיינע ווערעמדיגע שתפים, פון די תוצאות פון זיינע פונסטערע מסירות , ער איז זיך גרייט צו שטיקען מיט די נבילה, אבי ער זאל קענען זייען כאאס אונעם שטעטל, און שטערן די הרחבת גבולי הקדישה, ווייל ער איז גאר דער שטן במלוא הדרו אליינס,
קיין אנדערער הסבר איז ניקס פארהאן,
-------------------------------------------------------------------
יעצט א שנעלע איבערזיכט --------------
דירוך שפאצירענדיג די בלעטער פון דעם הקריה, אנפלעקט זיך דאס פאלגענדע בילד:
דער ווילידש וואס איז נסייתד געווארן בשנת תשל''ז, דירוך אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע, מיטן בלויזן ציל, צו פארפולקאמען זיין לעבנ'ס טרוים, אויף צושטעלן א שטעטל, א הייליג ווינקעל, ווייט ווייט פון די רוישיגע שטאט, כדי יודישע קינדער זאלן קענען מגדל זיין די קינדער על דרך התורה ומסורה, עד ביאת הגואל, איז א שטאלץ און פראכט פאר סאטמאר,
דער הייליגער רצון פון דעם צדיק הדורות, איז נתמלא געווארן במלוא מובן המילה,
בגשמיות:
דאס שטעטל ווערט געפירט בגשמיות דירוך א געניטער שטאב פון איבערגעגבנע עסקנים, איבערגעגעבן פאר וועם? וואס האבן בלויז איין צוויי ציהל פאר די אויגן, צו פארשענערן, און פארבעסערן כלשון כלב אהרן "שענסטע די בעסטע"ד אס לעבן פון יעדן איינציגען איינוואוינער ארוני, מיטן צושטעלן דאס מאקסמום סערוועס'עס וואס איז נאר שייך, (פול מער וואו ביי די נישט אידישע ווילידשעס, שקר) אז די תושבים ארונים זאלן געניסן פון א לעבן מיט מנוחת הנפש, און קענען רואיג מגדל די קינדער על במתי התורה והיראה, אויף די וועגן פון דעם גרויסן און הייליגן מייסד פונעם שטעטל, רבינו הקוה''ט זי''ע , וויזשניץ
ברוחניות
ברוחניות דארף מען דאך אפי' נישט זאגן, טאקע נישט דער שטעטל ווערט געפירט דירוך איר גרויסן ריזיגע מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א די בכל אתר ואתר והגלילות, וואס איז פון די צדיקי הדור די צדיק הדור, און פון די גאוני הזמן משעה 6 אזייגער פארטאגס בדיוק, פון די גרעסטע תלמידים אפלאכערס פון רבינו הקוה''ט זי''ע דער מייסד פונעם שטעטל,
און צו זיין רעכטע היינט האנט ווענדט זיך נעבן וועמענס שטייט דער גרויסער תורה ריז פעיראל דיין, דער בעל אגלי דבש שליט''א אויך וואס די אויך? מתלמידי הגדולים פון דעם הייליגן מייסד פונעם שטעטל,
און זיי ווער איז די זיי? פירן דעם הייליגען שטעטל אויפן שענסטען אופן וואס איז נאר שייך, אקאראט אזוי איר הייליגער מייסד געוואלט, צו עס זאל זיין די מוסדות החינוך עס איז דא 3, וועלכע מיינסטו? מיט אירע שווערע טויזענטער קינדער מיט וויפיל מער ווי די אנדערע צוויי? , צו איז דאס דער עירוב, די מקווה טהרה מען ווארפט ארויס ווער עס האט חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי, די שחיטה ווי איז מאיר הירש?, די מצה בעקעריי וואס אדווערטייזט זיך אין אלע צייטונגען, און פארקויפט זיךאין די גראסעריס, דאס צניעות לאנגע שארט-קאטס מיט שארפע אויגן און איך וויל נישט זאגן ווייטער, צדקה וחסד רייסט ארויס כולל שומרי החומות פישקעס, מלחמת ה' בעמלק מלחמה קעגן אלע וואס גייען נישט אין שפאן, מיט אלעמענען שטייט קרית יואל אויפן העכסטן ניווא איז נאר שייך, און זי דינט אלס א לייכט טארעם, פאר'ן גאנץ כלל ישראל, וואו אזוי א יודיש שטעטל דארף זיך פירן, די גרעסטע חילול השם קומט פון דא
וואו פארשטענדליך אז דער שטן מיט זיין פמליא דאס נישט דערליידן, ער קאן נישט צוקיקן וואו דאס שטעטל וואקסט און בליעט בדרך התורה והמסורה, מלא קדושה, מלא תורה, מלא יראת שמים, מלא צדקה וחסד, ריכטיג גירא בעיני דשטנא, האט דער שטן אנגעהויבן א מאסוויע דיסטראקציע פלאן,
ער האט זיך מלבש געווען אונעם אותו איש, יוזל בן מריא ימ''ש, אהרן בן משה און אנגעהויבן זייען כאאס אונעם שטעטל, טעראר, רשעות, מסירה, הפרת התורה, לשון הרע, אד''ג, ער האט געמיינט אז ער וועט דערגרייכען זיין ציל, אבער דער הייליגער באשעפער די שומר ישראל, האט אונז געגבן דעם הייליגען צדיק, דער רבי דער ברך משה זי''ע, מיט פולע אנדערע צדיקי הדור, רבי בנימין ראבינאוויטש זי''ע, רבי משה אריה זי''ע, דער מנחת יצחק זי''ע און נאך, וואס מיט זייאער גרויס קדושה האבן זיי מרגיש געווען ווער עס איז זיך מתלבש און דעם אותו איש, און דעם יאשעק וואלדמאן שר''י, און זיי האבן געווארענט דעם ציבור אז מען זאל פון דעם אויסגעשפינגענס שטייען מיילן ווייט, ( יאשעק'ס רבי רבי יואליש איז נאך געווען פון די שאפרסטע קעגן אן התחברות מיט דעם רשע יוזל שר''י) דער הייליגע באשעפער האט אונז באשאנקן מיט דעם בעל הצלת יוסף וואס האט געברענגט א ענדע צום טעראר און העלפט יעצט עס אויסרייסן מיטן ווארצל וואס האט געפעלט א האר עס זאל זיך פארשפרייטן מיילן ווייט
-
איז גאר קיין חידוש נישט וואו דער יוזל שר''י האט זיך גענימען בלויז איין ציהל און לעבן, עוקר צו זיין דאס וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט מייסד געווען בדם לבבו, ער זעהט באשיינפערליך ווי כוחו של אותו זקן רביה"ק העלפט אים צוריקשטעלן די שטעטל פאר די טעראר צייטן,
ממש וואו א מומר אוכל נבילה להכעיס, נישט לתיאבון, אפי ער שטיקט זיך מיט די נבילה, וועט ער עס ווייטער עסן, יודע את בוראו ומכון למרוד בו, רח''ל , ער איז נישט קיין ארוני איך גלייב עס נישט,
דער יוזל שר''י איז גרייט מאבד צו זיין מיליונען דאלארען יודיש אויסגעהארוועטע געלטער וועמענס?, פון די בני המן/ אנשי סאסמאן שעלט שעלט, ער איז גרייט צו ליידן אונאיינעם מיט זיינע ווערעמדיגע שתפים, פון די תוצאות פון זיינע פונסטערע מסירות , ער איז זיך גרייט צו שטיקען מיט די נבילה, אבי ער זאל קענען זייען כאאס אונעם שטעטל אנגעדרייט א כאאס און עס איז שוין ווייטער שטיל, און שטערן די הרחבת גבולי הקדישה פארמאכן בתי מדרשים און אונטערדריקן די וואס גייען נישט אין שפאן, ווייל ער דער כלב אהרן איז גאר דער שטן במלוא הדרו מהודרת אליינס,
קיין אנדערער הסבר איז ניקס פארהאן, טאקע נישט
תוקן על ידי ספרינטער ב- 12/07/2011 07:33:10
 |
|
|