כל ישראל ערבים! נעמט א חלק אין עפענען די הייליגע שול, און אין דעם ובערת הרע מישראל ITS PAY BACK TIME
אין די תורה הק' האט משה רבינו ע"ה אויפגעפאדערט פון די אחינו בני ישראל, אז "אחיכם יצאו למלחמה ואתם ישבו פה"? תושבי קרית יואל בפרט, ואנ"ש בכלל, ווערן שטארק אויפגעפאדערט נעמט א חלק בגוף ובממון איבער די מלחמת מצוה!
1). בממון: שטרעקס אויס אייער הילף אויף די געוואלדיגע הוצאות
וואס די מלחמה גייט אפקאסטן, עס ווערט געשאצט קרוב צו א האלבן מילליאן דאללער!
ביטע נעמט ווארעם אויף די עסקנים וואס וועלן אייך אויפאדערן צוצוהעלפן פאר די געוואלדיגע מצוה פון הצלת כלל ישראל בקרית יואל.
ווייל ווי עס פארשטייט זיך אז אינזערע נוגשים האבן זייער אסאך געלט וואס זיי באראבעווען פון אונזערע שווערע אויסגעהארעוועטע טעקסעס, אויף איז צו צושלאגן.
2). בגוף: העלפטס ארויס מיט פארציילן און דאקיומענטירן אייערע היסטארישע איבערלעבענישן פון די טעראריסטישע- אדער דיסקרימענריטע צרות
וואס איר און אייער משפחה, אדער באקאנטע
האבן זיך אן געליטן פאר די לעצטע צענדליגע יארן פון די אידישע מושלי הרשעה ר"ל,
סיי פון די ווילידש באאמטע, סיי פון די אכזריות'דיגע פאבליק אנ-סעפטי,
און סיי דורך די רשעי הקהילה, אדער זייערע שליחים, וואס האבן אייך מצער געווען אדער ארויסגעווארפן, אדער סתם שמאל-אימבאקוועם געמאכט אין די בתי מדרשים,
אדער אויך פון די רשעות אין די ת"ת אדער סקול סיי אייערע ליידן, אדער פון אייערע קינדער וכדו',
ספעציעל פון די אלע רשעים העומדים עכשיו בראש,
פון אויבן ביז אראף וד"ל
"מבכור פרעה היושב על כסאו,,, עד אשר בבית הבור וד"ל!
מען קען זיך ווענדען דירעקט צו די קאמיטע פון עסקנים,
פון די נעמען וואס זענען די שליחי ציבור די אפציעלע אנקלאגערס אויף די פעדעראלען קעיס,