בית פורומים כל העולם כולו

זענען מיר די ערשטע אדער די לעצטע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2011 05:22 לינק ישיר 
זענען מיר די ערשטע אדער די לעצטע

   כיודע ווען רביה''ק מסאטמאר זי''ע איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער אויפגעשטעלט די חינוך סיסטעם אזוי ווי אינדערהיים אן צו טוישען אפילו זיז כל שהוא, ער האט געזאגט אז חינוך הבנים האט ער בקבלה פון זיין גרויסע טאטע ז''ל, די אמעריקאנער גאס האט געלאכט פון אים אז ס'איז אן אלטע צוריקגעבליבענע סיטעם, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז  געלונגען די בעסטע, און די מאדערענע חדרים קוקען היינט וואס מ'קען פון דעם ארויס נעמען גוטע זאכען, און אסאך נעמען אויף חסידישע מלמדים.

רביה''ק מסאטמאר זי''ע פלעגט יעדעס יאר מאכען אן אסיפת מלמדים, און ער פלעגט אנווייזען ווי אזוי מלמדים זאלען זיך פירען, לערנען און רעדען מיט די קינדער, (פריימענער רב ז''ל וואס איז געווען מנהל האט דאס אפגעשריבען) ,פלעגט ער איינע פון זאכען זאגען, אז מ'זאל רעדען מיט קליינע קינדער וועגען עניני קדושה וד''ל, למעשה ווייסען מיר תלמידי ת''ת תורה ויראה אז מהאט דערפון געמאכט א שווייג, קען זיין ווייל די הנהלה האט געהאלטען אז ס'פאסט נישט וכדומה,  אדער האט זיי וויי געטון ווי די שוואכע גאס האט חוזק געמאכט פון זיינע שובבים תורת אדער וואס ער האט געברענגט א פרויען זאקען אין ביהמ''ד און ער האט דאס אנגעטון אויף ידיו הקדושת און געוויזען אז ס'דורך זיכטיג, (שטעלץ ענק פאר אז מהר''א קומט אויף מיט אזא זאך) און נאך ענדליכע זאכען.

 היינט ביים ארבעט א מאדערענע איד געברענגט א אנוויזונג בוך פון אן אמעריקאנער קעמפ, וואס באשטייט די עיקר פון עניני קדושה ווי אזוי די עלטערען דארפן זיין אויפען מיט די קינדער און מסבר זיין, און אז אין די קעמפ וועט מען רעדן דערפון וד''ל.

איצט שטעלט זיך א שאלה דארפן מיר זיך היינט לערנען פון אמעריקאנער חינוך סיסטעם ?    אולי זכינו וואלטן מיר געקענט אנוויייזען אויפן רבינס הייליגע פארשטאנט אין חינוך, און מיר וואלטען איינגעשפארט אסאך עגמת נפש וד''ל.






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2011 05:34 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווי דו האסט געלערנט און אין וועלכע יארן אבער אין מיינע חדר יארן אין די סוף מ' אנהייב נ' האט מען שטארק גערעדט דערפון אין חדר

איך האב געלאכט א גוטס וואס דו שרייבסט וועגן די זאקן אויף די הענט
ס'איז אבער א ביטער געלעכטער, ווייל מיר אליין האבן נישט קיין אנונג וויפיל דער אינטערנעט האט חרוב געמאכט, אמאל איז יעדער געווען אין זיין חסידות און ערליך געפאלגט וואס זיין רבי הייסט, היינט אז דער רבי הייסט עפעס קוקט מען קודם וואס דער קעגנער זאגט, און אויב האט ער גיט שטיקל ליצנות קילט ער עס אפ, און די גאנצע תורה גייט לכבוד דעם כאדאראם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זענען מיר די ערשטע אדער די לעצטע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext