דאס עקל און גרויל פון "כל העולם כולו" שרייבערס ובראשם "בשמחה תמיד"
כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך וועל שרייבען דא, אבער איך קען מער נישט שווייגען ווען מיין געפילען ברויזן אויף אזא שטארקע פארנעם,
דאס בלוט פון לייבי הי"ד איז נאך נישט טריקען, כלל ישראל פארגיסט טרערן על שבר בת עמי, א אידיש קינד איז צושניטען געווארען אויף שטיקליך ה"י רח"ל דער צער פון די עלטערן איז אומבאשרייבליך, מען קען זיך נישט מצער זיין צער השכינה
און די שרייבערס און כל העולם זענענן ביזי מיט פאליטיק לשה"ר ורכילות ארינטערצורייסען א צווייטען איד
פוי!!!!! עטץ זענט אא שעם פאר כלל ישראל, א שעם פאר אנ"ש, א שעם פאר יעדן חסיד!!!
איך האב נעכטן אוועק געשוויצט אויף די גאסן און ב"פ העלפענדיג זיכען דאס קינד, איך בין געקימען און בחדרי זען צו עס איז דא נייעס, האב איך געטראפן לשה"ר מיט פאליטיק!!!!! איז דאס נערמאל?? האבן שוין די פאר שרייבערס פארלוירען יעדעס טראפ מענטשליכקייט??
רק אין יראת אלקים במקום הזה. נאר א פארקרימטער מח קען אזאנס צולאזן!!!!
און וואלן סח, סקאטמאלאן, פיוובארא, קיינער איז נישט מוחה, שעם אן יו!
תוקן על ידי have_hope ב- 13/07/2011 15:56:42
|
|