| נשלח ב-14/7/2011 17:51 |
|
| |
וואס מיינט שנאת-אהבת חינם?
נאכן זיין אויף כמעט צוויי גאנצע נעכט, זיין אויסגעמיטשעט פון זוכען דעס קינד אין שווערע היצען, איז מען געשטאנען נעכטען און אויסגעהרט די הספדים, יעדער האט פארשטאנען אז דא האט פאסירט אזאך שלא כדרך הטבע, דארף מען אריין טראכטען בשל מי הרעה הזה, וכלם בפה אחד זענען געקומען צום מסקנה אז מ'דארף מתקן זיין דאס ענין פון שנאת חינם(אויך ניק ראדני-קינג האט דאס נאך געשריבן נעכטן אינדערפרי) האב איך אזוי מפשפש במעשי געווען, וועם האב איך פיינט, נאכאמאל און נאכאמאל, ביז.. יא ליידער די גאנצע עדה וואס איז מיין פארקערטע פארטיי אבער וואס בין איך שולדיג, מיין רבי שליט''א זאגט דאך אז זיי זענען גזלנים חמסנים, מיין דיינים זאגען אז זיי זענען הולכי בערכעות, מיין פארטיי'ס אפציעלע צייטונג שרייבט אז זיי זענען קשר בוגדים וכהנה וכהנה. ''פארוואס זאל איך זיי טאקע נישט פיינט האבן''. עס וואלט געווען א ריכטיגע זאך אז די מספידים זאלן צאמנעמען די רבי'ס שליט''א און ראשי העדה, זיי מסבר זיין וועגן שנאת אחים, "ואלה הצאן מה עשו", וואס האבן די שעפעלעך וואס האבן גענישטערט איבער גאנץ ברוקלין געזינדיגט אינם ענין פון שנאת חינם, בשעת די ראשים די אמת'ע בעלי מחלוקה זענען געזעצען אין זייער באקוועמע זימער הייזער.... דרך אגב לעצטענס האבן די בעלי דרשנים און בעלי מספדים אויף געפיקט די ווארט ''אהבת חינם'', ווייסט איינער צו ס'שטייט אין ספרים אזא זאך? ממה נפשך אן ערליכע איד איז א חיוב ליב צו האבן, ווידער א רשע טאר מען נישט ליב האבן, לויט ויקיפדיה קומט דאס פון הרב קוק'ס ספר ר''ל. און אלע בעלי הפקרות נוצן עס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2011 00:00 |
|
| |
נאך די אלע שיינע (?) דרשות, האלט איך זיך נאך אלץ ביי מיינס. דאס אלעס איז שנאת חנם, און קיינער האט נישט קיין רעכט פיינט צו האבן א צווייטן. מ'דארף זיך אפשר נישט חבר'ן, און אפשר מוחה זיין אדער מוסר זאגן אויב עס וועט העלפן (כשם שמצוה לומר וכו'), אבער נישט פיינט האבן.
ווען 2 פרעמדע אידן העטן געגאנגען צו ערכאות ה"י, וואלט עס אונז אינטערעסירט אין די לינקע פאה. מיר האבן בעסערע דאגות ווי זיך זארגן דערויף, ווייל כבוד שמים איז גאנץ אונטן אויף אונזער גרויסע ליסטע. אבער אז דער נאר איז מיינער, ס'איז "מיינע" בנינים, "מיין" רבי, "מיין" כבוד, אה, דאן פלוצים איז מען מוחה אויף כבוד שמים, עס באדערט זייער שטארק די ערכאות.... נאכאמאל: וועמען ווילט איר איינרעדן? מיר זענען דאך אלע א נוגע בדבר!!
רבותי, טייערע אידישע קינדער, ידידי היקרים. עפנט אויף אייער אויגן און קוקט ארום. מיר זענען דאך אין אזא נידריגע מצב. דאס וואס השי"ת באקלאגט זיך "על כבוד בו"ד מחיתם על כבודי לא מחיתם" מיינט נישט מן השפה ולחוץ, השי"ת האט געצערנט פארוואס עס טוט נישט באמת וויי, רביה"ק וועלכע האט באמת געבלוטיגט פאר כבוד שמים, עס האט אים וויי געטאן, ריתחא דאורייתא, נישט קיין אייגענע נגיעות, ער האט געדארפט מוחה זיין, אבער מיר האלטן דאך נישט דערביי! עס טוט אונז נישט וויי! סתם שרייען צוליב אייגענע כבוד און שרייען כבוד שמים איז לפענ"ד ערגער ווי בכלל נישט מוחה זיין, ווייל אזוי כאטשיג ביסטו אמת'דיג מיט דיינע מעשים, בסתר כבגלוי, אבער לעבן אין אזא עולם השקר, מיינען זיך אינגאנצן און נוצן דעם אויבערשטנ'ס תורה פאר אן אויסרייד צו האקן אויף יענעם? דאס איז דאך א קרדום לחפור בה! מען באנוצט זיך מיט די תורה פאר אייגענע הנאות, און נאך איסור'דיגע הנאות. לשה"ר, שפיכות דמים, מלבין פני חבירו, מען איז שוין צוגעוואוינט נאכאנאנד דאס צו הערן, אבער דאס זענען שרעקליכע עבירות!
ווען וועלן מיר תשובה טאן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2011 20:26 |
|
| |
איך בין איבערגעשלאפן מיין נעכטיגער תגובה און איך שפיר אז איך האב פארגעסן צו אויספירן א קריטיש וויכטיגער פאנטשליין,
ביטע נאכקוקן און סיי וועלכען ענגלישע דיקשענערי דער באדייט פונעם ווארט SHAM, אויך די ווארט HOAX
יעצט די פאנטשליין:
נאכן זעהן די היסטאריע וויזוי די זאליס האבן געטאן אלע פסלנות'דיגע דריידליך, וואס דער איינציגער ציל איז נאר געווען "זיך צו משתמט זיין פון דין תורה", ס'איז קיין ספק אז די אלע תנאים און פארלאנגען וואס צד מהרז"ל האט פארלאנגט, ווי למשל קרית יואל, אדער אז מ'טאר זיך נישט רופן קהל יטב לב, מ'דארף אביסעלע טינט, וכדומה, דאס איז אלעס געווען א אויסגערעכנטע בלאפערישע אנשטעל, צו שפילן געימס, און זייער באהאלטענע ענדגילטיגער ציל איז נאר געווען, צו טאן אלעס אין די וועלט אז ס'זאל קיינמאל נישט אנקומען צו קיין דין תורה, און זאל נאר אנקומען אין געריכט, איך בין דעם נישט מסופק קיין כי הוא זה,
איז דען דא איין הוה אמינא בעולם צו קלערן אז דער גאנצער א"ג ר' משה מנחם "פלאן" איז נישט מער ווי געווען א SHAM, און א HOAX,
וואס פלאן ווען פלאן? וואס שלעפסטו דא אריין ר' משה מנחם טירנוער מיט ר' ישראל האגער? אפשר זאל מען אראפשלעפן להבדיל מעיאר בלומבערג און אבאמא,
וואס שפילסטו תם? וואס מאכסטו עס מער קאמפליצירט ווי עס איז?
"קום צו דין תורה", פינטל,
קום צו די זעלבע סארט בי"ד ווי אלע פאראטנווארטליכע ערליכע אידישע קהלות גייען ווען זיי האבן קהלה סיכסוכים, אזוי ווי סאטמאר בארא פארק, וכדומה, און לייג דארטן פאר אלע טענות ומענות,
הדבר פשוט מאוד,
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 22/07/2011 21:00:48
Why Can't We All Just Get Along?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2011 19:48 |
|
| |
ראדני קינג! א מעדאל האסט עס גיט אויסגעברענגט די טרוקענע מציאות, סיי די תגובה סיי דיין פריעדיגע תגובה אין דעם אשכול אזא פנים טראגען די מסרבים
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2011 03:41 |
|
| |
געווען אמאל א איד, ראובן, וואס האט געבארגט פארן שכן, שמעון, א האמער,
מארגן קומט ראובן, און פארלאנגט צוריק דעם האמער פון שמעון'ען,
זאגט שמעון, דו ווילסט א האמער?! וועלכער האמער?
וואס הייסט וועלכער האמער?! די וועפסט?! דאס וואס איך האב פון דיר ממש נעכטן געבארגט,
שריי נישט אזוי, זאגט שמעון, בארואיג דיך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך האב נישט געבארגט קיין האמער, דו ביסט דאך דער וואס פארלאנגט פון מיר עפעס, נו דארף מען דאך דא זעהן צו ס'קומט זיך דיר, איך זאג נישט אז נישט,
ראובן ווערט נערוועז, און פארפירט: וואס איז דא צו זעהן?! מאך נישט קיין שטיקעס, אהער מיטן האמער!
ענטפערט שמעון, אפשר קען מען פארהאנדלען?!
וואס פארהאנדלען ווען פארהאנדלען? דו באנדיט!
אוואדי פארהאנדלען! שרייט שמעון, אז די פארלאנגסט א האמער, פארלאנג איך א זעג!
רבונו דעלמא כולם! ווי ביסטו א מחותן מיט מיין זעג?! האסטע געהערט אזאנס!!
האלט פאר שמעון, ראובן'ען, און פרעגט: איך פארשטיי דיך נישט ראובן מיין פריינד, דו זעסט דאך אז יעצט האב איך די האמער און דו די זעג, יעדער האט עפעס, ס'איז שוין סייווי אוזי, פארוואס ביסטו אזא חזיר אז די דארפסט אלעס! נקוט האי כללא בידך: א מענטש וואס דארף אלעס באקומט גארנישט, איזהו עשיר השמח בחלקו,
שמעון זעהט מיט וועם ער האט דא צו טאן, זאגט ער: איך לויף צום דיין, דיך מזמין זיין לדין! און געזונטערהייט, אויב דו האלטסט אז ס'קומט זיך דיר מיין זעג, זאג עס געזונטערהייט פארן דיין,
ווי לויפסטו? קום צוריק, זאגט שמעון, אפשר קען מען אויסארבעטן אשטיקל פלאן, איך קען גראדע זייער א גוט פראפעשאנעל קאנסאלטענט, מיין גוטער חבר, ער איז אביסל טייער, אבער ער איז ווערד יעדע פעני, ער האט שוין אויסגעגליכן זייער אסאך פארפלאנטערטע סיכסוכים, מיט גרויס געניטשאפט,
די מאפיאנער! וואס איז אזוי פארפלאנטערט פון צוריקגעבן א האמער וואס דו האסט נעכטן געבארגט!
איך זעה שוין, זאגט ראובן מיואש'דיג, איך בין דא אריינגעפאלן מיט א רעפאנירטער באנדיט! א מאפיאנער! און א גנב!
הנמשל:
דא בעהט זיך א קהלה א פשוט'ע פארלאנג, קום צו א נארמאלע דרויסענדיגע בי"ד, אזוי ווי אלע אידישע קינדער און די וועלט, ווי באבוב, קראסנא, וויזניץ, תו"א, וכדומה, וואס איז אזוי קאמפליצירט פון אזא זאך? א איד בעט זיך קום צו די"ת,
וואס איז דער ענטפער, מ'שפילט תם, מ'קען דאך נישט גיין צו א ליטווישע בי"ד,
מסכים, לאמיר גיין צו א היימישע בי"ד,
שפילט מען ווייטער תם, ניין סתם א היימשע בי"ד איז נישט גענוג, ס'מוז דוקא זיין א סאטמארע בי"ד, און נישט נאר א סאטמארע, נאר הייסע זאליס, ווי ר' יצחק מאנדל און ריח"מ פר"מ, און מ'זאגט נאך מיט א בלעכענעם פנים אז דאס מיינט גאר "תובע הולך אחר הנתבע"
רח"ל! געהעריג לצנות געמאכט פון תורתינו הק'
ביני לביני, נעמט מען זיך ברעטשען, "מ'רופט די רבי צו די"ת", וכו' וכו'
נאך א יאר ווי יעדער רעכטדענקיגער מענטש זעהט קלאר אן קיין שום צווייפל אז די באנדיטן האבן קיין שום פלאן זיך צו שטעלן צו די"ת, גייט מען ממש בלית ברירה ע"פ הוראות הרבנים, צו קארט, און מ'זאגט קלאר פארן קארט אז אונזער ענדגילטיגער ציל איז צו צווינגען זיי צו קומען צו די"ת,
הייבט מען אן צו פארפירן מיט פארגלייזטע אויגן, "ערכאות", "ווי איז די היתר", "אין נזקקין",
א אומפארשעמטע העזה שאין כמוה! די זעלבע עלמענטן וואס האבן געהעריג לצנות געמאכט פון די"ת, האבן נאך די חוצפה צו פארלאנגען "ווי איז די היתר"
נאך צוויי יאר אויסזויגן דעם דם התמצית, וועקט מען זיך אויף, איך וויל קרית יואל! און מען שפאנט איין ר' משה מנחם, אז מ'גייט "אויסארבעטן א שלום פלאן",
די באנדיט! די אויסווארף!, וואס פלאן ווען פלאן, וואס מאכסטו עס מער קאמפליצירט ווי עס איז, וואס ברעגסטו אן די צייט פון אזא טייערע איד ווי הר"ר משה מנחם, מ'דארף נישט קיין שום פלאן נישט, מ'דארף נישט קיין שום אויגעארבעטאכטס, בלויז איין זאך דארף מען "קום צו די"ת", אזוי ווי יעדעס אינגעלע חדר ווייסט פאר א פשוט'ער זאך, אויב די האלטס אז קר"י געהער פאר דיר, טענה עס געזונטערהייט פארן בי"ד, אבער קום צו די"ת
צום שלוס:
איך זעה באמת נישט וואס איז דא נאך זיך צו טענה'ן, ביי מיר איז די זאך קלאר ווי דער טאג, פון מיין זייט אז דער חלק השקלא וטרי' געשלאסן, אויב איינער וויל האבן די לעצטע ווארט געזונטערהייט,
איך האף יעצט זיך צו נעמען איבער מיין צווייטן שלב וואס איך האב געצילט דהיינו אויסשמועסן א וועג פון ענדיגן די מלחמות און מחלוקת למען השלום ולמען דורותינו, טראץ דער שורת הדין איז אינגאנצן מיט חסידי מהר"א בלי שום פוקפוק,
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 22/07/2011 03:59:11
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 22/07/2011 04:04:20
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2011 01:47 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | והעיקר שכחתי, אז נאך 11 יאר זיצט מען נעבך נאך אין ערכאות ר''ל |
|
דא איז טאקע א געוועלדיג ווייטוג, די ווייטוג איז אבער נישט בלויז אין וויליאמסבורג, די ווייטוג איז אויך אין קרית יואל אדער די אנדערע פעלער ווי צד מהרז''ל קלאגט צד מהר''א אן קיין האלבע היתר בית דין אפילו אין אוודאי אן קיין הזמנה,
די ווייטוג איז יעדע איד וואס גייט אין ערכעות אדער מסירה, די חילול השם איז זייער גרויס
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2011 01:37 |
|
| |
זיי נישט ברוגז איך זעה נישט מיט וואס די האסט מיך אפגענטפרט, דאס אז דיין קוואל פאר דעם בריוו קומט בלויז פין היידפארק נעמט עס אוועק יעדע שטיק נאמנות נאכדערצו אז עס האט די אלע סתירות ווי ערווענט
איך וואלט נישט פארשטאנען דיינע דיקום אינעם בריוו אז ער האט גערעדט מיט בערל פרידמאן, ווייל ווען ער רעדט פין צד מהר''א בפרטיות מיט וועם ער האט געהאנדעלט רעדט ער בלויז פין קרית יואל,
אין נאכמאל די ''תובעים'' פין צד מהר''א האבען קיינמאל נישט מוותר געווען פין זיך רופן קהל יטב לב (קען זיין אז ווען מען וועט האלטן נאר דארט וועלן זיי מסכים זיין אבער לע''ע נישט), אין פרעג מיך נישט אפ פין א בריוו ווי א דיין פין צד מהרז''ל זאל שרייבן אנדערש נאכדערצו ווען די גאנצע בריוו קומט פין צד מהרז''ל'ס פארום
אין איך ווייס נישט ווי עס פאסט דיך איבערצוזאגען די ליצנות'דיגע געדאנק תהליכי הקהילה, פארוואס קען נישט יעדע בעל דין זאגען פאר זיין תובע איך האב נישט קיין תורה איך האב התליכי הביזנעס? איך ווייל מיינע ארבייטער זאלען זיין די דיינים! נאכמער האט דען צד מהר''א נישט פארגעשלאען היימישע בתי דינים? האבען זיי נישט פארגעשלאגען היימישע בוררים?
אין פארוואס זאל ווינער רב דארפן שרייבן א בריוו, וואס וואלט אים אטאמאטיש אריינגעדרייט אלס א חלק פין די סוכסוך, אדרבה לשיטתך אז ר' ישראל דוד זאגט ליגענט אין ער האט דעם היתר נישט געזעהן, היתכן ער לאזט ארומגיין זאגען ליגענט אין זיין נאמען? לשיטתך וואלט ער געדארפט ארויסגעבן א בריוו מכחיש צו זיין, די האלטס טאקע אז צד מהר''א האט נישט געקענט באקומען א היתר בי''ד צו גיין אין ערכעות ווען צד מהרז''ל האט קלאר מסרב געווען?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2011 01:20 |
|
| |
והעיקר שכחתי, אז נאך 11 יאר זיצט מען נעבך נאך אין ערכאות ר''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2011 01:09 |
|
| |
דיןתורה איך וועל פורבירען צו ענטפערן בקיצור(מ'פארט שוין ארויף כאפן פרישע לופט) די פרעגסט מיך אפ פין טעקס פין א געטייפטע בריוו בשם איינעס פין ראדיקאלסטע דיינים פין צד מהרז''ל? פין ווי האסטו די טעקסט פין א בריוו וואס ער זאל האבען אליין געשריבן? ווי איז די אריגענעלע בריוו? פארוואס האט עס קיינער נישט געזעהן ביז היינט? איך וויל דיך נישט חושד זיין אבער די בריוו קוקט אויס צו זיי נישט אמת. איך האב עס גענומען פון דא (איך האב נישט געזען דא ארגינעלער כתב יד) אין וויאזוי קען זיין אז ער האט זיך האט דורכגערעדט מיט די ראה''ק פין צד מהרז''ל אין וומ''ס אין צד מהר''א קרית יואל אין די עיקר תובע וואס איז צד מהר''א אין וומ''ס האט ער אפילו נישט גערעדט?
ליין גוט די בריוו ער שרייבט צווי זאכען 1 והתקשרתי עם ראשי הקהלות משני הצדדים להביא הענין לפני בי"ד של ישראל ולהשכין שלום ושלוה במחנינו, רעדט ער פון ר'בערל פריעדמאן און ר'יענקל כהנא 2 והתקשרתי עם ראה"ק דקרית יואל והודעתי להם על ההסכמתם של ראה"ק דברוקלין להתייצב לדין כנ"ל, וגם הם אמרו לי שהמה מקבלים עליהם להתייצב לדין עם התנאים הנ"ל
רעדט ער פון ר'יענקל כהנא און ר'אברהם ווידער. (אבל הקשיא במקומו עומד, לויט די בריוו האבן וויליאמסבורגער ביידע ראשי קהלה מסכים געווען בזבל''א אן קיין תנאי, נאר מפני דרכי שלום ולמנוע מכשולות בעתיד האט ער געוואלט אריין מישען קר''י, און אז קר''י וויל נישט, קענען נאך די ברוקלין ראשי קהלות גיין צו א בי''ד בזבלא? חוץ אז מזאל זאגען אז ער איז א שוואכע שרייבער.. )
נאך מער, לויט וויפיל איך ווייס האט צד מהר''א קיינמאל נישט מוותר געווען פין זיך רופן קהל יטב לב ביזן פסק. מחלוקות דיןתורה ודומ''ץ מאנטריאל שליט''א והעיקר די דערמאנסט דארט וויזניץ מאנסיער רב וואס לויט וויפיל איך ווייס, האט ער די זעלבע ווערסיע ווי ר' ישראל דוד הארפענעס אין הרב שווייד כנ''ל די האלטס טאקע אז צד מהר''א איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת? וואס קענען זיי דערלייגן? זיי האבען דאך גארנישט פין נכסי וויליאמסבורג חוץ די בית החיים, אין פארוואס האבען זיי געשיקט א הזמנה? מרעדט פון 11 יאר צירוק ווען די ברך משה האט געלעבט, און יעדע היימישע בי''ד וואלט געזאגט אז ער איז בעל בית, און ער קען ארויסוואפען וועם ער וויל, אבער ביי די קארט איז עס א קאפערעשען וואס די פרעזידענט האט א כח, נישט די רבי וואס איז אן ארבייטער (למעשה האט די קארט נישט געוואלט נעמען א שטעלונג און האט דאס געלאזט 'סטעטוס קווא') האבן זיי געשיקט אן הזמנה פון נישט קיין היימישע בי''ד וואס פארשטייט נישט די תהליכי הקהילה, און אפשר וואלטן זיי געפסקנט אז די רבי איז אן איינגעשטעלטער און די ראשי הקהילה זענען די בעלי בתים. לעכערליכע היתר? פארוואס? זיי זאגען דאך א סיבה פארוואס זיי קענען נישט ווייזן די היתר פאר יעדן? אין וועגן דעם האט מען דאך מסכים געווען צו ווייזען פאר ווינער רב, וואס זאגט פאר יעדן אז ער האט עס געזעהן, האלטס אז צד מהר''א וואלט ווען געדארפט טרעפן אזא קלינגעדיגע ליצנות תירוץ ווי תהליכי הקהילה? זאל ער שרייבען א בריוו, יעדער זאגט דאך נאך פון אים אן אנדערע זאך (חוץ אז די אליין האסט אים געפרעגט איז אן אנדערע זאך) בנוגע דיין תשובה פאר ראדני קינג, בין איך גענצליך מחולק אבער איך וועל לאזען ראדני קינג זאל דיך ענטפרן אדרבא, ער האט א שיינע סטייל פון שרייבען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2011 23:26 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | ראדני-קינג
שיין אראפגעלייגט די ערשטע חלק (און איך האלט אינטער די קולסין ווי דיר לגבי דעת הברך משה ז''ל) אבער נקוט זה בידך ''מענטשען זענען נישט קיין עבדים כנענים וואס מ'ירשנט" (רוב קהילת ישראל לעצטענס האבן זיך צוטיילט (שלא בערכאות).
דיין צווייטע חלק איז אינגאנצען נישט צופארשטיין, מיין מאמע האט מיר געזאגט אז מ'גייט נאך די נתבע. און זיי האבן געוואלט גיין צו 3 בתי דינים.
דיןתורה
ווינער רב'ס לעדעל איז אן אויסדרוק אויף די לעכערליקייט פון א היתר וואס די אנדערע זייט טאר נישט זען, און וויענער רב שרייבט גארנישט, אז ער האט דאס געזען און ס'אויסגעהלטען להלכה, און אויף דעם זאגט מען אז די טענה פון ''אין נזקקין'' איז נישט קיין טענה.
הדומ''ץ ממאנטריאל שליט''א האט אויסגעארבעט א פלאן, אז מ'זאל דן זיין אויף אלע נכסי סאטמאר ביי א בי''ד של חמש, און ביידע האבן מסכים געווען, למעשה האט צד מרז''ל אינטערגעשריבען און צד מהר''א נישט.
סך הכל ס'איז א קאץ און מויז געים און. קהלת סאטמאר משופלת עד שאול תחתיה מיטן זיצן אין ערכאות... |
|
לעכערליכע היתר? פארוואס? זיי זאגען דאך א סיבה פארוואס זיי קענען נישט ווייזן די היתר פאר יעדן? אין וועגן דעם האט מען דאך מסכים געווען צו ווייזען פאר ווינער רב, וואס זאגט פאר יעדן אז ער האט עס געזעהן, האלטס אז צד מהר''א וואלט ווען געדארפט טרעפן אזא קלינגעדיגע ליצנות תירוץ ווי תהליכי הקהילה?
דיין צווייטע האלב פין דומ''ץ מאנטיראל איז מופרך מעיקרא ווי איך האב שוין געשריבן א תגובה ארויפציר
בנוגע דיין תשובה פאר ראדני קינג, בין איך גענצליך מחולק אבער איך וועל לאזען ראדני קינג זאל דיך ענטפרן
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2011 23:20 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | ברכות שמים מעל יחולו על ראש הרה"ג עומד לנס עמו כש"ת מוהר"ר גרשון שטעמער שליט"א יו"ר הנהלת עדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א אחדשכ"ה כראוי וכיאות לגברא רבה דכותי' הן נודעתי ע"י ידידי הרבני הנגיד מוהר"ר ני"ו מפה מאנטרעאל שמעכ"ת משתדל בכל עוז להשקיט הריב שנתהוה במחנינו ולמנוע חילול ש"ש נורא ע"י הליכה לערכאות של עכו"ם ונפשו איותה לדעת מהפעילות וההשתדלות שנעשו כבר בנידון לדעת את המעשה אשר יעשה, אשרי לו ואשרי חלקו שיזכה לקדש שם שמים ברבים ולהחזיר השלום על מכונו, באתי בזה בקוצר אמרים לבאר השתלשלות הדברים מהשתדלות שנעשו עד הנה, עד כמה שנוגע להענין, בשלהי חודש אלול העעל"ט אחרי כלות יותר משנה תמימה שהגישו תבועות למשפט בערכאות של עכו"ם נגד קהלתינו הק' בברוקלין, ולדאבונינו כבוד שמו יתברך מתחלל באופן נורא ואיום נכנסתי בעובי הקורה והתקשרתי עם ראשי הקהלות משני הצדדים להביא הענין לפני בי"ד של ישראל ולהשכין שלום ושלוה במחנינו, בעזרתו ית' עלה בידינו אחרי דו"ד ארוך משני הצדדים באנו לעמק השוה והסכימו שניהם לסדר טענותיהם לפני בי"ד של זבל"א וזבל"א מדייני הקהלה, והם יבררו להם שליש, מפני דרכי שלום ולמנוע מכשולות בעתיד, הצענו לפניהם שגם הגאוה"צ רבני הקהלות יחתימו שט"ב, וגם ידיינו הבי"ד על כל נכסי הקהלות והמוסדות ונכסי ציבור בברוקליו ובקרית יואל, כדי להיות בטוח שבזה יסתיימו כל הסיכסוכים ודיונים, כששהיתי בנוי יארק בימי הסליחות פגשתי עם הגה"צ אב"ד דק' בוומ"ס והסכים לכל הנ"ל וגם פגשתי עם ראה"ק דברוקלין והסכימו לכל הנ"ל, ובקשו ממנו ראה"ק בברוקלין שעד שיצא הפס"ד לא יקראו התובעים בשם קהל יטב לב דברוקלין, והתקשרתי עם ראה"ק דקרית יואל והודעתי להם על ההסכמתם של ראה"ק דברוקלין להתייצב לדין כנ"ל, וגם הם אמרו לי שהמה מקבלים עליהם להתייצב לדין עם התנאים הנ"ל, אולם הם רוצים דוקא בי"ד של חמש דהיינו שני דיינים לכל צד והם יבררו להם שליש, אחרי שהבטיחו לי שני הצדדים שהם מסכימים להתייצב לדין בתנאים הנ"ל, הצעתי לפניהם שטר הסכם עם התנאים שנדברו בינינו שיחתימו שני הצדדים ושלחתי לפניהם, קבלתי תשובתם של ראה"ק בברוקליו בכתב שאכן מסכימים לכל, לעומת זאת קבלתי כמה מכתבים אריכת דברים מראה"ק בקרית יואל שהשתמטו עצמם מלחתום עליו באמתלאות שונות, למרות שכבר הבטיחו לי שמקבלים על עצמם להתייצב לדין באופנים.. כנ"ל ולמשוך ידיהם מערכאות של עכו"ם, ומאז ועד עתה קבלתי כמה מכתבים ודברתי עם כמה מראשי הקהלה שלהם שעות אריכות ואחר כמה הפצרות ובקשות,... אבל לעת עתה עדיין לא קבלתי שום הסכמה בכתב שיקבלו עליהם אפילו אחד מהתנאים הנדרשים ולהפסיק התביעות בערכאות, וכעין הדברים האלה סיפר לי הרה"ג אב"ד וויזניץ מאנסי שליט"א שגם הוא ניסה להשפיע עליהם להסכים להתנאים הנדרשים שיסתדר הענין בבי"ד ועדיין לא הצליח לקבלם, מכל מקום עדיין לא אבדה תקותי וכ"ש שמעכ"ת גברא רבה דמרא סייעא ליה זה הרבה שנין לטוב, תחזקנה ידי מעכ"ת שליט"א ומי יותן והיה שנזכה למנוע חילול ש"ש ושנאת חנם ולרומם ולקדש שמו יתברך והעושה שלום במרומיו הוא יפרוס סוכת שלומו עלינו ועל כל ישראל ובזכות זה נזכה לאור חדש על ציון יאיר בביגוא"צ בב"א הכ"ד מוקירו ומכבדו דושה"ט ומצפה לישועת ה' בקרוב הק' משה מנחם טירנוער
|
|
די פרעגסט מיך אפ פין טעקס פין א געטייפטע בריוו בשם איינעס פין ראדיקאלסטע דיינים פין צד מהרז''ל? פין ווי האסטו די טעקסט פין א בריוו וואס ער זאל האבען אליין געשריבן? ווי איז די אריגענעלע בריוו? פארוואס האט עס קיינער נישט געזעהן ביז היינט? איך וויל דיך נישט חושד זיין אבער די בריוו קוקט אויס צו זיי נישט אמת.
אין וויאזוי קען זיין אז ער האט זיך האט דורכגערעדט מיט די ראה''ק פין צד מהרז''ל אין וומ''ס אין צד מהר''א קרית יואל אין די עיקר תובע וואס איז צד מהר''א אין וומ''ס האט ער אפילו נישט גערעדט?
נאך מער, לויט וויפיל איך ווייס האט צד מהר''א קיינמאל נישט מוותר געווען פין זיך רופן קהל יטב לב ביזן פסק.
והעיקר די דערמאנסט דארט וויזניץ מאנסיער רב וואס לויט וויפיל איך ווייס, האט ער די זעלבע ווערסיע ווי ר' ישראל דוד הארפענעס אין הרב שווייד
די האלטס טאקע אז צד מהר''א איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת? וואס קענען זיי דערלייגן? זיי האבען דאך גארנישט פין נכסי וויליאמסבורג חוץ די בית החיים, אין פארוואס האבען זיי געשיקט א הזמנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2011 23:02 |
|
| |
ברכות שמים מעל יחולו על ראש הרה"ג עומד לנס עמו כש"ת מוהר"ר גרשון שטעמער שליט"א יו"ר הנהלת עדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א אחדשכ"ה כראוי וכיאות לגברא רבה דכותי' הן נודעתי ע"י ידידי הרבני הנגיד מוהר"ר ני"ו מפה מאנטרעאל שמעכ"ת משתדל בכל עוז להשקיט הריב שנתהוה במחנינו ולמנוע חילול ש"ש נורא ע"י הליכה לערכאות של עכו"ם ונפשו איותה לדעת מהפעילות וההשתדלות שנעשו כבר בנידון לדעת את המעשה אשר יעשה, אשרי לו ואשרי חלקו שיזכה לקדש שם שמים ברבים ולהחזיר השלום על מכונו, באתי בזה בקוצר אמרים לבאר השתלשלות הדברים מהשתדלות שנעשו עד הנה, עד כמה שנוגע להענין, בשלהי חודש אלול העעל"ט אחרי כלות יותר משנה תמימה שהגישו תבועות למשפט בערכאות של עכו"ם נגד קהלתינו הק' בברוקלין, ולדאבונינו כבוד שמו יתברך מתחלל באופן נורא ואיום נכנסתי בעובי הקורה והתקשרתי עם ראשי הקהלות משני הצדדים להביא הענין לפני בי"ד של ישראל ולהשכין שלום ושלוה במחנינו, בעזרתו ית' עלה בידינו אחרי דו"ד ארוך משני הצדדים באנו לעמק השוה והסכימו שניהם לסדר טענותיהם לפני בי"ד של זבל"א וזבל"א מדייני הקהלה, והם יבררו להם שליש, מפני דרכי שלום ולמנוע מכשולות בעתיד, הצענו לפניהם שגם הגאוה"צ רבני הקהלות יחתימו שט"ב, וגם ידיינו הבי"ד על כל נכסי הקהלות והמוסדות ונכסי ציבור בברוקליו ובקרית יואל, כדי להיות בטוח שבזה יסתיימו כל הסיכסוכים ודיונים, כששהיתי בנוי יארק בימי הסליחות פגשתי עם הגה"צ אב"ד דק' בוומ"ס והסכים לכל הנ"ל וגם פגשתי עם ראה"ק דברוקלין והסכימו לכל הנ"ל, ובקשו ממנו ראה"ק בברוקלין שעד שיצא הפס"ד לא יקראו התובעים בשם קהל יטב לב דברוקלין, והתקשרתי עם ראה"ק דקרית יואל והודעתי להם על ההסכמתם של ראה"ק דברוקלין להתייצב לדין כנ"ל, וגם הם אמרו לי שהמה מקבלים עליהם להתייצב לדין עם התנאים הנ"ל, אולם הם רוצים דוקא בי"ד של חמש דהיינו שני דיינים לכל צד והם יבררו להם שליש, אחרי שהבטיחו לי שני הצדדים שהם מסכימים להתייצב לדין בתנאים הנ"ל, הצעתי לפניהם שטר הסכם עם התנאים שנדברו בינינו שיחתימו שני הצדדים ושלחתי לפניהם, קבלתי תשובתם של ראה"ק בברוקליו בכתב שאכן מסכימים לכל, לעומת זאת קבלתי כמה מכתבים אריכת דברים מראה"ק בקרית יואל שהשתמטו עצמם מלחתום עליו באמתלאות שונות, למרות שכבר הבטיחו לי שמקבלים על עצמם להתייצב לדין באופנים.. כנ"ל ולמשוך ידיהם מערכאות של עכו"ם, ומאז ועד עתה קבלתי כמה מכתבים ודברתי עם כמה מראשי הקהלה שלהם שעות אריכות ואחר כמה הפצרות ובקשות,... אבל לעת עתה עדיין לא קבלתי שום הסכמה בכתב שיקבלו עליהם אפילו אחד מהתנאים הנדרשים ולהפסיק התביעות בערכאות, וכעין הדברים האלה סיפר לי הרה"ג אב"ד וויזניץ מאנסי שליט"א שגם הוא ניסה להשפיע עליהם להסכים להתנאים הנדרשים שיסתדר הענין בבי"ד ועדיין לא הצליח לקבלם, מכל מקום עדיין לא אבדה תקותי וכ"ש שמעכ"ת גברא רבה דמרא סייעא ליה זה הרבה שנין לטוב, תחזקנה ידי מעכ"ת שליט"א ומי יותן והיה שנזכה למנוע חילול ש"ש ושנאת חנם ולרומם ולקדש שמו יתברך והעושה שלום במרומיו הוא יפרוס סוכת שלומו עלינו ועל כל ישראל ובזכות זה נזכה לאור חדש על ציון יאיר בביגוא"צ בב"א הכ"ד מוקירו ומכבדו דושה"ט ומצפה לישועת ה' בקרוב הק' משה מנחם טירנוער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2011 23:00 |
|
| |
ראדני-קינג שיין אראפגעלייגט די ערשטע חלק (און איך האלט אינטער די קולסין ווי דיר לגבי דעת הברך משה ז''ל) אבער נקוט זה בידך ''מענטשען זענען נישט קיין עבדים כנענים וואס מ'ירשנט" (רוב קהילת ישראל לעצטענס האבן זיך צוטיילט (שלא בערכאות). דיין צווייטע חלק איז אינגאנצען נישט צופארשטיין, מיין מאמע האט מיר געזאגט אז מ'גייט נאך די נתבע. און זיי האבן געוואלט גיין צו 3 בתי דינים.
דיןתורה ווינער רב'ס לעדעל איז אן אויסדרוק אויף די לעכערליקייט פון א היתר וואס די אנדערע זייט טאר נישט זען, און וויענער רב שרייבט גארנישט, אז ער האט דאס געזען און ס'אויסגעהלטען להלכה, און אויף דעם זאגט מען אז די טענה פון ''אין נזקקין'' איז נישט קיין טענה.
הדומ''ץ ממאנטריאל שליט''א האט אויסגעארבעט א פלאן, אז מ'זאל דן זיין אויף אלע נכסי סאטמאר ביי א בי''ד של חמש, און ביידע האבן מסכים געווען, למעשה האט צד מרז''ל אינטערגעשריבען און צד מהר''א נישט.
סך הכל ס'איז א קאץ און מויז געים און. קהלת סאטמאר משופלת עד שאול תחתיה מיטן זיצן אין ערכאות...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2011 20:36 |
|
| |
אוטספאקען, לויט ווי איך פארשטיי ברענגסטו דא אראפ ''למען השלום'' די טענות פין צד מהרז''ל אין וויבאלד די פילסט נישט גענוג באקוועם צו ריינוואשען דיין צד לייגסטו אראפ א בילד אז ביידע זענען שילדיג, וואס איז אבער אין דעים פאל זייער פאלטש
קודם דאס חוזק'ן כאילו ווינער רב אדער זיין לעידל איז די גאנצע אויסרייד פין צד מהר''א צו גיין אין ערכעות איז שוין א ראי' צו מיינע פריעדיגע ווערטער
צד מהר''א האט קיינמאל נישט געזאגט אז ווינער רב האט געגבן דעם היתר ערכעות אדער אז דער היתר ליגט אין זיין לעדל, דאס איז נישט מער ווי א חוזק ניגון אפצושפעטן כאילו דא גאנצע היתר בי''ד איז נאר פין ווינער רב'ס לעידל אין איז כמובן נישט אמת וואס איז פאקטיש יא געווען איז: ווען ר' ישראל דוד הארפענעס האט זיך אריינגלייגט בעובי הקורא צו ברענגן צד מהרז''ל צו דין תורה האבען זיי ג'טענה'ט אין נזקקין ווייל צד מהר''א איז אריין אין קארט, אין פארשטייט זיך אז מהר''א האט אויף דעם גענטפרט אז זיי האבען דאס געטוהן מיט א היתר בי''ד וויבאלד צד מהרז''ל האט מסרב געווען נאך 3 הזמנות והתראות בי''ד, האבען זיי באקומען א היתר בי''ד צו גיין אין ערכעות, אין ווען צד מהרז''ל האט גענטפרט אז זיי גלייבן נישט אז בי''ד זאל זיך וועלן אריינמושן אין געבן פאר צד מהר''א א היתר בי''ד, האט ר' ישראל דוד מציע געווען פאר ביידע צדדים מען זאל זיך פאראייניגען אין ווייזען די היתר בי''ד פאר איינעם וואס ביידע וועלן געטרויען, ביידע צדדים האבען דעמאלטס געזאגט אז זיי וועלן געטרויען ווינער רב וועלכע האט אייביג געהייסן זייער נייטראל אין די מחלוקה, אין אויב ער וועט באשטעטיגן די היתר וועלן זיי נישט טענה'ן מער אין נזקקין, פארשטייט זיך אז צד מהר''א איז גלייך אריבער געלאפען צום ווינער רב צו צייגען דעם היתר בי''ד פין מער ווי 4 פראמינענטע רבנים, ווינער רב האט דאס שפעטער באשטעטיגט פאר צד מהרז''ל, ליתר שאת האט מען די היתר אויך געוויזן פאר ר' ישראל דוד פאר די אנדערע רבנים וואס האבען געארבעט מיט אים, אויף דעם ארויף האט שאול פערלשטיין געזאגט אז ווינער רב האט אים קלאר געזאגט אז ער האט נישט די היתר אין ער גיבט נישט די היתר, דאס פארציילט ער אבער נישט אז ווינער זאגט פאר יעדן אז ער האט 'געזעהן' דעם היתר פין די רבנים אין עס איז אויסגעהאלטן לפנים משורת הדין.
צום צווייטען חלק וואס די ערווענסט אז צד מהר''א דארף מסכים זיין אריינצולייגן אין די תביעה אויך קרית יואל, איז אויך א געוואלדיגע פלא,
קודם כל לפי ידעתי האבען זיי לעצטנס געלאזט וויסן אז זיי זענען גרייט דערויף לפנים משוה''ד, והשנית מיט וואס פאר א רעכט קען דעם נתבע פארלאנגען פונעם תובע וואס דער דיון זאל זיין? האט איר שוין אמאל געהערט אזא מין דערהער אז ראובן רופט שמעון צו די''ת, זאגט אים שמעון איך בין נאר גרייט אז די לייגטס אויך אריין אינעם דיון דיין הויז פין א צווייטע שטאט, פארוואס פאר ווי פאר ווען? ממה נפשך האט דען צד מהרז''ל א תביעה אויך קרית יואל פארוואס שיקען זיי נישט קיין הזמנה? צד מהר''א האט דאך שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז אויב שיקט מען זיי א הזמנה זענען זיי גלייך גרייט צו גיין צו דין תורה, אין אויב איז נישטו קיין תביעה וואס הייסט דעמאלטס אז מען דארף דאס אריינשטעלן אינעם דיון? אין ווי קען עס אפילו אריינקומען אינעם דיון, וואס האט די בעלות פין קרית יואלע בנינים צו בערל פרידמאן איז ראש הקהל צו יענקל כהנא איז ראש הקהל? קרית יואל איז א זעלבסשטענדיגע קהילה, אין וויבאלד די תובע איז נאר תובע איבער ווער איז ראש הקהל אין וומ''ס איז נישטו קיין נארמאלע סיבה ווי קרית יואל זאל קענען אריינקומען אינעם דיון לפענ''ד
אז מען רעדט שוין וויל איך פארשטיין, אויב צד מהרז''ל ווייטוגט אזוי שטארק אויף דאס ענין פין ערכעות טראץ וואס צד מהר''א האט א היתר בי''ד, טראץ וואס וואס השמטה מדין תורה ווייטוגט זיי נישט, דאן פארוואס ביים בית החיים זענען זיי אזוי גרינג אריין אין ערכעות ניטעמאל פראבירט צו שיקן א הזמנה, אפילו פין א פרעמדע בית דין?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2011 06:59 |
|
| |
טראץ ווי איך האב ערווענט אז הגיע הזמן צו אפשטעלן די מלחמות אין סאטמאר,
פיל איך אבער פאר וויכטיג צו קלאר מאכן, אז ס'ביי מיר ברור כיום אז ס'נישטא קיין שום מקום צו בארעכטיגן צד מהרז"ל, בעיקר מיט די באהאנדלונג אויפן רבי'ן ז"ל דעם ברך משה, פארדעם וועלן זיי דארפן טאן א ערנסטע תשובת המשקל, מפייס זיין פארן קבר פון רבי'ן, מיט 10 אידן,
וויפיל איך האב נאר פרובירט זיי צו בארעכטיגן, האב איך נישט געקענט בשום אין פנים ואופן זיי געבן א ברעקל גערעכטיקייט, לפי שורת הדין קומט זיך פאר רז"ל "גארנישט", "זערא", [איך רעד נישט פון פערזענליכע ירושה, איך רעד פון "הנהגה"], און איך זאג שוין, איך גיי מיך נישט אריינלאזן און קיין טענות איבער דעם, ווייל אין יאר תשע"א, 11 יאר זינט די מחלוקה, גיי איך קיינעם נישט איבערמאכן, און איך בין ברור אז בתהום לבבם ווייסן גוט רוב פון די אנשי רז"ל איז זיי זענען באנדיטן און האבן קיין שום גערעכטיקייט, איך האלט נישט ביים סתם שפילן געימס ווער ס'קען געווינען א דיבעיט,
יעצט אזוי, די טענה אז ס'שוין ממילא ציטיילט און מ'קען שוין נישט צוריקדרייען די זייגער, איז גראדע זייער א לאגישער דערהער, סקלינגט זיך גוט, למשל, איך גלייב אז ביי די באבובער די"ת, אפי' לו יצויר אויב דער בי"ד זאל איינזעהן אז רמ"ד איז גערעכט, גלייבט זיך שווער אז זיי וועלן ארויסשטעלן רב"צ פון ביהמ"ד און אריינזעצן רמ"ד, ווייל יעדער פארשטייט אז דאס איז דאס וועט האבן גאר טיפע ווייטוגליכע קאנצקווענצן, און א אידישער בי"ד ארבעט שכל'דיג און תורה'דיג, אז אלעס זאל גיין בדרכי נועם.
אבער דער טענה זעלבסט, איז וואס פראסקעט ענק זייער און פנים.
און איך בעט מ'זאל זיך קאנצעטרירן און פארשטיין מיינע פאלגענדע דיבורים, וועט עטס איינזעהן אז ניכרין דברי אמת,
אויב זאל איך אנעמען דעם רעיון אז היות ס'איז שוין אזוי קען מען נישט צוריקדרייען, מוז מיר בע"כ אנעמען אז דער רבי ז"ל דער ברך משה, איז נישט מער און נישט ווייניגער, געווען א אומפאראנטווארטליכער שלעגער און א וועלטס משוגענער, ממש כמעט א משה גבאי, להבדיל אלף אלפי הבדלות,
טראכט אריין, מגיימיר דאך דא אויפן מהלך אז למען השלום ולמען הדיפלאמאטישקייט, דרייט מען נישט צוריק דער זייגער,
יעצט לאמיר צוריקגיין צו תשנ"ט, סאטמאר איז איין חסידות, איין רבי, איין קהלה, די בני יואל און אלע קעגנער למיניהם זענען שוין איבער 10 יאר אפגעטיילט פון די קהלה, דער ברך משה פאר 20 יאר טוט ער אלעס אין די וועלט אז יעדער זאל פארשטיין אז ר' אהרן גייט זיין דער יורש פון דעם איינעם קהלה, פארשטייט יעדער איינער אז אפי' לאמיר זאגן אז דער ברך משה האט בערוב ימיו, זיך בארעכנט אז אפשר זענען די קעגנער פון ר' אהרן נישט אזוי געפערליך, אפשר קומט זיך עפעס פאר ר' זלמן לייב'ן, דארף מען דאך דא ארבעטן מיט אביסל פאראנטווארטליקייט, מ'גייט נישט פון איין טאג אויפן אנדערן ארויסווארפן פון וומ"ס די אלט געזעסענע פירער און זיי ערזעצן מיט די זעלבע וועם מ'האט פארשאלטן די לעצטע 10 יאר, אפי' ווי גערעכט זיי זאלן נישט זיין, מ'דארף זיין א געהעריגע צידרייטער צו טראכטן אז דאס איז וואס דער ברך משה האט געוואלט, אויב דער ברך משה וואלט באמת חרטה געהאט פארן אסר'ן בני יואל וואלט ער ווען געקענט אויף זייער א שכל'דיגער וועג מאכן א מיטינג מיט די ראשי הקהלה אין ר' אהרן, און זיי פארלייגן, מיינע טייערע פריינד, איך האב מיך בארעכנט אפשר זאל מען זיך מער נישט קריגן מיט די בני יואל, אפשר זאל מען אראפנעמען די איסור, און אפשר זיין געבן פארגיטיגונג געלט, און לעבן ווי ברודער, וכדומה, אנשטאט דעם גייט ער ווי א משה גבאי [ח"ו נאר סארקאסטיש], און פון איין טאג אויפן אנדערן צוהאקט ער די חסידות און 2, ווארפט ארויס די אלט געזעסענע חסידים, און זעצט אריין לויטער קעגנער פון ר' אהרן, איז דאס נישט אומפאראנטווארטליכקייט אויפן העכסטן קלימאקס?!
די וואס וויל וויסן דעם אמת ווייסן זייערגוט דעם אמת, אז ס'נישט מעגליך אז דער ברך משה האט דאס געוואלט, א מענטש וואס פלעגט פירן דין תורות און גוט פארשטאנען וואס די תוצאות פון אזא זאך, איז נישט מעגליך זאל טאן אזא אומדערהערטע ווילדע שריט, צו אנצינדן א מחלוקה שאין כמוה,
דאס איז אלעס ע"פ נימוס ושכל,
וע"פ דת תורתינו הק' זענען זיי על אחת כמה וכמה אומגערעכט ווי עבודה זרה, צד ר' אהרן האט קלאר געטאן כל מה שבידם ע"פ תורה, בלי שום ספק,
און איך וועל עס מסביר זיין מיט א עובדא אמיתי,
בעת עס האט זיך אנגעהויבן די ציונים באוועגונג און פאלעסטינע ארץ ישראל, האט רב קוק גע'פסק'נט אז ע"פ הלכה איז מותר צו גראבן שוץ גרובער אום שבת אין ארץ ישראל, אפי' ווען ס'נישט קיין שעת מלחמה, ער איז געקומען זיך טענה'ן מיט דאכצעך רי"ח זאנענפעלד, האט רי"ח זיך אנגערופן, איך האלט אז מ'טאר ע"פ הלכה נישט גראבן די גרובער אום שבת, רב קוק האט זיך געגרייט אויף עפעס א טיפער פשעטל, פרעגט רב קוק פארוואס נישט, ענפערט רי"ח קורץ, "ווייל מיין מאמע האט מיר געזאגט אז א איד טאר נישט מחלל שבת זיין!", ביי דעם האט זיך עס געענדיגט!
לענינינו, איין איד האט גערופן אן אנדערן איד צו די"ת, איך ווייס איין זאך מיין רבי האט מיך אויסגעלערנט אין חדר "אז ווען מ'רופט איינעם צו די"ת קומט מען", נישט מ'קומט מיט אומפארשעמטע דריידליך "תהלוכי הקהלה", "מ'קען נישט רופן די רבי צו די"ת,, וכו' וכו', קיינער קען נישט געבן קיין היתר פאר אזא זאך, דאס איז געהעריג עקירת הדת,
מיט דעם אלעם האלט איך אז מ'מעג אנהויבן צו נאכלאזן פון די מחלוקה, איך האף איך וועל האבן צייט צו מרחיב זיין הדיבור דערוועגן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2011 05:46 |
|
| |
משהלע טייערע מאך א גוגל סורטש '' וויענער רב לעדל ''
|
|
|
|
|