בית פורומים כל העולם כולו

מהרז"ל: איך גיי נישט צו די לוי', איך וויל גיין שלאפן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2011 21:00 לינק ישיר 
מהרז"ל: איך גיי נישט צו די לוי', איך וויל גיין שלאפן


אפשר איז יעצט נישט די צייט פאר דעם, אבער ההכרח לא יגונה.

מיט שאק (אפשר גארנישט קיין שאק) האב איך היינט צופרי גהערט פון א ידיד מיינער, אז בו בזמן ווען רבינו שליט"א וואס איז געווען איו ב"פ אויף א חתונה ווי ער איז געווען ווי דער זיידע בראש המסובים, האט געזען פאר וויכטיג צו גיין צום לוי' פון דער קליין קרבן ציבור, און אפי' דאס האט געברענגט א גרויסע פארשעטינגונג אין די שמחה, אבער דאס צער און טראגדיע איז גובר איבער אלעס.

בו בזמן איז דער לץ מהרז"ל געווען אין ב"פ אויף א חתונה פון איינע פון די לעפקאוויטש פאמילע אין רענעסאנס ווי ער האט באקומען סידור קידושין, אבער צייט צו גיין זיך משתתף זיין בצערן של ישראל האט ער נישט געטראפן, ער האט נישט פארשטאנען אז ער דארף גיין צום לוי' פון דעם קרבן ציבור.

נאר גראד נאך די חתונה אין רענעסאנס האט ער זיך אויפגעהויבן און צוריק צו דאטשע מיט די פוס ארויף. מסתמה איז ער געווען זייער מיד פון הערן קול מבשר א גאנצען טאג



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2011 00:06 לינק ישיר 

צו די אלע שרייבער, מישמאש און אנדערע,

גיט א קוק וואס איך האב אקאורשט געשריבן אין אן אנדער אשכול, וועגן שנאת / אהבת חנם.

גייט ענק באמת אן וואס רז"ל האט געטון יענע נאכט? פארוואס אינטערעסירט עס ענק? און אויב זענט עטץ אזוי נידריג אז מען איז פארנומען מיט "יענעם", פארוואס פויקט איר עס אויס ברבים? נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען שרייבן, דרוקן, און מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט!! פאר קיין שום איד נישט! עס איז דאך א עקל דער סארט התנהגות!!

הערט אויף טראכטן פון יענעם, זוכן עבירות וואס איז נישט אונזערע דאגות, נישט אויף דעם זאגט אונז דער פסוק "הוכח תוכיח", נאר אייערע חברים וואס האבן בלעקבעריס און איי-פאדס, און פרעסן אן פארלעסליכע הכשרים, און רעדן לשה"ר ורכילות 24/7, פאר זיי זאלט איר מוסר זאגן. איר דארפט נישט זיין די וועלטס פארזארגער. קיינער האט אייך נישט געבעטן און קיינער וועט זיך פאר אייך נישט באדאנקען. יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, השי"ת קען זיך אליינס אן עצה געבן אין זיין וועלטל, ער דארף נישט אייער 'געטרייע' אומגעבעטענע הילף. ער עקלט זיך דערפון.

זייט גרייט ווען משיח ווען קומען, וועט איר פערזענליך מוזן איבערבעטן די אלע אידן וועמען איר פארשעמט דא.

און ער קומט שוין אט אט! הנה זה אחר כתלינו!

טוט תשובה!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2011 19:48 לינק ישיר 

מישמאש, גיט ארויסגעברענגט

אגב, א קווינס בחור'ל האט אינפארמירט אז ער גייט ברענגן די געוואלדיגע שלות סעודות תורה וואס רז''ל האט געזאגט פאר די ''850'' בחורים (פין זייער היידפארק קאלקעלעיטר) אין קווינס קעמפ
 אזש ער האט געמיינט ס'איז הו''ר אדער יום כיפור אין 'ראדני' (נישטו ווער ס'זאל לאכען, נאכדערצו אויב איר זענט שוין געווען אין ראדני הו''ר אדער יו''כ...)
אפי' די בחורים וואס באהאלטן זיך אין די לעכער (עפ''ל פין בלומענפעלד) האבען מיטגעוויינט...
אבער ס'איז אינטערסאנט אז נאך א וואך צייט האט ער נאכנישט געקענט שאפען די שלות סעודות תורה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2011 18:31 לינק ישיר 

דא שטעלט זיך ארויס שוין צום טויזענסטען מאל די חילוק ציווישען כ''ק רבינו שליט''א און להבדיל אלף אלפי הבדלות זיין קליינע בעבי ברידער דער וועקי מן הארץ ר' זאלישעל מביסטריץ,

דער רבי שליט''א איז א א רבי מיט א דעת תורה, מיט א מהלך, מיט אן איייגענע מיינונג, נעמט א שטעלונג און אלע הלכהדיגע ענינים וואס זעענען עומדים על הפרק, צו עס איז די שייטלען און אינדיע, צו די גיורת פרשה, די שמיטה לולבים, אריזונה ווייץ, צומות גידין, הינער מיט מער וואו צוויי פוס, יעצט די זמנים פון מצש''ק און אפסטעט ניו יארק, אזוי ווייטער און ווייטער,

די זעלבע אויך און מלחמת ה' בעמלק, זאגט ער ארויס דעם דעת תורה אן קיין פחד און אן קיין מורא, און אן קיין חשבן פון ווייטערדיגע קאנציקווענצען, ער רעכענט זיך נישט וואס דער וועט זאגן יענער וועט זאגן,  צו עס שטימט יא מיט די פאליטיק צו עס שטימט נישט, ער טיט ואס ער האט צו טאן, וואו א ריכטיגער מנהיג ישראל, אזוי וואו  עס האבן זיך געפירט אונזער היילגע רבי'ס דער הייליגער דברי יואל זי''ע, און דער הייליגער ברך משה זי''ע,

ער איז געגאנגען צו די לוויה, אפי' ער האט געהאלטען און מיטן א חתונה, וואס ער איז געווען דער ראש המסיבים, ער האט געהאלטען אז עס איז א צרת הכלל, און אויב ער איז און די שטאט מיז ער גיין, און אזוי האט ער געטאן,

להבדיל דער ר' זאלי, האט נאך נישט גענימען קיין שום שטעלונג און קיין שום זאך וואס האט צו טאן מיט הלכה, אדער השקפה, מען הערט נישט פון דעם שיינעם קינד, קיין בום, ער שווייגט מיט א מעכטיגע שטיל שווייגעניש, וואס איז נישט צו באגרייפען, אים אונטערעסירט נישט קיין גיורת פרשה, צומות גידין, געזאלצענע ווייץ, שטיין זאלטץ, ווערים און וואסער, ווערים און די סטראבאריס, קינדער ווערן ברוטאליש געהארגעט,  גארנישט, ער זיצט מיט די פוס און די הייעך און לאכט פון די וועלט,

חוץ די פאר זאכן איז אים גראדע יא אנגעגאנגען, וואו למשל: אז דער עולם עסט ריפעלד פאטעטא שיפס, און אז מען גיט קאווע פסח, און די געלע ראדני שול,

יא שיעור נישט פארגעסן נאך א זאך, אז בשנת תש''ן ווען די קינדער פונעם היליגען ברך משה זי''ע האבן געהאט א מיטינג מיט הנהלת קהלתינו הק' וועגען די צרות וואס דער הייליגער ברך משה האט זיך דאם צוזאם געליטען פון די בני המן די ווערים און קרעטץ, די היינטיגע גדולי חסידי פון רבי זאלישעל, אויף וועם ער האט מעיד געווען מיט א שבועה בנקיטת חפץ אז זיי האבן ליב געהאט דעם ברך משה מיט אן אהבה מסתרת,  

האט זיך אונזער איידעלער נואף המידת'ל אנגעריפן: אז די עיקר וואס מען איז זיך צוזאם געקימען איז ווייל, עס הערשט אזא אנגעצויגענקייט ביים ברך משה און שטוב, דער לץ האט ווייטער געפרעדיגיט אז יעדער זיידע וויל זען נחת פון די קינדער און אייניקליך, די אייניקליך ווילן זען א שמייכל פונעם זיידען, ווילן א גלעט פונעם זיידען, און ביים ברך משה האט געהערשט אזא אנגעצויגענקייט, דאס האט פאר דעם וועקי זשיגאן תלמיד געבאדערט,  ( פארוואס לאכט איר????)

עס גייט נישט אריבער קיין ניין יאר, עס ווערט ח''י סיון תשנ''ט, און דער ברך משה זי''ע האט ענדליך דערהערט די שרעקליכע געשריי פון די בני יאקאבאוויטש ''למה נגרע,'' מיר ווילן א לאקאלען,  און רבי זאלישעל האט זיך פראקאלאמירט אלס רב און וויליאמסבורג,

און שפעטער אביסעל זאב''ד ברוקלין והגלילית, ( או די מילצן פלאטצען פון געלעכטער)

 איז פון די ערשטע זאכן וואס דער חתונה ראבינער (אזוי האט מען אים דאן געריפען צילוב דעם וואס ר  ער מיט הרה''ח רבי אלקנה ראטטענבערג ז''ל זענען דאן ערשינען ביי יעדע חתונה און וויליאמסבורג אוםגעלאדענט)  האט דירוך געפירט איז געווען צו צבערעכען דעם שטוב פונעם ברך משה, און נישט צו געלאזט אז ''דער זיידע זאל קענען שעפען נחת פון די אייניקליך'' אזוי ער האט נעבאך געברעשעט ביי די אסיפה תש''נ, ולא נח דעתו של אותו ווועקי, ביז ער האט אנגעכאפט זיין הייליגען טאטען און מיטן די סאמע חופה פון זיין עלצטען איר אייניקעל, און אים מיט כוח ארויף געזעצט אויף א פליגער, און אים אפגעליפערט קיין פלארידע, ( יא שיעור נישט פארגעסען, די לישכע פארבאנד האט דאן נשט מוחה געווען, עס איז אפי' דא א גירסא אז די לישכע לייצים האבן גאר הנאה געהאט פון דעם היטלער מעשה)

איך דערמאן דאס נאר אז מען זאל האבן א ביסל אן השגה, וואס דער איש משחית ר' זאלישעל שטעלט מיט זיך פאר,

עס איז דינסטאג פנחס, די הימלען וויינען , כלל ישראל איז געטראפן געווארן וואו א דינער און מיטן העלן טאג, די טרערן פון די אויגן הערן נישט אויף צו פליסען, דאס הארץ הערט נישט אייף צו בלוטיגען, דער טראגעדיגע שבעטראגעדיעס  האט ליידער פאסירט, א קינד איז ברוטאליש געהארגעט געווארן דירוך א יודישער רוצח, און זיין קליין קערפער'ל איז גרויליג גשענדעט געווארן, שבר על שבר על שבר, נאר דער היליגער באשעפער קען אונז טרייסטען,

און דער רבי זאלישעל געפינט זיך און בארא פארק, ביי א לעפקא חתונה, און עס פאלט אים נישט איין צו קימען צו די לוויה, ווייל ער ווייסט נישט צו עס פאסט אים יא צו עס פאסט אים נישט,

 פוי, פוי, פוי,

די גאס איז געוואר געווארן דערפון, אז דער גארנישט הדור איז געווען און די שטאט, און ער האט זיך נישט משתתף געווען בצערן של ישראל, ער איז אנגעקיקט געווארן וואו א ריכטיגער בארבאר, מיט אלע מפרשים,

האט דער ר' זאלישעל אקטעוועזירט דעמעדש קאנטראל, אין איז געקימען צו לויפן מנחם אבל זיין די משפחה, און דעם שרעקליכען איסור אויף בילדער איז צייטוויליג געלייגט געווארן אויף האלד, צילוב די קריטישקיט פון די דעמעדש קאנטראל מיסיע,

ואס פאר א בישה,

דער וועקי מן הארץ פירט זיך אויף אקאראט וואו א תלמיד מבהק פון די שני מאורות הגדולים רבי שימילע דשיגאן, און וויגדער יאקאוויטש,

ברוך הוא אלקינו, שבראנו לכבודו, והיבדיל לנו מן התועים................




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 21:04 לינק ישיר 

ווער איז מיין רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 18:55 לינק ישיר 

סאטמארבילד כתב:

נאר 35 מינוט איז אריבער פון די נייעס איז ארויף און שוין פראבירט געלעכטער מיטן הילף פון זייער מנהל צו מאכן א קבלה טובה נישט צו רעדן פאליטיק די ימי השבע.

ווי ביסטו געווען ביז פרייטאג 21:35 אויפ'ן הייד פארק זייגער?


אין וואס גייט זיין נאך די שבעה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 18:54 לינק ישיר 

Pictures כתב:
אין די זייט זעט מען הגה"צ סיגעטער רב שליט"א





האבען ענק נישט געזאגט אז ענקער רבי איז נישט מוחל ווער עס לייגט בילדער פין אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 06:56 לינק ישיר 

ער איז 2 מאל א מחותן! זיין איידעם ר' העניך איז א מחותן מיט ר' בעריש!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 05:41 לינק ישיר 

תיקון טעות, למען הפונקטליכקייט, דער רבי איז נישט געווען קיין זיידע ביי די חתונה

3 מאל א פעטער און איינמאל א מחותן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 05:25 לינק ישיר 



איך האב שוין לאנג געטראכט אז ער אדער איינער פון זיינע שמשים ליינען דעם פארום.

אבער מיסטער פיקטשער זאג טאקע פארוואס האט ער נישט געפיל פאר וויכטיג זיך צו משתתף זיין בצערן של ישראל, און זיך משתתף זיין ביים לוי', ער איז דאך געווען אין ב"פ יענעם נאכט

איז ער נישט לכה"פ ווי די זיידעס פון די סאטמאר חתונה וואס האבן פארשטאנען אז פאר אזא זאך נעמט מען אראפ דעם שטריימעל און מע גייט?

יעצט נאך וואס די גאס שטינקט פון עם איז ער געקומען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 04:16 לינק ישיר 
אדמו"ר מסאטמאר (מהרז"ל) שליט"א ניחום אבלים ביי משפחת קלעצקי

אין די זייט זעט מען הגה"צ סיגעטער רב שליט"א





תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/07/2011 22:05:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2011 22:48 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
כל הכבוד, רעד ווייטער קיינער צווינגט דיך נישט. אפשר ווייזטו מיר וואו מ'האט גערעדט אין אידישע געדאנק פאליטיק זייט די פאסירונג?

מסירה מיינט עפעס מער ווי פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2011 22:46 לינק ישיר 

וגם אני מצטרף לדברי וואלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2011 22:36 לינק ישיר 

הולך
אזוי וויכטיג איז געווען צו שרייבן די נייעס היינט?
אביסל איינגעהאלטנקייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2011 22:22 לינק ישיר 

כל הכבוד, רעד ווייטער קיינער צווינגט דיך נישט. אפשר ווייזטו מיר וואו מ'האט גערעדט אין אידישע געדאנק פאליטיק זייט די פאסירונג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2011 22:06 לינק ישיר 


נאר 35 מינוט איז אריבער פון די נייעס איז ארויף און שוין פראבירט געלעכטער מיטן הילף פון זייער מנהל צו מאכן א קבלה טובה נישט צו רעדן פאליטיק די ימי השבע.

ווי ביסטו געווען ביז פרייטאג 21:35 אויפ'ן הייד פארק זייגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מהרז"ל: איך גיי נישט צו די לוי', איך וויל גיין שלאפן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext