קבלה טובה: נישט שרייבן פאליטיק משך די ימי השבעה פון לייבי קלעצקי
כלל ישראל געפונט זיך נאך אונטערן טיפן שאק און טרויער פון די טראגישע געשעעניש וואס האט אונז באטראפן, און אידן ווילן זיין גוט און זיך מקבל זיין קבלות טובות לע"נ הילד יהודה בן נחמן זצ"ל, אלזא פאררוף איך אן אפיעל צו די חברים דא זיך אפצוהאלטן פון שרייבן פאליטיק, לשה"ר און רכילות במשך די ימי השבעה פון לייבי.
מי לה' אלי זאל זיך ביטע דא איינשרייבן, און איך האף אז אויב וועט זיין א ווארימע אפרוף וועט זיך דער מנהל שיחי' צושטעלן דערצו און נישט צולאזן בכלל קיין פאליטיק שרייבעריי משך די צייט.
מיט דאנק פון פאראויס.
|
|