שרעקעדיגער אנאליז אויף די שוידערליכע פאסירונג פון פר' פנחס
אידן טייערע! אז מען טראכט אריין אביסעלע טיפער אין די שרעקליכע פאסירונג פון דער פארלאפענער וואך ווערט מען ממש נבהל ונשתומם וויאזוי יעדער חלק פון די געשיכטע ווייזט נאכאמאל און נאכאמאל אז ס'איז דא א באשעפער וואס פירט אונז און יעדע זאך וואס ס'געשעט קומט פון אים.
מיר ווייסן נישט פארוואס לייבי קלעצקי ע"ה האט געדארפט ענדיגן זיין לעבן אויפ'ן אויסערגעווענליכן-טראגישן וועג וואס ער האט עס געענדיגט. אין די ספרים קדושים ווערט געשריבן גאר אסאך איבער הויכע נשמות וואס קומען אראפ אויף דער וועלט נאכאמאל כדי מתקן צו זיין עפעס, און ווי נאר זייער תיקון איז אויסגעפירט געווארן קערן זיי צוריק זייערע נשמות צום אויבערשטן. אויך ווערט געברענגט וויאזוי די דאזיגע הייליגע נשמות קלייבן אליין אויס א ברוטאלע ענדע כדי מכפר צו זיין אויף די עוונות פון דור, און פארמיידן א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל. איך וויל יעצט נישט אריינגיין דערין אין דער סוגיא.
אבער רבותי טראכט אריין: וויפיל אידן קענט איר וואס זענען מערדער? איינס פון א מיליאן? אפשר! יעצט, וויפיל אידן קענען נעמען א קליין קינד און אזוי שוידערליך שענדן זיין קערפּער? אפשר איין איד אין גאנץ כלל ישראל!!!
רבותי, וואס זענען די טשענסעס אז א יונגל זאל פארבלאנדזשען און זוכן א איד וואס זאל אים אנווייזן און ארויפפירן אויפ'ן ריכטיגן וועג און אנטרעפן דווקא דעם איד וואס איז א מערדער, און דער איינציגסטער איד פון גאנץ כלל ישראל וואס קען נעמען א קליין קינד און אים בוטשערן מיט אזא אכזריות! צי זעט איר נישט וואס דא טוט זיך?
יעצט, לאמיר גיין א טריט ווייטער: דינסטאג פּר' פּינחס ביינאכט האט דער מערדער באשלאסן פּטור צו ווערן פון א חלק פונעם קערפּער. ער איז געגאנגען צוויי מייל אוועק פון זיין הויז און ער האט עס דארט אריינגעווארפן אין א דאמפסטער, בלויז א קורצע צייט נאכדעם וואס דער גארבידזש טראק האט אוועקגעפירט די מיסט! די הייליגע נשמה פון לייבי קלעצקי האט געדארפט ליידן אזא טראגישע ענדע אבער ס'איז פארט געווען באשערט אז הילד יהודא בן ר' נחמן קלעצקי זאל קומען צו קבר ישראל און נישט ענדיגן אין א לענדפיל אדער אינסינירעיטאר.
יעצט קוקט נאר אהער וואס מיר אלע ווערן יעצט געוואויר: וויאזוי האט מען געטראפן דעם קערפּער פון לייבי ע"ה? דער רבונו של עולם האט געשיקט דעם גוטן שליח הר"ר יעקב גערמאן הי"ו. ער האט אריינגעשיקט א מחשבה אין זיין קאפּ אז ער זאל אנפאנגען נאכקוקן סורוועילענס קאמערעס. עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן דאס צו טאן אינעם ערשטן טאג, נישט פאר שומרים און נישט פאר דער פּאליציי. מיט אן אויסערגעווענליכער איבערגעגעבנקייט האט הרב גערמאן געקלעטערט אויף די גאסן זוכנדיג קאמערעס. האלב קאמערעס האבן נישט געארבעט און פון די איבעריגע קעמערעס האבן נישט אלע אייגנטימער אזוי פרייוויליג קאאפּערירט מיט אים. ער האט זיך געדארפט בעטן ביי זיי ווי צו א גזלן. נאך לאנגע און לאנגע שעות פון זוכן, נישטערן, קלעטערן און קוקן, האט ער ענדליך נאכגעפאלגט די טייערע נשמה'לע צו זיין מערדער. באזירט אויף דער אינפארמאציע האט נישט געדויערט זייער לאנג פאר די פּאליציי געוואויר צו ווערן ווער דער מערדער איז און אזוי איז מען אנגעקומען צו זיין בוידעם נאך פאר ער האט געקענט פּטור ווערן פונעם קערפּער. איך וויל אפילו נישט טראכטן וואס עס וואלט געווען ווען דער רבונו של עולם שיקט נישט אריין די מחשבה פאר הרב גערמאן און מען זוכט נאך אפשר אלץ דאס קינד. יא, כ'בין זיכער אז נאך 48 שעה וואלט די פּאליציי אנגעפאנגען מיט א דעטעקטיוו'ס רואיגקייט צו אנפאנגען נאכגיין קאמערעס. דאן וואלט געדויערט א לאנגע צייט אז זיי זאלן אויסגעפינען פארוואס מען זעט נישט לייבי'ן גיין אויף די דרייצנטע עוועניו ביז זיי וואלטן געכאפּט אז ער האט נישט געמאכט דעם נויטיגן דריי ביי דרייצנטע עוועניו. חלקים פונעם קערפּער וואלטן שוין אינצווישן געווען צעזייט און צעשפּרייט און מעגליך נישט געווען צום געפינען.
אידן! פון דעם אופן וויאזוי לייבי ע"ה האט צוריקגעגעבן זיין נשמה צו ג-ט זעט מען קלאר אז ער האט געהאט גאר א הייליגע נשמה, ווי עס ווערט געברענגט אין די ספרים. די אלע שרעקליכע פּאסירונגען ארום און ארום ווייזן אונז די האנט פון דער השגחה עליונה אז יהודה ע"ה בן ר' נחמן הי"ו זאל קומען צו קבר ישראל.
מיר דארפן זיך אויפוועקן און פארשטיין אז פון הימל וויל מען עפּעס פון אונז. דער רעגנבויגן וואס איז געזען געווארן אין ברוקלין מיטוואך בשעת טויזנטער אידן האבן זיך פארזאמלט ביי די לוי' איז גארנישט קיין צופאל. פון הימל האט מען אונז געשיקט א מעסעדזש אז לייבי איז געווען א קרבן פון כלל ישראל וויבאלד דער דור איז זייער זינדיג. וואספארא הייליגע נשמה האט יהודא ע"ה בן ר' נחמן פארמאגט אז דווקא ער איז אויסגעקליבן געווארן אלס א קרבן ציבור!!! לאמיר אלע תשובה טאן ובזכות זה וועט דער אויבערשטער שיקן משיח צדקינו, במהרה בימינו, און מיר וועלן מער קיינמאל נישט הערן פון קיין צרות, נישט קיין גרויסע און נישט קיין קליינע!
תוקן על ידי Ziskeit ב- 17/07/2011 10:38:52
נשלח ב-20/7/2011 03:08
יענקל_38 כתב:
וואס איך פרעג איז, פארוואס רב גערמאן האט דאס געדארפט טוען, ווי איז געוועזן שומרים?
ווען איך בין געווען 12:00 דינסטאג מיטאג ביי די שומרים קאמענד, האבן זיי געזאגט אז זיי האבן איבערגעקוקט אלע ווידיאס אין בארא פארק, וצ''ע
נשלח ב-20/7/2011 02:55
וואס איך פרעג איז, פארוואס רב גערמאן האט דאס געדארפט טוען, ווי איז געוועזן שומרים?
נשלח ב-20/7/2011 02:36
יענקל, איין תירוץ, ועצת ה' היא תקום!! פארשטייסט?
נשלח ב-19/7/2011 23:21
כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס שומרים האט זיך נישט תיכף גענימען נאכצוגיין די קעמראס? וואס איז טאקע די פשט?
נשלח ב-18/7/2011 22:40
זייער גוט און טרעפליך. אגב, מ'זעט די השגחה פרטית, דעם אצבע אלקים אויף יעדן טריט און שריט פון די מעשה. ווי פאלגענד:
1) דאס קינד האט זיך יעצט פערצופאל גענומען בעטן די עלטערן אז ער וויל אהיימגיין צו-פיס. און מ'האט עס אים שווער נאכגעגעבן, און צום סוף האט ער ליידער אויסגעפירט.