הערשט יעצט באמערקט
טאקע זייער געמיין, ווען מ'שרייבט ווען סתם אלגעמיין סאטמארע פוליטיק, מהיכי תיתי, פאר געוויסע מענטשן איז עס א שווערע יצר הרע, למשל ווען מ'האט הייסע אפדעיטס פון די קרית יואלע קעיס, קען איך אפשר פארשטיין אז ס'שווער זיך צו איינהאלטן, אדער אז רז"ל איז נישט געקומען צו די לוי', האט דאך עס נאר מיט רז"ל, טראץ וואס איך האלט אז ס'האט אויך נישט קיין זין, אבער וואס קען מען טאן א מענטש האט א יצר,
אבער צו מאכן א טעיסטלעס דשאוק, מיטן נעמען דעם רוצח אין מיט דעם מבזה זיין ר' אהרן על לא דבר, סתם פאר די דשאוק, דאס איז זייער אומסענסיטיוו, מילד גערעט
איך וואלט קיינמאל נישט געהאט די הארץ אדער די השגה צו מאכן אזא דשאוק, זאל זיין קעגן מיין גרעסטע חסידישע פוליטיק קעגנער, סיי ווען אימער, נישט נאר אין די שבעה,
דאס ווייזט איינע פון די 2, אדער ווייזט דאס אויף קאלטע אומסענסיטיווקייט, אז מ'איז אינגאנצן נישט באנומען געווארן פון די טראגעדיע, אדער איז דער האס קעגן ר' אהרן אזוי גרויס אזש ממש ווי קעגן דער רוצח, און אלנספאל איז עס א גרויס ווייטאג,
צו זייער קרעדיט, רוב זאלוני שרייבער זענען דערקעגן,
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/07/2011 22:46:04
 |
|
|