די מעשה איז אזוי: פארגאנגענעם ווינטער איז געווען זייער א שווערע ווינטער פאר די זאליס, זייער ווייניג געלט איז אריינגעקומען פאר זייערע מוסדות, און דאס באט צוגעפירט אז זיי האבן נישט געקענט באצאלן פאר זייערע איינגעשטעלטע מלמדים און טיטשערס און באס דרייווערס וכו', פאר פסח האבן זיי בלית ברירה געמוזט ברארגן אריבער א דריי פערטל מיליאן דולאר צו באצאלן זייערע איינגעשטעלטע האפענדיג אז איבערן זומער וועט זיי גרינגער ווערן
אבער ווי מיר קענען שוין אלע משה פריעדמאן'ס פארגאנגענההיט ווען ער האט אריינגעפירט אונזערע הייליגע מוסדות אין באנקראט אין די מ' יארן וואס דעמאלט האט רביה"ק בעל ברך משה אים ארויסגעקאפעט און טאקע ווי נאר די נייע הנהלה האט עס איבערגענומען עד היום הזה איז ברוך השם הכל על מכונו
אזוי אויך יעצט פירט ער זיי אין די ערד אריין אנהויב זומען האט זייער אדמינעסטראטער י.מ.פ. זיך אפגעזאגט פון זיין פאסטן נישט קענענדיג מער דערהייבן די פרעשור פון די חובות האט משה פריעדמאן אויפגענומען א יונגערמאנטשיק מ.י.פ. וואס פארשטייט צו פירן אזוי ווי מיין קליינע אינגל און ער האט זיי טאקע גוט געפירט
יעצט האט משה פריעדמאן עמנטליך דערקלערט פאר אלע מלמדים אז זייערע פעי-ראל פון די פארגאנגענע 12 וואכן קענען זיי זיך אדער געזעגענען אדער אליין גיין שאפן