בית פורומים כל העולם כולו

מזל טוב! שידוך בחצרות סאטמאר - ספינקא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/7/2011 19:13 לינק ישיר 
מזל טוב! שידוך בחצרות סאטמאר - ספינקא

אין א מזל'דיגע זעה ווערט אי"ה היינט געשלאסן די שידוך פון הבה"ח הרב זלמן לייב שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא ב"פ שליט"א.

דער לחיים וועט אי"ה פאהרקומען ביינאכט אין מחנה ספינקא אין סט. פאלסבורג.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים!


תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 21/07/2011 19:20:31




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2011 03:51 לינק ישיר 





תוקן על ידי משה_גאבע ב- 01/08/2011 03:53:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2011 19:48 לינק ישיר 

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

מיט פרייד איז היינט אויפגענומען געווארן די בשורה מרנינה אינערהאלב חצרות קדשינו איבער די שמחת האירוסין פון נכד מרן רבינו שליט"א, און הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, החתן הרב יקותיאל יודא שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, מיט הכלה בת האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א פון בארא פארק.

 

אצינד אויפדערנאכט קומט פאהר דער שמחת האירוסין אין מחנה שבע רצון ד'ספינקא אין סט. פאולסבורג, מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור חסידים וידידים, און הגאוה"צ בני וחתני מרן רבינו שליט"א.

 

 בעפאר דעם איז אין מחנה ישיבה לצעירים וויליאמסבורג פאהרגעקומען א שיינער מעמד לחיים לכבוד די שמחה בבית הגה"צ הרב שליט"א וועלכער האלט זיך דארט אויף, אויף די יעצטיגע זוממער וואכן.

 

ביים מסיבת לחיים אין ספינקא קעמפ האבן אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ דער בארא פארק'ער רב שליט"א און הגה"צ דער וויליאמסבורג'ער רב שליט"א און הרה"ג ר' יושע ווייס שליט"א בן האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א.

 

אין ניו העמפשיר איז דער ציבור וואס וויילט דארט אצינד אויף אפרוה אריבער נאך מעריב ווי מען האט געוואונטשן מזל טוב פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א ענגע מסיבת לחיים לכבוד די שמחה צוגעשטעלט דורך האברך מוה"ר יואל סטרולאוויטש הי"ו פון די סטרולאוויטש האטעל פארוואלטער, און דער משמש הרה"ח מוה"ר פנחס אלימלך ווייס הי"ו, ווי מען האט געזינגען ניגונים לכבוד די שמחה, און נאכ'ן וואונטשן לחיים האט דער רבי שליט"א געטיילט שיריים פאר אלע פארזאמעלטע.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש זיך שטעלנדיג אויפ'ן פסוק שמחתי באומרים לי בית ה' נלך, און שיין ארומגעטייטש בעניני שמחה.

 

-ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל-

 •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2011 20:59 לינק ישיר 

איז דאס די יונגסטע קינד פין ספינקא רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מזל טוב! שידוך בחצרות סאטמאר - ספינקא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext