די שערורי' איבער די חפירות ר"ל אין נשר וואס ווערט געפירט דורך אתרא קדישא, איז ארויף אויף די העדליינס.
מיט אפאר חדשים צוריק זיך געטוהן וועגן חפירות ביי שמעון בן שטח אין יפו, אצינד אז עס קאכט זיך מיט א צווייטע פלאץ, וועל איך מער איבערגעבן וואס דארט גייט פאר, נאך וואס איך בין דאס גרונטליך נאכעגאנגען און מברר געווען על בריה.
צוערשט איז גוט איבערצוגיין וואס מיר האבן געהערט פון א"ק ביי די פאריגע שערורי', און ציען די ענליכקייטן.
====
די פאריגע מאל ווען מען האט גערעדט פון א שטח אויך רחוב שמעון בן שטח, ווען הרב אהרעלע יאקטער האט ארויסגעגעבן יענע שוידערליכע בילדער פאר די חרדישע פרעסע אין ארץ ישראל, האט גענומען עטליכע טעג ביז דער אינטערנעט שרייבער פון אתרא קדישא, יוסל90, האט געענטפערט זיין זייט פון די אנטדעקונג.
נאך אפאר טעג, איז אויפגעשווימען אויף די בחרדי חרדים פארומס א אשכול פון יוסל90, מיטן קעפל: יפו: תגובת "אתרא קדישא". (אין אנדערע ווערטער, אנשטאט איך זאל אייך אויפווייזן אז ער איז דער ווארטזאגער פון א"ק אויף די אינטערנעט, האמיר א הודאת בעל דין, וואס ערקלערט אז ער גיט דא איבער דאס ווארט פון אתרא קדישא).
נו, לאמיר אים געטרויען מיט זיין שליחות, און לאמיר זעהן וואס עס איז דא צו ענטפערן. ווי-נישט-ווי ווארט דאך כלל ישראל אויף א תשובה.
קומט ער קאלטבלוטיג און שרייבט די ווערטער: אגיב בכמה מילים: "אתרא קדישא" לא ידעה על פינוי וחילול הקברים ברח' שמעון בן שטח ביפו שבוצע ע"י משפחת הגלבשטיינים עד אשר נחשפה פה בפארק, ובוודאי שמעולם לא התירה לעשות כדבר.
פשוט און פראסט, אתרא קדישא, וועלכע לויפט פראטעסטירן אויף יעדן איינציגן פלאץ וואו די בעלי בתים קומען זיך נישט דורך מיט זיי, און זיי לאזן זיך נישט פון קיין צוהאלבעטע פשרות, כלשונם ביי די יפו פרשה, דא ביי א פלאץ וואו מען גראבט בריש גלי, "ווייסן זיי נישט". אומשולדיג נעבעך. עס האט מיט זיי גארנישט, והא ראי' זיי האבן ניטאמאל געוויסט. אלעס איז אונזטער זייער נאז. הפלא ופלא. (און יעצט אז איר ווייסט שוין, וועט איר ארגאניזירן א פראטעסט? וואס איז די שווייגעניש?).
גייט אדורך צוויי טאג, און דער זעלבער שרייבער איז דא אין יענעם זעלבן אשכול מיט א פרישע תגובה, נאך וואס די ערשטע סטעיטמענט האט היבש שלעכט אויסגענומען.
שרייבט ער שוין אזוי:
הפרשה התרחשה לפני כמה שנים, תשמעו טוב לא לפני שבוע לא לפני חודש לא לפני חצי שנה, אלא לפני כמה שנים. קבלן התחיל לבצע עבודות ונתקבל בקברים, אגודת "אתרא קדישא" עלתה על חשיפת הקברים והצליחה לעצור את החפירות. כמה חודשים אחרי זה, במבצע משותף בין חברה קדישא פרושים, לבין "רשות העתיקות" בוצע המחטף, והקברים חוללו, ופונו. המחטף בוצע ללא ידיעת "אתרא קדישא", אשר לא ידעה על הדבר עד אשר הגיע לידיה התמונות, שנחשפו. אתרא קדישא לא היתה שותפה לדבר, ומגנה את הדבר, ואין לו כל יד בדבר, ואתרא קדישא אינה מפנה קברים.
סטייטש אזוי, ער ווייסט שוין יא אביסל, אתרא קדישא איז יא "אמאל" געווען אינעם ענין, [אנדערשט ווי צוויי טאג פריער ווען עס האט געהייסן אז זיי זענען דערפון געוואויר געווארן דורך בחדרי], און נאכמער, זיי האבן גאר געראטעוועט דאס פלאץ, נאר וואס דען, שפעטער האט פאסירט א מעשה אז די חברה האבן מפנה געווען די קברים עפעס אזוי בין יום ללילה, אן די וויסן פון אתרא קדישא.
אין פאקט, זענען די בילדער געווען פרישע בילדער פום יענע וואך, און די חפירות זענען אנגעגאנגען בשעת יוסל90 האט געשריבן זיינע שורות.
אתרא קדישא איז דעמאלס גערופן געווארן צו א מושב בי"ד אין בי"ד העדה החרדית, דורכן ראב"ד שליט"א פערזענליך, אבער, זיי זענען נישט אנגעקומען. דאס האט זיך איבערגעחזרט עטליכע מאל.
דאס אליינס האט אנגעצינדן א רויט לעמפל אפילו ביי די רבנים אין די עדה וועלכע האבן נישט געוואלט גלייבן די לשון הרע, הלמאי, וואס האבן זיי מורא צו קומען צו בי"ד? אויב האט דאס מיט זיי נישט קיין שייכות, יבואו ויעידו.
למעשה, עטלכיע טעג דערויף האט זיך די ארבעט אפגעשטעלט דארט. [וואונדער איבער וואונדער. עס האט גארנישט צוטוהן מיט זיי, אבער פון א באשרייבונג אין בחדרי האט זיך די ארבעט פלוצלינג אפגעשטעלט.]
====
אינדערצווישן איז דער ועד געוואויר געווארן פון נאך א פלאץ, וואו עס גייט אן סיסטעמאטישע גראבונגען טאג טעגליך, אבער דער פאלץ איז שוין טאקע נישט נישט ניי, נאר: עס גייט שוין אן פאר 15 יאר אין א ציה! דאס איז ביי א ריזיגע שטח אין נשר.
אין נשר איז פאראן א ריזיגער ריזיגער שטח פון ערד, בערגלעך און טאלן, וואס א געוויסע קאמפאני וועלכע מאכט צעמענט גראבט דארט טאג טעגליך, און נעמט פון דארט זאמד און שטיינער פאר צעמענט.
דער שטח אין נשר איז פול מיט מערות קבורה. נישט קיין איינצעלנע קברים דא-דארט, נאר פולע מערות קבורה.
מיט 15 יאר צוריק, האט זיך אנגעהויבן די חפירות דארט, און אתרא קדישא, [אין וועמען מיר האבן נאך דעמאלס געגלייבט (נעבעך), און כלל ישראל האט זיך נאך בשעתו גע'נאר'ט אין די טעראריסטישע גרופע זיך לאזנדיג מאנערווירן פון זיי, טאקע זיי און טאקע אין יענע יארן] האבן פארהאנדלט מיט די פירמע, פאר א גוטן פרייז, אז מען גייט די קברים מפנה זיין. עס הערט זיך באמת שווער, אבער דאס איז די ביטערע מציאות.
וויאזוי גייט מען דאס טוהן? קען מען דען גיין גראבן בריש גלי אן קיין היתר, הגם באמת האבן זיי נאך אין יענע יארן נישט געהאט קיין ערנסטן פראבלעם מיטן ציבור וועמען זיי האןב געפירט ביי די נאז, קיינער אויף די וועלט האט נישט נאכגעקוקט זייערע שמוציגע מעשים, אבער פארט, ר' דוד שמידל איז דאך פארט נישט קיין חדר אינגל, און וויאזוי נעמט מען אויף די פלייצע אזא פאקט אז מען גייט גראבן מערות קבורה?
איז מען געגאנגען צום פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א, און פארגעשטעלט אז עס איז פאראן א בארג אין נשר וואס האט קברים, און די פירמע גייט שוין אן א לאנגע צייט מיט חפירות אין די צווייטע זייט בארג, און אצינד שטעלט זיך ארויס אז די קברים אויף דעם ערשטן זייט זענען אין סכנה פון צוזאמפאלן, און עס וועט זיין א גרויסע בזיון פאר די קברים, און מען וועט מעגליך נישט טרעפן אלע עצמות נאכן צוזאמפאלן. האט הרב וואזנער געזאגט אז אויב אזוי זאל מען עס מפנה זיין דורך אידן, צוויי קברים פער טאג, און באגראבן צוריק בו ביום.
ע"כ איז געווען פון הרב וואזנער, א הוראת שעה צוליב א אנגעבליכע אנטשטאנענע סכנה אויף די קברים, ומכאן ואילך, צו איר גלייבט צו נישט, גאנצע 15 יאר גייט שוין אן גראבונגען טאג טעגליך פאר די וואוילזיין פון די פירמע, וועלכע באצאלן שיינע געהאלטן פאר דעי משגיחים פון אתרא קדישא צו קענען גראבן די בערג כפי מה שלבם חפץ, און יעדן איינציגן טאג ווערט "ארויסגעגראבן" דורך א חברה קדישא פון ירושלים, מיט די השגחה פון אתרא קדישא, 2 קברים פער טאג.
די קברים אויפן ארט האבן אלע סימנים פון אידישע קברים, און געוויסע קברים זענען לויט די ארכילאגן אפילו באצייכנט דארט אלס "חשמונאי", וויבאלד לויט זייערע סימנים איז דאס פון די חשמונאים.
דער שטח איז א שטארק פארמאכטע שטח, און עס איז זייער שווער צוצוקומען אהין, אבער זייט די נייע ועד האט באקומען די פערמיטן וואס אתרא קדישא האט פארלוירן, צו קענען אריינגיין אין יעדע פלאץ וואו די ארכילאגן ארבעטן, זענען זייערע מענשטן שוין אריין דארט עטליכע מאל, און אויפגעשוידערט געווארן זעענדיג פאר זייערע אויגן היימישע אידן וועלכע גראבן קברים מיט די אייגענע הענט, און דארט דרייען זיך אלעמאל שלוחים פון אתרא קדישא וועלכע נעמען קעיר פון דעם פראיעקט, און אפילו דער פאקטישער פירער פון אתרא קדישא, דער ביליגער פארשוין יחזקאל קאלמאנאוויטש, איז שוין געזעהן געווארן דארט עטליכע מאל.
====
מיט א קורצע צייט צוריק האט דער ראב"ד שליט"א - נאכן הערן דעם שוידערליכן באריכט איבער נשר - אראפגעשיקט א שליח צו הרב וואזנער שליט"א, און אנגעפרעגט צו ער האט טאקע געגעבן א היתר, ווייל אתרא קדישא זאגט אז זיי האבן א היתר פון אים.
הרב וואזנער האט זיך שוווער דערמאנט אז ס'איז אפילו אמאל געווען אזא דיון, און ער האט קלאר געזאגט אז ס'איז קיין שום ספק נישט אז ער האט חלילה קיינאמל נישט מתיר געווען אנצוגיין מיט אזא פראיעקט פון סיסטעמאטיש אויסגראבן קברי ישראל רח"ל, נאר דעמאלס האט מען אים געפרעגט איבער א שאלה אנגעבנדיג א ספעציפישע פאסירונג וואס איז שוין נישט שייך געווען צו ראטעווען, און דאס האט ער כמובן מתיר געווען מפנה צו זיין ווי איידער עס זאל צוזאמענפאלן. ולא יותר.
אצינד אין די לעצטע טעג, האט איינער פון די נייע ועד ווידער באזוכט דארטן, און צום גרויסן שאק האט ער ליידער געזעהן ווי די ארבעט זעצט פאר מיט אימפעט! מען גראבט און מען גראבט רחמנא ליצלן, האט ער דאס פילמירט.
ער האט דארט אויך געפינען גאנצעטע קעסטלעך מיט עצמות, מיט באצייכנטע דאטומען ווען זיי זענען ארויסגעגראבן געווארן רח"ל, און עס שטעלט זיך ארויס, אז ניטאמאל ווערן די עצמות באגראבן אינעם זעלבן טאג, א שטייגער ווי מען טוט ווען מען טרעפט א איינצעלנע אדער צוויי קברים וועלכע זענען אין א סכנה פון פארלוירן גיין, נאר די עצמות ליגן דארט אפ אין באקסעס.
עס ליגט דארט אפ גאנצעטע קעסטלעך מיטן גרעסטן מאס קאלטקייט, ווי כאילו דאס זאל זיין קעסטלעך מאסט, און מען שטייט און גראבט פרישע עצמות און מען סארטירט עס אין די באקסעס צום סטארידש. (שומו שמים!).
די בילדער זענען ארויס צו די גאס, און די חברה זענען געווארן ציווילדעוועט אויפן העכסטן גראד.
נעכטן דאנערשטאג האט איינער פון די פירער אינעם ועד, א אמתער ערליכער שטילער איד, באקומען א דעמאנסטראציע צוגעטיילט, פאר די חוצפא פון אויפדעקן דעם געמיינעם פרצוף פון די פושעים, און, עס האט זיך נישט געענדיגט מיט דעם, נאר מען האט ארומגעלייגט ארום זיין שטוב פארשטינקענע פיש (נישט קיין וויץ), און עס טוט זיך דארט אפ א ריח, אז עס לאזט זיך נישט זאגן. דער איד האט שוין במשכ'ן טאג גערופן ספעציאליסטן וועלכע האבן געשפרוצט פארשידענע זאכן, אבער דער גערוך איז נאכאלץ דארט, און די משפחה ווייסט נאכנישט וואו זיי זאלן גיין אויף שבת, נישט קענעדיג פארטראגן דעם גערוך.
דאס איז א אנטווארט פון א טעראריסטישע גרופע, רשעים ברשות התורא, וועלכע מיינען אלעס בלויז לשם שמים, וכל המהרהר אחריהן כאילו מהרהר אחר השכינה.
====
עכ"פ, כאפ איך נעכטן א בליק אין די בחדרי פארומס, און, דער זעלבער אינטערנעט שרייבער פון א"ק איז דא מיט א פרישן הסבר אויף די יעצטיגע פרשה.
נו, לאמיר ווידער ליינען מיט אינטערעסע:
מקום חילול הקברים, הוא בהר מחצבת נשר, שם חוצבים הרים שנים רבות בכדי לייצר את חול ועפר לבנייה הישראלית, המחצבות עובדות בצידו השני של ההר, ואילו בצידו השני מתמוטט סלעים וביניהם מערות קבורה בה נמצאות עצמות יהודים, העבודות במקום כבר נמשכים זה יותר מ-15 שנה, עוד לפני שהאגודה הקיקיונית (האגודה למניעת חילול קברים) הוקמה ע"י ר' מיכה בן רייץ' לרפו"ש.
הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א יו"ר אגודת אתרא קדישא, מעולם לא רצה להתיר ולא התיר לפנות את הקברים מהמקום ודעתו לא היה נוחה מכל הענין.
אבל בעלי המקום קיבלו היתר מפורש מלפני שנים רבות מאותו גאון אדיר רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א גאב"ד זכרון מאיר, המכונה היום בפי רבים "פוסק הדור", שהיות ש"המקום אינו משתמר מעצמו" ויש חשש לשלימותן של הקברים, הרי עפ"י הלכה יש היתר לפנותן בדרך כבוד, בכדי למנוע את שבירת העצמות, ולכן לקחו בעלי המקום, יהודי חסיד נדבורנה ר' מנדל עקשטיין שמו (אשר אינו עובד באגודת "אתרא קדישא") והיהודי הזה - אשר הוא אדם אמין ומכובד בפני עצמו - מקבל את הוראותיו מאותו גאון פוסק הדור שליט"א על כל מעשיו ותהלוכותיו במקום, ואשר על כן הגר"ד שמידל שליט"א החליט לסלק את עצמו מכל הענין, מאחר שהדבר נתון לשיקול דעתו האישית של הגר"ש וואזנער שליט"א בעל שבט הלוי.
דער שרייבער וועלכער האט נאך געדענקט זיין דורכפאל ווען ער האט געגעבן דעם סטעיטמענט פון אתרא קדישא ביי רח' שמעון בן שטח, וואו ער האט פרובירט צו זאגן אז זיי הייבן נישט אן צו וויסן פון אזא פראיעקט, און דער זעלבער שרייבער האט שפעטער שוין יא מודה געווען אז זיי האבן יא געוויסט פון די פראיעקט, אבער אתרא קדישא האט גאר אפגעשטעלט די ארבעט דארט, און זיי האבן פשוט נישט מיטגעהאלטן די "פלוצימע איינמאליגע" מעשה פון די פינוי פאר "צוויי יאר צוריק"..., דער שרייבער האט זיך שוין יעצט בעסער באווארנט, און ער לייקנט שוין נישט אזוי ווי דעמאלס, נאר ער טוט בעסער: ער דרייט מיטן צינג אויף אלע 6 זייטן, מזרח מערב צפון דרום מעלה מטה.
אין אונזער יעצטיגע פאל ווייסט ער שוין יא די גאנצע מעשה! זיי ווייסן אז עס גייט פאר א סיסטעמאטישע חפירות פראצעדור, וואס האלט שוין אן 15 יאר, און איז טאקע נאך ממשיך עד היום הזה!
נאר וואס איז דער תירוץ? יא איר ווייסט שוין: הרב וואזנער! טייטש אזוי, פאר ר' דוד שמידל איז זייער נישט "ניחא" געווען די היתר, ער איז טאטאל דערקעגן! אבער פארט, וויבאלד הרב וואזנער האט מתיר געווען, האט ער געשוויגן.
די ליינער דא קענען ר' דוד פאר אזא מענטש? איר קענט אתרא קדישא פאר א קאמפאני וועלכע בייגט זיך אונטער? ווען די רבני איירופה האבן מתיר געווען, און גאר געהאלטן פאר א תועלת, צו נוצן א מאשין וואס זאל בודק זיין קברים, האט ר' דוד מבטל געווען דעתו? ווען אלע רבני העדה האבן געזאגט אז אין צפת מעג מען און דארף מען בויען, האט ער אראפגעלייגט די געווער? אדער האט ער געקעמפט מיט ציין און נעגל אז מען זאל חלילה נישט טוהן א דבר היתר צוליב וואס ער [קעגן אלע רבנים] האלט אז דאס איז אסור??!!
און דא, עס רעדט זיך פון א זאך וואס עס איז נישטא קיין הסבר בעולם וואס זאל מתיר זיין אזא זאך, און יעידער פארשטייט אז דא איז קיין היתר נישט פארהאן, גייט עס צו מיט א שווייגעניש 15 יאר אין א ציה, און ר' דוד איז מסכים צוליב א אנגעבליכע היתר בעל פה? עס שטימט?
און ניין, די הודאת בעל דין איז נאכנישט פארטיג, עס גייט נאך אסאך טיפער אוטן ווייטער ווי איינער וואלט געחלומט:
מה שכן, שפקחי "אתרא קדישא" עוברים שם מזמן לזמן ובודקים אם הוראותיו של הגר"ש וואזנער שליט"א בענין פינוי הקברים מקויימות, ותו לא.
יא! יוסל90 שרייבט דאס, אז אתרא קדישא משגיחים דרייען זיך דארט! הממ, סאמטינג סטארטינג פישי.., נישט נאר זיי שווייגן און פארקוקן, נאר זיי דרייען זיך גאר דארט גיבן א הכשר! טייטש זיי האלטן ווייטער אז ס'איז א עולה, אבער היות זיי גלייבן אין עפעס א היתר בעל פה פון הרב וואזנער פון 15 יאר צוריק, האבן זיי נישט קיין ברירה, און זיי זענען דארט די משגיחים!!! וויאזוי פירט ער נאר אויס?... ותו לא. מער דארף איך נישט רעדן.
====
איך בין שוין צופיל מאריך דא, עס בלייבט נאר איבער פאר די ליינער מיט אפענע אויגן צו ציען א אייגענע מסקנה איבער די שוידערליכע פאקטן וואס שפילן זיך דא אפ פאר אונזערע אויגן.