וויכטיגע צוזאמענטרעף פון עסקני וראשי קהלתינו ומוסדותינו מיט פאלטישע בעאמטע פון אונגארן
נעכטן – מיטוואך נאכמיטאג, איז אין וויליאמסבורג פאהרגעקומען א היסטארישע צוזאמענטרעף פון ראשי ועסקני קהלתינו ומוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, ווי מען האט דוירכגערעדט און זיי באדאנקט אויף די שטענדיגע צוזאמענארבייט מיט די אידנטום אין אונגארן, און געבעטן פון די רעגירונגס לייט הילף אויף ווייטער.
צווישן די די זאכן וואס איז ארויפגעברענגט געווארן איז די וויכטיגקייט פון אפהיטן די בתי חיים, און אזוי אויך שטרענג באשטראפן די וואס וואנדאליזירן זיי.
אויך זענען די הויכראנקיגע בעאמטע שטארק אויסגעלויבט געווארן פארן דוירכפירן דעם נייעם געזעץ פון געבן די פולשטענדיגע רעכט פאר די ארטאקסישע קהילות אריינצורעדן אין אלע אידישע טעמע'ס – וואס איז ביז היינט געווען אונטער די אויסשליסליכע בעלות פון די נעלאגישע קהילות אין אונגארן.
דער צוזאמענטרעף איז פאהרגעקומען אין די זאלן פון בנין הת"ת אין וויליאמסבורג, און עס האבן דארט אויפגעטרעטן הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, הר"ר משה אהרן האפפמאן הי"ו וועלכער האט צונויפגעשטעלט דעם אסיפה, און הרה"ח ר' לייבוש רובינשטיין הי"ו מראשי ק"ק פאפא וועלכער האט אויפגעטרעטן אין די אונגארישע שפראך, און זייענדיג שטארק אקטיוו אין אויפארבעטן עטליכע בתי חיים אין אונגארן האט ר' לייבוש הי"ו שטארק אויסגעלויבט די שטענדיגע הילף וואס די רעגירונג שטעלט צו, און געבעטן ווייטעריגע שטיצע אויף להבא.
גאהר רירענג איז געווען ווען הרה"ח מוה"ר חיים הלוי העללער הי"ו יו"ר ביהמ"ד המפואר האט פאהרגעזינגען דעם הייליגן זמר סאל-אה-קאקאש אין די אונגארישע שפראך וואס האט שטארק בארירט די אנווענזענדע.
צום שלוס האבן די הנהלת מוסדותינו הק' ארומגעפירט די פאליטיקאנטן אינערהאלב דעם בנין ה"ת ווייזענדיג פאר די בעאמטע פון אונגארן די הונדערטער צאן קדשים בליעה"ר וועלכע זענען אלע אונגארן-אפשטאמיגע פון זייערע זיידע'ס און עלטער זיידעס.
•♦•