עס ציפט דאס הארץ פון נאר הערן די רשעות וואס מען טיילט אויס שוין ווייטער פאר דעם כלב אויף די עלטערע יארן ל"ע,
מיר האבן אלע געמיינט אז די רשעות פון נישט לאזן אזא הייליג קינד קומען צי זיינע עלטערן , איבערהויפט צי די מאמע וואס דער כלב אהרן האט אזוי געלעכעטצט אין געבענקט אין נישט געקענט צוקומען ווייל מען האט אים פארשפארט דעם טיר,
איז יעצט נאך די פטירה האט מען געהאפט אז דער מצב וועט היבש לייכטער ווערן אין דער כלב וועט שוין קענען גיין צי די מאמע'ס ציון אום געשטערט, ווערט מען אבער יעצט געוואר דאס שרעקליכע, אז מען האט דעם כלב אהרן איינגעשפארט אין ניו העמפשיר כדי ער זאל נישט קענען גיין צי די מאמעס ציון אין טאג פון איר יארצייט, שומו שמים!!!!
די מאמע קוקט אראפ פון אויבן אין זעט שון נאכאמאל דעם אמת!
תוקן על ידי געלעכטער ב- 25/07/2011 17:09:05
תוקן על ידי המהדרין ב- 28/07/2011 16:43:59
נשלח ב-21/11/2011 00:36
אפשר איז דאס א חלק פונעם שלום פלאן צווישן דזשיגאן מיט בעלזא. ווער וויייסט...
עוד י"ל אז די צוויי נערווען קראנקע רביים דערהייבן נישט קיין יארצייטן און זיצן אנשטאט דעם אויף דאטשע.
נשלח ב-21/11/2011 00:26
האדמו"ר מבעלזא לא יעלה ביארצייט לקבר אביו
בחסידות בעלזא מציינים מחר (ב') את יום היארצייט של אבי האדמו"ר - רבי מרדכי מבולגרייא זצ"ל, אחיו של האדמו"ר מהר"א מבעלזא זצ"ל.
האדמו"ר זצ"ל טמון בבבית העלמין בעיר טבריה, ובכל שנה עולה האדמו"ר, יחד עם החסידים, לפקוד את ציונו.
ל'בחדרי חרדים' נודע, כי השנה האדמו"ר לא יסע לטבריה, ולא יערוך טיש בהיכל 'אגרוייסע שטיב' בקרית בעלזא.
במקומו יסע בנו יחידו, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח, שיעלה לפקוד את הציון יחד עם בחורי הישיבות ואברכי הכוללים של החסידות.
יצויין, כי מזה שבוע וחצי שוהה האדמו"ר למנוחה בדירת הנופש ברחוב הבעש"ט בקרית יערים - טלזסטון.
זינגען אלע מיני ניגונים שבת (נישט קיין עבירה ח"ו) וואס מען האט נישט געטוען אין סיגוט (עיין ערך קוויטשען און האקן אין טיש בשבת באווארפן של ר' יוסף מייזעלס אין ב"פ תשמ"ז, ווייל ביים טאטן זינגט מען נישט קיין פרעמדע ניגונים), איז ביים כלב אהרן א הידור!
צומות הגידין מיט מאסקאווי קאטשקע וואס מען האט נישט געגעסן אין סיגוט, איז ביים כלב אהרן א הידור!
רופן א טאטן אין קארט אין פארשוועכן זיין כבוד, איז ביים כלב אהרן א הידור!
זאגן אויף א טאטן אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון איז ביים כלב אהרן א הידור!
נישט באזוכען די מאמע משנה לשנה און אוודאי נישט וואונשטען א גוט יאר פאר די הייליגע טעג, איז ביים כלב אהרן א הידור!
פארן אויף דאטשע בשעת די מאמע ליגט אויפן טויטן בעט, איז ביים כלב אהרן א הידור!
אבער גיין צום ציון אין טאג פון די מאמע'ס ערשטע יארצייט קען מען זיך באגיין מיטן מנהג סיגוט אלס הידור מצות כיבוד אב ואם, די מאמע ווייסט סיי ווי דעם אמת אז ער איז יעצט אויף דאטשע און ער דארף דאס קריטיש למען הבריאות.
נשלח ב-26/7/2011 00:37
רבינו שליט"א האט אפגעשטאט א הערליכער באזוך בהיכל הישיבה שערי תורה ויראה אין קרית יואל, דער רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה פארן עמוד לרגל די יארצייט, נאך מנחה איז פארגעקומען א הערליכער מסיבת לחיים במעמד תלמידי הישיבה אינאיינעם מיט די רמ"י ומגי"ש ומנהלי הישיבה מיט די באטייליגונג פון פילע ראשי וטובי הקהלה וחברי הנהלת המוסדות הק' אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א, ביים סוף פונעם מעמד זענען אלע בחורי הישיבה אדורך געגאנגען וואונטשען לחיים פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה ארויף צום ציון פון הרבנית הצדיקית ע"ה באוהל הקדוש פון רבותיה"ק אינעם בית החיים אין קרית יואל.
תוקן על ידי בצל_הקודש ב- 26/07/2011 00:39:43
נשלח ב-25/7/2011 22:41
Aron is in new hampshir by his mothers tzion, near where he see the rain from long island also his father by nakdishoch.....
תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 25/07/2011 22:45:41
נשלח ב-25/7/2011 22:32
דאס האב איך געלייגט אינעם אלטע אשכול, איך לייג עס אהער
היינט געפאלט אויס די ערשטע יארצייט פון די רעבעצין עליה השלום, איבעראל איז איינגעפירט אז אין טאג פון א יארצייט איבערהויפט די ערשטע יארצייט גייט די משפחה איבערהויפט די קינדער ארויף צום ציון צינדן א לעכט, און מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהילים.
ווי עס ווייסט יעדער איז ר' אהרן געווען א גרויסע שונא פאר זיין מאמע עליה השלום ווייל זי האט געשפילט א גרויסע ראלע נישט צולאזן אז איר זיהן זאל פירן די שטוב ווי אזוי עס שמעקט אים מיטן ציהל צו ירשנ'ן אלעס נאך בחייו פון זיינע עלטערן.
אלס נקמה אין זיין מאמע האט ער באשלאסן ביי זיך אז ער גייט מער נישט קומען צו זיין מאמע באזיכען, אפילו אין די שפעטערע יארן ווען זי איז שוין געווען היפש אפגעשוואכט האט אים קנאפע ווייניג אונטערסירט ווי אזוי זי שפירט זיך.
ער איז נישט געקומען באזיכן אפילו ערב די הייליגע טעג, ניטאמאל איז ער געקומען מאכן דעם אנשטעל אז ער וויל אריינגיין צו איר, וואס כידוע האט ער אלץ געניצט א תירוץ אז משה גבאי לאזט אים נישט אריינגיין. ווען ער ווייסט אפילו פאר 1 פראצענט אז משה גבאי צו סיי ווער וועט שטיין ביים טיר אין אים נישט אריינלאזן, וואלט ער זיכער געקומען יעדן טאג כדי צו קענען ווייזן אז מען לאזט אים נישט אריין צו זיין מאמע.
למעשה די יארן זענען ווייטער געלאפן, די רעבעצין האט זיך פארעלטערט ביז זי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פון ווי זי איז אריין און ארויס עטליכע מאל, עס געדענקט זיך נאך ווי יעצט די שווערע וואכן וואס זענען דאן געווען, רבינו שליט"א איז געבליבן אין שטאט אונאיינעם מיט זיין ברידער די זענטע רב שליט"א, מער ווי איינמאל האבן זיי איבערגענעכטיגט ביים רעבעצין אין שפיטאל, אזוי אויך איז דער סיגעטע רב שליט"א און נאך אנדערע קינדער פון די רבי שליט"א געבליבן ביי די רעביצען איבער שבת ווען די מצב האט שוין אויסגעזעהן זייער שמאל.
אבער.... ר' אהרן האט עס נישט אונטערסירט, ער איז געזעצן אין ניו העמפשיר זיך געפיקטשערט פאר די בילדער מאגאזינען, געמאכט א ווידיאו מיט דעם אונסדארפער, און געשפילט מיט די פאטעטא טשיפס, טעיפס, פרייטאג האט ער זיך געשפילט מיט די וויינען וואס די דארטיגע משמש ר' פנחס מיילעך ווייס לייגט אויס אויף א טיש, אזוי האט ער זיך געדרייט ווי א בעבי לויפענדיג פון די פאטאטא טשיפס צו די טעיפ אהין און צוריק, (עס איז געווען בילדער ווער עס קען זאל מוחל זיין אהערלייגן).
ויהי היום עס איז געווארן מוצאי שבת, ר' אהרן זיצט שוין זייער לאנגווייליג שוין אפגעשפילט מיט אלעס, די פיקטשערס מיט אונסדארפער זענען שוין גרייט אריינצוגעבן צום דריק, דא הייבט מען אן לייגן פרעשור אויף אים אז ער מיז זאפארט אריינפארן צו זיין מאמע ווייל וואס וועט מען זאגן יעצט ווען ער וועט פרובירן איינרעדן אז משה גבאי לאזט אים נישט אריין??
צוריק צום רעבעצין: זיצען דארט אלע קינדער ביים בעט, מען הייבט אן ווידוי, איינער לויפט צו ר' אהרן'ס פריוואטע שטיב קלאפן מיט אלע כוחות אז ער זאל זיך שוין אויפהייבן ווייל די מצב איז שרעקליך אבער ער שלאפט און ווייסט נישט פון גארנישט. אזוי האט די רעבעצין ע"ה אויסגעהויעכט איר נשמה.
יעצט שטייט מען שוין א יאר זינט יענע ביטערע טאג ווען די רעבעצין ע"ה איז נפטר געווארן, מארגן גייען די אירע קינדער ארויפגיין צום ציון ווי מען וועט אויספועל'ן ישועות און רפואות פאר כלל ישראל, אבער איר ר' אהרן גייט עס נישט אן ער ווייסט שוין ווייטער פון גארנישט. ער זיצט יעצט אין ניו העמפשור, ער איז פארנימען מיט די פאטעטא טשיפס, ער גייט נישט גיין צום ציון פון זיין מאמע וואס האט זיך פאר אים איבערגעגעבן אלע יארן, און וואס מיינט איר וועט ער ענטפערן? משה גבאי לאזט אים נישט קומען צו זיין מאמע...
תוקן על ידי ספרינטער ב- 25/07/2011 22:38:38
נשלח ב-25/7/2011 20:31
למעשה איז עס א פלא,
ווייל עס האט מתחילה יא געהייסן אז ער ווארט אויס די יארצייט,
אינטערעסאנט וואס האט זיך געטוישט.
חוץ מזה, וואס אדרבה, אין שו״ע ווערט דערמאנט דאס ענין פון גיין אויפן קבר אין טאג פון יארצייט, נאר ביים ערשטן יארצייט, אויף שפעטער איז בכלל נישטא קיין מקור.
עמיר מוזן נאכקוקן אין שו״ת לב אהרן.....
מיין חבר שיקט מיך יעצט אריין: איך טראכט אז אפשר איז די מעשה אזוי געווען.... אהרן'ס גבאים האבן אים אוודאי געפרעגט פאר ער איז געפארן צי ער פלאנט נישט צי זיין ביי זיין מאמע'ס ציון האט ער גענטפערט ס'גוט....... און די פערדן האבן פארשטאנען אז ער זאגט סיגוט.......
נשלח ב-25/7/2011 19:22
כ"ג תמוז, ערשטע יארצייט פון הרבנית הצדיקית פעסיל לאה ע"ה בת הרה"ק ר' אהרן זצללה"ה מחברתו הטהורה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט היינט געדאווענט שחרית ווי יעדן טאג אין ביהמ"ד הגדול אין מחנה דברי יואל מיט די העכער 850 תלמידי הישיבה גדולה, דער רבי שליט"א האט געצינדען לעכט פארן דאווענען לעילו נשמתה און דערנאך יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט, נאכען דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום ששה סדרי משנה בהיכל הביהמ"ד הגדול במעמד רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א,
היינט נאכמיטאג וועט דער רבי שליט"א בעז"ה ארויספארען קיין קרית יואל משתטח צו זיין אויפן ציון פון אמו הרבנית הצדיקית ע"ה, דער רבי שליט"א וועט אפשטאטען א קורצע באזוך בהיכל הישיבה קטנה 'ישיבה שערי תורה ויראה' שע"י מוסדותינו הקדושים אין קרית יואל, דער רבי שליט"א וועט דאווענען מנחה אינאיינעם מיט די העכער 250 תלמידי הישיבה און דערנאך - בערך 4:00 - וועט דער רבי שליט"א ארויפגיין אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה פוקד צו זיין על קברה פון די רביצין ע"ה, ויה"ר אז רבינו שליט"א זאל פועל'ן אלעס גוטס לנו ולכל בית ישראל, אמן.
דערנאך וועט זיך רבינו שליט"א צוריק אומקערען לביתו נאוה קודש אין מחנה דברי יואל - אחים זופניק, ווי עס וועט געפראוועט ווערן די יארצייט סעודה אין שפיץ פון די קינדער ובראשם רבינו שליט"א און די אייניקלעך-אור אייניקלעך און פילע קרובי משפחה, עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א (אין די דירה ווי דער רביצין ע"ה האט געוואוינט העכער 10 יאר, בעת זי האט געוויילט אויף די זומער חדשים אין קעמפ).
..............
תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די גארער וועלט וועלן אינעם היינטיגען טאג צינדען לעכט און לערנען משניות לעילו נשמתה פון הרבנית הצדיקית פעסיל לאה ע"ה בת הרה"ק ר' אהרן זצללה"ה אשת חבר ומחברתו הטהורה פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, די צענדליגער טויזענטער תלמידים ותלמידות אין די סאטמארער מוסדות בכל קצבי תבל וועלן היינט דערמאנען דעם נאמען פון דער רביצין ע"ה ביים עוסק זיין בתורה ותפלה לזכותה ולעילו נשמתה,
דער רביצין ע"ה איז במשך איר גאנצע לעבן געשטאנען לימין בעלה מרן רבינו הק' זי"ע מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט און ארויסגעהאלפען דעם רבי'ן זצ"ל מיט די עבודת הקודש, ובפרט האט זי פיל געלייסטעט און געשאפט גרויסע געלטער פאר די מוסדות הקדושים סיי דורך די לעידיס אקזילערי און דורך די יערליכע פארטי'ס, אזוי אויך איז באקאנט די געוואלדיגע פעולות פון דער רביצין ע"ה לטובת די וועלט באקאנטע כולל אברכים דסאטמאר וואס זי פלעגט יערליך אפרעכטן די פארטי'ס און זי פלעגט אריין לייגן געוואלדיגע כוחות וואכען בעפאר עס זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה,
באזונדער איז בארימט דער קופת הצדקה "קרן נפש חי' - עזר לנשואין" וואס דער רביצין ע"ה האט געגרינדעט לע"נ בתה הרבנית חיה ע"ה, די צדקה קאסע איז מיוחד און העלפט ארויס די הונדערטער מלמדים וכלי קודש פון מוסדותינו הק' ווען זיי מאכען חתונה א קינד, אזוי אויך האט זי כסדר עוסק געוועהן בגמילת חסדים און אויפגעראכטן פילע מענטשען צו דורך ביקור חולים וכדומה און איז שטענדיג געשטאנען אין שפיץ פון פילע וואוילטעטיגע ארגאנאזאציעס.
ויה"ר אז איר זכות זאל מגין זיין אויף אונז אלע, ובפרט פאר יבלחט"א בנה כ"ק מרן רבינו שליט"א וועלעכע האט זיך אזוי געטריי אפגעגעבען פאר איר ובפרט אין די לעצטערע יארען נאכען הסתלקות פון מרן רבינו הק' זי"ע, ויה"ר אז דער רבי שליט"א זאל ווייטער פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות עדי נזכה לביאת משיח צדיקנו במהרה בימינו, אמן