בית פורומים כל העולם כולו

היום כ''ג תמוז יא''צ הרבנית מסאטמאר ע''ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2011 17:57 לינק ישיר 
היום כ''ג תמוז יא''צ הרבנית מסאטמאר ע''ה

היינט ב' מסעי געפאלט די ערטשע יארצייט פין הרבנית אשר חבר רביה''ק בעל ברך משה ז''ל
רבינו שליט''א אין די קינדער וועלן לערנען משניות אין זאגען קדיש לע''נ
די רבי שליט''א וועט כמנהג בית סיגוט נישט ארויפגיין צום בית החיים ביי ערשטן יארצייט

אין אלע סאטמארע מוסדות וועט לערנען משניות אין מזכיר זיין די נשמה
פעסיל לאה ב''ר אהרן ע''ה
תנצב''ה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2011 19:47 לינק ישיר 

(קרעדיט: אידישע וועלט)

איך האב כמ"פ שוין געהערט נישט פון היינט נאר נאך פון יארן צוריק, אז נישט נאר די רבי ז"ל דער בעל דברי יואל איז נישט געגאנגען צו די מאמעס יארצייט, נאר דער עצי חיים אליין וואס האט דאך געוואוינט אין סיגעט איז אויך נישט ארויף צום ציון ביי די מאמעס יארצייט, די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער דאס איז דער מציאות.
דאס וואס מען רעדט פון די ערשטע יארצייט איז לכאורה אביסל פארדרייט, ס'האט גארנישט מיט די ערשטע יארצייט, מען האט עס לכאורה פארמישט מיט א זייטיג ענין וואס היי יאר, היות ס'איז געווען א עיבור יאר, איז געווען מער ענין ארויפצוגיין נאך י"ב חודש וואס ביי די יארצייט, ווייל די אלע זאכן וואס מען טוט פאר די נשמה האט נישט מיטן יאר, ס'האט מיט י"ב חודש וואס איז משפט רשעים בגיהנום, ממילא טוט מען די אלע זאכן לעילוי הנשמה אין די ערשטע י"ב חודש, זאל ועוד נאך די י"ב חודש גייט שוין נישט אן די אלע דיני אבילות אפילו אין א עיבור יאר ווען מען האלט נאך פאר די יארצייט

 

די סיבה איז לכאורה נישט וועגן חודש ניסן, ווייל צו גיין אין א טאג פון א יארצייט איז ניסן כלל נישט מעכב, ופוק חזי וויפיל טויזנטער אידן זענען געפארן כ"ה ניסן צום הייליגן דברי חיים, רבינו הברך משה איז געפארן נאך אינדערהיים און אויך פון דא אין אמעריקא איז די רבי כמ"פ געפארן צו די יארצייט ספעציעל, ווער געדענקט נישט אין די נ' יארן ווי די רבי איז צוויי מאל געפארן ספעציעל צו די יארצייט.
זאת ועוד, אויב האט מען אין סיגעט מקפיד געווען אויף ניסן אפילו אין א יארצייט, פארוואס גייט מען כ"ו ניסן צום ציון?

נאר וואס דען, דאס האט לכאורה אלץ די מאמע, איך האב אבער נישט קיין מושג די סיבה דערפון.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2011 19:13 לינק ישיר 

די רבי ז"ל אין להבדיל בין חיים לחיים רבינו שליט"א ווייסעך זעכער אז זיי זענען נישט געגאנגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2011 19:12 לינק ישיר 

איך וויל נאכאמאל איבער פרעגן וואס איך האב געפרעגט נעכטן, ווי אזוי האבן זיך די קינדער פון אב"ד ב"פ שליט"א זיך געפירט ביי זייער מאמע הרבנית חיה ע"ה ביי איר יארצייט ?

ווער עס געגענקט זאל ביטע ענטפערן

איך געדענק אז הרה"ג ר' חיים הערש איז געקומען ציפארען פון א"י צי די ערשטע יארצייט, איך ווייס אבער נישט צי זיי זענען געגאנגען צום ציון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2011 04:33 לינק ישיר 

היראים, נישט דוקא די ערשטע יארצייט, אין סידוט איז מען נישט געגאנגען צו די מאמע'ס ציון אין טאג פון די יארצייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2011 04:21 לינק ישיר 

נאר צו די מאמעס יארצייט גייט מען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2011 23:13 לינק ישיר 

דער זשיגאן איז אינגאנצען ווי פעטער עשו

האט נאר די מצוה פין כיבוד אב ואם 

די איינציגסטע שאלה וואס עשו האט געפרעגט זיין טאטע ןאיז געווען  האיך מעשרין את התבן ומלח
אין די איינציגסטע שאלה וואס זשיאגן  האט געפרעגט וועלכע ברכה מאכט מען אויף אראנזש זשוס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/7/2011 19:20 לינק ישיר 

רינדעכיגער כתב:
ווי אזוי האט מען זיך געפירט ביים רבינס טאכטער הרבנית חיה ע"ה ?

איך געדענק אז דער רבי זצ"ל איז ארויף אויפן פעלד ביי די לוויה כאטשיק געווענדליך גייען נישט עלטערן



נאר אויב סאיז די ערשטע פארלוסט ,ליידער האט ער פארלוירן ביי די קריג עטליכע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2011 18:52 לינק ישיר 

ווי אזוי האט מען זיך געפירט ביים רבינס טאכטער הרבנית חיה ע"ה ?

איך געדענק אז דער רבי זצ"ל איז ארויף אויפן פעלד ביי די לוויה כאטשיק געווענדליך גייען נישט עלטערן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2011 18:41 לינק ישיר 

Was the same 
"מנהג"
?At his fathers first yurtzeit  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2011 18:41 לינק ישיר 

דער געלונגענער בן השלישי וואס ווייסט נישט אז אין סיגוט גייט מען נישט ארויף די ערשטע יארצייט אויפן פעלד
וועט ארויפוואקען מיט די בעיבי עסקארט אין בליצערס אויפן ג'גזלטע בית החיים (עפ''ל)

ער טענה'ט אז ''ער האט קיינמאל נישט געהערט פין זיין טאטע'' אז אין סיגוט גייט מען נישט ארויף די ערשטע יא''צ, ''אויך זיין נאנסטע ברודער ליפא באשטעטיגט אז ער האט דאס אויך קיינמאל נישט געהערט פין זיין טאטע ז''ל''......

דער זעלבע וואס האט זיך געזעצט אינעם שנת אבילות אויפן פלאץ פין זיין טאטען טראץ וואס מנהג בית אבותיו איז געווען זיך נישט צו זעצן אויפן פלאץ אפי' ביי א מ''מ בשעת די גאנצע י''ב חודש

דער זעלבער וואס האט אייביג געלאכט פין זיין טאטען'ס הוראות אלס נקמה וואס זיין טאטע האט אים אייביג מרחק געווען, זייענדיג פין די איינציגסטע קינדער וואס ער האט נישט געוואלט געבן קיין רבנות אין סאטמאר (אים אין זיין ברודער אין שותף ליפא)
וועט היינט ווייזן געטריישאפט פאר די מאמע ע''ה

זיין אויסערגעווענליכע געטריישאפט האט זיך נישט אנגעהויבן ווען ער האט פארשיקט די פרויען וואס פלעגן זיך אפגעבן מיט די רעביצין ע''ה ווייל זיי זענען געווען זיינע אומעגווינטשענע....
אויך נישט ווען ער האט פארהאקט די טיר אז אירע קינדער זאלען נישט קענען באזוכן די מאמע ע''ה אין זיך באטייליגען ביי שמחות

עס געדענקט יעדער ווי ערליך האט מקיים געווען  הלכות אבילות ווען ער איז יעדן שני וחמישי  געפארען פיקטשערן אין טאנצען ביי חתונות אפי' ביז מאנטריאל אין לאנדאן די גאנצע שנת אבילות אא''וו

אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל צייט שטופן נאכדערצו מיט לעלא'ס
אין היינט וועט דער עולם קענען מיטהאלטן ווי ער וועט ווידער וויזן זיין עמעראצעס אין ארויפגיין אויפן פעלד ווייל ''ס'דא וואס פירן זיך אזוי אין ס'דא וואס פירן זיך אזוי'' (עפ''ל)


תוקן על ידי היראים ב- 25/07/2011 18:48:22




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2011 17:58 לינק ישיר 

 

מנו"כ פון הרבנית הצדיקת פעסיל לאה ע"ה

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היום כ''ג תמוז יא''צ הרבנית מסאטמאר ע''ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext