ניי סקווער- קלעצקי-אבוחצירא זצ"ל
רבונו של עולם עד מתי.
לפנים בישראל ווען וועלט איז געווען וועלט, פלעגט מען פרעגן די אורים ותומים פארוואס א צרה ר''ל איז געקומען, נאכדעם זענען געווען די גדולים אזוי ווי די תו''ס יו''ט בשנת ת''ח ות''ט, און די היינטיגע דור שרייבט רביה''ק אין די הקדמה פון ויואל משה אז ס'שטייט בפירוש ארויס אין תורה עיי''ש.
די לעצטע צווי וואכן זענען געווען אסאך דרשות התעוררת וואס די רבנים הגאונים הצדיקים שליט''א האבן ארויס געברענגט די סיבות פארוואס אזא זאך האט פאסירט, און וואס מ'דארף מתקן זיין, ווי למשל צניעות, שנאת חנם, סעלפון, חתונה אויסברענגעריין, בתי דינים לאזען איינשפארען מענטשען אין תפיסה, שמירת עינים ועוד ועוד. און ס'פארשטייט זיך אליין אז די אלע ענינים זענען אמת, אזוי ווי ס'שטייט אז די תורה איז כפטיש יפוצץ סלע, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
פארשטייט זיך אליין אז פשוט'ע מענטשען און אינטערנעט שרייבערס קענען נישט און טארען נישט (עכ''פ פאר יענעם) זאגען טעמים אויף אזעלעכע זאכן וועל איך אוודאי נישט זאגען קיין סיבות איך נאר וועל זאגען פאקטען(א חידוש אז קיין איין רב האט דאס נישט געזאגט) ס'אינטערסאנט צו אנדערע האבן דאס אויך באמערקט?
ל''ג בעומר האט מען געוואלט אינטערצינדען א הויז וואס א משפחה איז געשלאפען, ליידער א ''אידיש קינד'' האט זיך שטארק פארברענט, ד' ירפא אותו, די רבנים האבן נישט געהאלטען דרשות התעוררת און מוחה געווען און געזאגט טעמים, אויף וואס מ'דארף מתקן זיין, מ'האט נאך געקענט ליידער הערען אין בתי מדרשים אז ס'איז זיך אים געקומען, ר''ל.
ביי פלגש בגבעה האבן די בני בנימין נישט מוחה געווען.... מ'האט צושניטען די פלגש אויף צוועלעף שטיקלעך...
די טייערע לייבעל ע''ה איז קיינמאל (לכאורה) נישט געווען אין ניי סקווער נאר די לעצטע טאג פון זיין לעבען מיט די מערדער..
די אבן עזרא ביי עגלה ערופה(דברים כ''א ח)<*>''שהשם ציוה לעשות כן על העיר הקרובה כי לולי שעשו עבירה כדומה לה לא נזדמן שיהרג אדם קרוב מהם, ומחשבות ה' עמקו לאין קץ אצלנו.''
*>
 |
|
|