| נשלח ב-29/7/2011 21:01 |
|
| |
ניי סקווער- קלעצקי-אבוחצירא זצ"ל
רבונו של עולם עד מתי.
לפנים בישראל ווען וועלט איז געווען וועלט, פלעגט מען פרעגן די אורים ותומים פארוואס א צרה ר''ל איז געקומען, נאכדעם זענען געווען די גדולים אזוי ווי די תו''ס יו''ט בשנת ת''ח ות''ט, און די היינטיגע דור שרייבט רביה''ק אין די הקדמה פון ויואל משה אז ס'שטייט בפירוש ארויס אין תורה עיי''ש.
די לעצטע צווי וואכן זענען געווען אסאך דרשות התעוררת וואס די רבנים הגאונים הצדיקים שליט''א האבן ארויס געברענגט די סיבות פארוואס אזא זאך האט פאסירט, און וואס מ'דארף מתקן זיין, ווי למשל צניעות, שנאת חנם, סעלפון, חתונה אויסברענגעריין, בתי דינים לאזען איינשפארען מענטשען אין תפיסה, שמירת עינים ועוד ועוד. און ס'פארשטייט זיך אליין אז די אלע ענינים זענען אמת, אזוי ווי ס'שטייט אז די תורה איז כפטיש יפוצץ סלע.
פארשטייט זיך אליין אז פשוט'ע מענטשען און אינטערנעט שרייבערס קענען נישט און טארען נישט (עכ''פ פאר יענעם) זאגען טעמים אויף אזעלעכע זאכן וועל איך אוודאי נישט זאגען קיין סיבות איך נאר וועל זאגען פאקטען(א חידוש אז קיין איין רב האט דאס נישט געזאגט) ס'אינטערסאנט צו אנדערע האבן דאס אויך באמערקט?
ל''ג בעומר האט מען געוואלט אינטערצינדען א הויז וואס א משפחה איז געשלאפען, ליידער א ''אידיש קינד'' האט זיך שטארק פארברענט, ד' ירפא אותו, די רבנים האבן נישט געהאלטען דרשות התעוררת און מוחה געווען און געזאגט טעמים, אויף וואס מ'דארף מתקן זיין, מ'האט נאך געקענט ליידער הערען אין בתי מדרשים אז ס'איז זיך אים געקומען, ר''ל.
ביי פלגש בגבעה האבן די בני בנימין נישט מוחה געווען.... מ'האט צושניטען די פלגש אויף צוועלעף שטיקלעך...
די טייערע לייבעל ע''ה איז קיינמאל (לכאורה) נישט געווען אין ניי סקווער נאר די לעצטע טאג פון זיין לעבען מיט די מערדער..
די אבן עזרא זאגט ביי עגלה ערופה(דברים כ''א ח) ''ויתכן שהשם ציוה לעשות כן על העיר הקרובה כי לולי שעשו עבירה כדומה לה לא נזדמן שיהרג אדם קרוב מהם, ומחשבות ה' עמקו לאין קץ אצלנו.'' ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2011 08:18 |
|
| |
א פאסיגע ארטיקל אינעם ענגלישן 'משפחה' פ' דברים דף 18
[און אז יעך טוה ערווענען דעם ארטיקל, קאנסטו דיך שוין פארשטעלן וואס דארט שטייט!..]
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2011 23:04 |
|
| |
טאקע נישט צו פארשטיין דעם געדאנקן,
ער האט דאך אלס א גראדן קאפ מיט א שכל הישר און דערצו א געשמאקן צינגל,
וואס איז געשען מיט איהם?
לאמיר האפן סיז נאר צייטווייליג.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2011 21:55 |
|
| |
אויטענטיש, ישר כחכם פארן צוריק ברענגען די נושא אויף די גראדע רעלסען,
לגבי געדאנקען, דאס וואס ער שרייבט, איז די לופט אין שטעטל, זעט אויס אז פון די שווערע פעק אויף זיין ריקען כאפט ער נישט אז דא איז אויסערן שטעטל והגלילית...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2011 20:37 |
|
| |
בארוהיגט אייך רבותי, קיינער האט דא נישט גערעדט אויף קיינעם, מען האט סך הכל ארויסגעברענגט דעם פאקט אז דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס עס קומט פאר א 'נסיון לרצח' ביי כלל ישראל, ובחסדי השי"ת איז עס נישט געלונגען.
טאמער הערשט א אויפשוידער איבער דעם וואס א יוד איז מסוגל צו הרג'ענען א צווייטן יוד, איז עס נישט אויף די רעזולטאט פון די מערדעריי (וואס איז גענוג ביטער פאר זיך אין פאל עס געלונגט) נאר אויף די עצם פאקט אז א יוד איז מסוגל עובר צו זיין אויף לא תרצח, נישט קיין חילוק צו עס איז אים געלונגען, אדער דער קרבן האט זיך באוויזן צו ראטעווען אין די לעצטע מינוט.
ומכיון שכן, איז ארויסגעברענגט געווארן אז ליידער האבן יודן מזרע ישראל שוין דורכגעפירט מעשי רציחה, און דאס דארף פארדאמט ווערן אויפ'ן שארפסטן אופן, טאמער איז דא איינער וואס שפירט זיך געטראפן פון די ווערטער, ברויך ער א גרויס תיקון, און טאמער איז ער נאך א תלמיד חכם אויך צו אלע צרות, ווייזט דאס נאר ווי געמיין דער דור איז נעבעך פאר ביאת המשיח. [וואס אגב: איך גלייב נישט אז עס איז דא א תלמיד חכם אין סיי וועלכן קרייז וואס איז מסכים, אדער האט אפילו בדיעבד די מינדעסטע הנאה פון אזא מעשה נבלה, כ'מיין אז מיר האלטן נאך נישט אזוי נידריג]
און צו דיר געדאנקן: טאמער ביסטו אזא אומפארשעמטע באשעפעניש וואס האט נישט קיין פראבלעם עפנטליך צו אפלאדירן מעשי רציחה, דאן טוה ביטע א טובה פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל, און אפילו פאר דיין רבי'ן, און אנטפלעק נישט אין די עפנטליך דיינע חי'שע אינסטיקטן. גלייב מיר עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם, און עס פארשעמט דיין רבי'ן אסך מער ווי סיי וועלכע שרייבער דא אדער וואו אימער.
תוקן על ידי אויטענטיש ב- 04/08/2011 20:39:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2011 18:17 |
|
| |
אינגאנצען צומישט, איך האב נישט דיין דיקשענערי צו זען ווער זענען דיינע ת"ח ומנהיגי ישראל און ווער זענען דיינע לצים.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2011 17:40 |
|
| |
אוטספאוקען, ביסטו צומישט אדער שלעפעריג? דו ווילסט מדמה זיין א לץ און איינער וואס האט שוין ברבים מבזה געווען תלמידי חכמים פאר הונדערטער אידן אריינגערעכנט זיין אייגענעם טאטן?, חוץ זיין היסטאריע פון צאפן אידיש בלוט און אנפירן מיט טעראר אפעראציעס אין קר"י אזויפיל יארן..
לויט דיר דארף מען ארויסשניידן די גמרא און שו"ע און אלע ספרי הלכה ומוסר וואס רעדן בחומר בזיון ת"ח ומנהיגי ישראל, וויבאלד אויף א שייגעץ מעג מען רעדן, מעג מען דעריבער רעדן אויף אלע מנהיגי ישראל..
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2011 16:23 |
|
| |
וואס ברענגסטו דא אריין דעם סאטמארן רבין אריין קיין סקווער?
| outspoken כתב: |  | וויכטיג, אר יו קידינג
זייט ווען נעמט מען וואס הייסט "מבזה ת"ח" פון א דיקשענערי, וואס שטייט דארט וועגן מבזה זיין מהר''א וזה לשונך בתגובה אחרת, קארופציע איז גערעכט, און מ'דארף אזוי אויך אסר'ן אראפ צו ברענגען וואס אימער דער בעל "לץ אהרן" זאגט צוליב חשש ניוול פה..
דאס מעג מען יא? דאס הייסט נישט "מבזה ת"ח" אין דיין דיקשענערי, האסט אמאל געלערענט די תורה פון רביה''ק מסאטמאר זי''ע ''לא תוכל'' לתת עליך איש נכרי אשר לא מאחיך (אחיך במצוות) ס'דארף ווען שטיין לא תתן ''דו זאלסט נישט" וואס מיינט לא תוכל "דו קענסט נישט"? נאר מ'זעט אויף אסאך זאכן וואס מ'טאר נישט איז ''אי עביד מהני'', זאגט דא די תורה ''לא תוכל'' דו קענסט נישט ווייל דא ביים נעמען אזא מנהיג איז ''אי עביד לא מהני'' נישט קיין חילוק וויפיל מענטשען ער אינטער זיך.
|
|
אין סקווער האט מען עמטליך פארברענט דעם ויואל משה,
ווייל רבינו הק' איז זיי נישט גיט געווען,
נאר הרא"ט איז זיי דשאסט פערפעקט!
סא פאר סקווער קענסטו נישט מסביר זיין תורות פון סאטמארן רבין זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2011 16:11 |
|
| |
וויכטיג, אר יו קידינג זייט ווען נעמט מען וואס הייסט "מבזה ת"ח" פון א דיקשענערי, וואס שטייט דארט וועגן מבזה זיין מהר''א וזה לשונך בתגובה אחרת, קארופציע איז גערעכט, און מ'דארף אזוי אויך אסר'ן אראפ צו ברענגען וואס אימער דער בעל "לץ אהרן" זאגט צוליב חשש ניוול פה..
דאס מעג מען יא? דאס הייסט נישט "מבזה ת"ח" אין דיין דיקשענערי, האסט אמאל געלערענט די תורה פון רביה''ק מסאטמאר זי''ע ''לא תוכל'' לתת עליך איש נכרי אשר לא מאחיך (אחיך במצוות) ס'דארף ווען שטיין לא תתן ''דו זאלסט נישט" וואס מיינט לא תוכל "דו קענסט נישט"? נאר מ'זעט אויף אסאך זאכן וואס מ'טאר נישט איז ''אי עביד מהני'', זאגט דא די תורה ''לא תוכל'' דו קענסט נישט ווייל דא ביים נעמען אזא מנהיג איז ''אי עביד לא מהני'' נישט קיין חילוק וויפיל מענטשען ער אינטער זיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2011 23:50 |
|
| |
אויטענטיש, אוטספאוקען, אין מיין דיקשענערי, ווען איינער רעדט אדער איז מבזה באיזה אופן שהוא א ערליכער איד און מנהיג פון א גרויסע עדה אידן הייסט עס "מבזה ת"ח", אפילו עס זענען דא וואס האלטן אז ער איז נישט אזוי גרויס ווי זיינע חסידים האלטן, און אזוי איז געווען אין אלע דורות, צדיקים האבן געשעצט איינער דעם אנדערן אפילו אויב אמאל איז געווען קשיות אדער מיינונגס פארשידנהייטן, והיזהר בגחלתן.
געדאנקן, לאז דיך נישט פראוואצירן, זיי מיינען עס נישט אזוי ערנסט ווי דו נעמסט עסץץ
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2011 22:53 |
|
| |
געדאנקן, גוט פארענטפערט!
כאב שוינישט קיין קאשעס, כ׳פארשטיי שוין אלעס,
עוועריטינג איז קווייט קלעיר.....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2011 22:04 |
|
| |
עטץ פארשאלטענע מתנגדים, פארליידן נישט קיין מידת הקדושה בכלל, און אז איר ווייסט עפעס א חילוקי דרכים פון סקווער און ברסלב, ווערט עטץ הייפער, ווי מואב מיט מדין.
סקווער האט עפעס פיינט ברסלב? מ'האט געהאלטן אז די דרך זייערע בכללות ברענגט מרה שחורה, אבער פיינט? מיר האבן די זעלבע תורה די זעלבע גאט, און די זעלבע אהבת והתקשרות ואמונת צדיק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2011 16:16 |
|
| |
געדאנקען אז די האלטס שוין ביי ברסלב לאמיר שוין נאך ברענגען א לקוטי מהר''ן (ח"א - תורה סא) ב. וְיֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי שֶׁלִּמּוּדָם מֵאֵלּוּ הַמּוֹתָרוֹת וְלא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן כַּנַּ"ל וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים וְהֵם נוֹטְלִים . גְּדֻלָּה לְעַצְמָן, לְהַנְהִיג הָעוֹלָם צָרִיך לִרְאוֹת שֶׁלּא לְהַסְמִיך אוֹתָם שֶׁלּא לִתֵּן לָהֶם תֹקֶף וָעז, שֶׁלּא יִהְיוּ מְכֻנִּים בְּשֵׁם רַבִּי כִּי הֵם עַצְמָן אֵינָם חַיָּבִים כָּל כָּך כִּי יֵשׁ לָהֶם יֵצֶר הָרָע גָּדוֹל לְהַנְהִיג הָעוֹלָם אַך צָרִיך לִשְׁמר מְאד, שֶׁלּא לִתֵּן לָהֶם תּקֶף וָעז כִּי אֵלּוּ הַנּוֹתְנִים לָהֶם תּקֶף וָעז וְנִסְמָכִים עַל יָדָם שֶׁיִּהְיוּ נִקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי הֵם עֲתִידִין לִתֵּן דִּין וְחֶשְׁבּוֹן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2011 23:12 |
|
| |
אוטענטיש, אפשר דזשינדזשערעל וועט העלפן! איך גיי פרעגן די מבינים, וואס איז דאס מערסטע און שנעלסטע ווירקזאם פאר בויך וויי, ס'דא וואס זאגן גרינע טיי.. וואס קען שוין פאסירן פון פראבירן?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2011 22:55 |
|
| |
אוי געוואלד און געשריגן הייליגער געדאנקן, דו ווייסט ווער דער 'צדיק מיבניאל' איז? דער ברעסלאווער מהרא"ש... אויב דארפסטו שוין אים אראפנעמען פין בוידעם דאן איז טאקע גרויסע צרות. איצטער למעשה, איך בין נישט אין הימל, און אזוי אויך נישט דו, און נישט די צוויי בעלי דרשנים וואס דו האסט געברענגט. צו די מעשה איז געקומען אלץ א עונש פאר'ן מזלזל זיין אין ערליכע יודן? (פארשטייט זיך אמת'ע ערליכע יודן) מעגליך יא מעגליך נישט, מיר ווייסן קיינער נישט. אבער דאס וואס זיי שרייבן אז פון מזלזל זיין אין רבנים האט זיך געשאפן א 'אוירה מאוד לא נעימה' אזש ביז רציחה, איז טאטעלי נאנסענס, אידיאטישקייט און פערדעריי, און און א געוויסן זין מאכט עס שוואכער די טענה צום רוצח אויך. אלזא שנייד ארויס די קרעפלעך, און הער אויף צו ווארפן א פרומן שלייער ווען דו אליין פראמאוטסט רציחה אומפארשעמטערהייט ווען דער מארד דינט דיינע אינטערעסן, און פלוצלינג ווען עס דינט יענעמס אינטערעסן הייבסטו אן צו נישטערן בשל מי הרעה הזאת. אז מען פרעגט מיך וואלט איך געזאגט אז די לעצטע צוויי מעשיות זענען געקומען אלץ א עונש פאר'ן נישט מוחה זיין אויף די רציחה וואס האט זיך אפגעשפילט דורך א חסיד'ישן קרייז, און עס איז דורך פארהעלטנסמעסיג אן א מחאה און אפשאקלונג פין די אידישע וועלט. האו עבאוט דיס? עס מאכט דעפינטילי מער סענס ווי דיין טעאריע וועגן כבוד הרבנים, נישט אזוי?
תוקן על ידי אויטענטיש ב- 02/08/2011 23:45:19
 |
|
|
|
|
|