בארוהיגט אייך רבותי, קיינער האט דא נישט גערעדט אויף קיינעם, מען האט סך הכל ארויסגעברענגט דעם פאקט אז דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס עס קומט פאר א 'נסיון לרצח' ביי כלל ישראל, ובחסדי השי"ת איז עס נישט געלונגען.
טאמער הערשט א אויפשוידער איבער דעם וואס א יוד איז מסוגל צו הרג'ענען א צווייטן יוד, איז עס נישט אויף די רעזולטאט פון די מערדעריי (וואס איז גענוג ביטער פאר זיך אין פאל עס געלונגט) נאר אויף די עצם פאקט אז א יוד איז מסוגל עובר צו זיין אויף לא תרצח, נישט קיין חילוק צו עס איז אים געלונגען, אדער דער קרבן האט זיך באוויזן צו ראטעווען אין די לעצטע מינוט.
ומכיון שכן, איז ארויסגעברענגט געווארן אז ליידער האבן יודן מזרע ישראל שוין דורכגעפירט מעשי רציחה, און דאס דארף פארדאמט ווערן אויפ'ן שארפסטן אופן, טאמער איז דא איינער וואס שפירט זיך געטראפן פון די ווערטער, ברויך ער א גרויס תיקון, און טאמער איז ער נאך א תלמיד חכם אויך צו אלע צרות, ווייזט דאס נאר ווי געמיין דער דור איז נעבעך פאר ביאת המשיח. [וואס אגב: איך גלייב נישט אז עס איז דא א תלמיד חכם אין סיי וועלכן קרייז וואס איז מסכים, אדער האט אפילו בדיעבד די מינדעסטע הנאה פון אזא מעשה נבלה, כ'מיין אז מיר האלטן נאך נישט אזוי נידריג]
און צו דיר געדאנקן: טאמער ביסטו אזא אומפארשעמטע באשעפעניש וואס האט נישט קיין פראבלעם עפנטליך צו אפלאדירן מעשי רציחה, דאן טוה ביטע א טובה פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל, און אפילו פאר דיין רבי'ן, און אנטפלעק נישט אין די עפנטליך דיינע חי'שע אינסטיקטן. גלייב מיר עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם, און עס פארשעמט דיין רבי'ן אסך מער ווי סיי וועלכע שרייבער דא אדער וואו אימער.
תוקן על ידי אויטענטיש ב- 04/08/2011 20:39:54